| נשלח ב-4/5/2006 21:36 |
|
| |
ווער האט געמאכט די ערשטע טענט?
עס האט מיך איינער אויפמערקזאם געמאכט א אינטערסאנטע נקודה.
די זאלונים זענן ביזי אגאנצע צייט אז אונז סאטמארע חסידים דאווענען אין א טענט, אזש מ' ריפט רבינו שליט"א טענטער רבי וכדומה.
איז אינטערסאנט אנצוווייזן אז די ערשטע טענט האט געמאכט סיגעטער רבי (פאר ער איז געווארן רבי אין סיגעט), אין קר"י, ווען ער איז געקומען שנארן פאר זיין ישיבה אפאר יאר צוריק, האבן זיי אויפגעשטעלט א טענט אין יחזקאל בראכ'ס לאט ווי עס איז געווען א תיפלה.
איז וואס איז די חסרון אז מ' שטעלט אויף א טענט אויף א פלאץ ווי צענדליגער אדמורים האבן שוין געפירט טיש ווי טאשער רבי, און אויך רביה"ק זי"ע הכ"מ פאר ער איז געווארן סאטמאר רבי (דאס הייסט פאר ער איז אריין אין ראדני), אויך זענן שוין פארגעקומען דארט אסאך אסיפות פאר כבוד שמים, און די פלאץ איז שוין נתקדש געווארן, משא"כ די תיפלה אין מאנרא.
חוץ מזה אפילו מיר וואלטן געהאט ראדני, וואלט מען ווען געדארפט א טענט דעם פארגאנגענעם שבת צוליב דעם גרויסן ציבור בלע"ה.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 21:47 |
|
| |
איך ווייס נישט בנוגע דעם טענט
אבער דאס איז זיכער
אז רבינו זצ"ל בעל ברך משה האט אין שנת תשל"ח און נאכאמאל אין תשל"ט געפראוועט אין פי עס 16
און איבעריג צו זאגן אז אין תש"מ איז ער געווען אין ראדני
|
|
|
|
| נשלח ב-4/5/2006 23:52 |
|
| |
איינער זאגט מיר אין אישי אז ווי ער געדענקט האט דער סיגעטער רבי בר מצוה געמאכט זיין ליפא אין ירישלים אויך אין א טענט
איך מיין אז נאר תשל"ט האט ער געפירט אין PS 16, ביז דעמאלס פלעגט ער פירן אין סאטמארע באזאר (מ' פלעגט עס פארדינגען פאר שמחות) , אבער די לעצטע יאר האבן די דעמאלסדיגע אינשי דלא מעלי שוין געפילט אז זייער סוף איז נאענט האבן זיי אים נישט געלאזט עס האבן, איז ער געגאנגען אין PS 16.
כל מה שאירע ליעקב אירע ליוסף.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 01:40 |
|
| |
דער ערשטער טענט האט געמאכט אברהם אבינו, ער האט מקיים געווען הכנסת אורחים אין דעם טענט!
דער טענט וואס דער היינטיגער סאטמארע רבי (דעמאלט וומסב'ג רב) האט געמאכט איו קרית יואל איז געמאכט געווארן צו בויען תורה, ווי מען זעהט שוין היינט דעם פועל יוצא פון דעם מיט די בליעדיגע מוסדות ויואל משה אין קרית יואל.
אבער די טענט פון הרב אהרן פון קרית יואל איז געבויעט געווארן צו בויען מחלוקות און צו מאכן א חילול השם, אין די פרעסע, פאר די גוים, און ביי אנדערע אידישע קרייזן, אין א צייט ווען ער האט געהאט ווי צו פראווען דעם שבת ברב עם. וואס חוץ וואס עס האט גורם געווען א שטארקע פאראיינוגונג און ארויסקומען פאר זיין יונגערע ברידערס חסידים האט עס גורם געווען אויף איהם א לעג וכלס (אינדרויסן קוקט מען נאר איהם אן ווי דער וואס זוכט מחלוקות, טייל בטיטלן איהם טענטער רבי, אדער אנדערע זאכן, וכדומה) א זאך וואס איז געטאן געווארן ווייל עס האט איהם געשמעקט פאר חיי שעה אן אויסרעכענען קודם וואס וועט זיין אין די קומענדיגע וואכן און ווייטער.
דאס איז דער נפקא מינא צווישן די טענט'ס, די מטרה און דער פועל יוצא!
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 02:31 |
|
| |
טייטש אויף ענגליש די ווערטער והעשירי יהי' קודש
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 17:58 |
|
| |
kjפייערמאן שרייבט אין סיגעטער פורם אזוי.
איין סאטמאר:
עס איז בעצם גארנישט שלעכט מיט א "טענט" אבער אז ר' אהרן האט א ריזיגן שיינעם הערליכן ביהמ"ד אין קרית יואל, ממש א מלכות און א פראכט, און ער לאזט דאס אלעס איבער, און פארט אריין קיין וויליאמסבורג על מנת לקנתר, זיך צו קענען גוט שלאגן מיט זיין יונגערן ברודער און אים אלעס צונעמע...
און למעשה זיצט זיין ברודער דער סאטמאר'ער רבי שליט"א אויף זיין טאטנס בענקל אין זיין טאטן בית המדרש, פונקטליך אזוי ווי עס שטייט אין די צוואה.
און ר' אהרן קומט זיך שלאגן און זיצט אין א טענט, איז ער די שטאטס גענאר ע"כ.
פייער מאן, רבינו שליט"א קומט נישט ע"מ לקנתר, ער קומט ווייל ער איז סאטמארער רבי און סאטמארער רבי האט אייביג געוואינט אין וומ"ס, און אז זיין יונגערער ברידער האט עס צוגענומען מיט די הילף פון אפאר אנשי דלא מעלי, האט ער נישט קיין ברירה און ער מוז מאכן א טענט ביז השי"ת וועט העלפן ויקוב הדין את ההר.
פארקערט, די אלע וואס זענן געקומען צום סיגעטער זענן געקומען לקנתר, דאס אז למעשה זיצט ער אויף זיין טאטנ'ס בענקל ווייל כל דאלים גבר מאכט אים נאכנישט סאטמארער רבי. ער איז דער וואס איז געקומען זיך שלאגן און מיט די הילף פון זיין טאטנ'ס שונאים צוגעכאפט די בנינים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 19:51 |
|
| |
סאטמארער רבי'ס האבן נישט אייביג געוואוינט אין וומסב'ג. ווען דער רבי זי'ע האט געגרינדעט קרית יואל אין די תש'ל'ס האט ער זיך דארט אריבערגעצויגן אין האט געוואוינט דארט ביז דעם יום המר כו'אב און מנוחתו שם
קומט אויף מיט א בעסערע תירץ אז די ווילסט איינרעדן אנדערע אז דאס איז נישט געטאהן געווארן לקנתר
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 20:55 |
|
| |
אם אין דעת הבדלה מנין
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 21:03 |
|
| |
חברים,
מיר ברויכן זיך נישט פארענטפערן פאר קיינעם פארוואס דער רבי וואוינט אדער דאווענט ווי אימער, אויב ס'שמעקט איינעם נישט קען בדרך כבוד גיין צו ר' זלמן לייב, קיינער וועט איהם נישט טשעפען.
די פאקט איז אז מיר האבן נאך עני טיים אזויפיל חסידים ווי ר' זלמן לייב אין וומ"ס, און מיר האבן אלע רעכטן צו ערווארטן אז אונזער רבי זאל קומען צו אונז און זיין בתוכינו, ספעציעל אין אין א שטאט וואס וואוינען פיל מיט רבי'לעך און חסידות'ן, מיר האבן אלע רעכטן זיך צו בויען אן אייגן ביהמ"ד אין מוסדות, און אויב איינער האלט אז מ'טוט עס צו טשעפען, איז עס זיין פראבלעם.
דאס אז דער רבי דאווענט און א טענט אז פאר אונז אלס א סאטמארע חסידים פון די קלענסטע פראבלעמען, יא, איך וואלט זיכער געקענט באשטיין אז מיר זאלן שוין האבן בנינים, פשוט אלס געלט אויס און פראקטישקייט, וואס פאר דעם פונקטליך זעמיר און קארט, אונז פארלאנג מיר נישט פון קארט אז מ'זאל מיר ארויפצווינגען איינעם צו ווערן א סאטמארע חסיד, אונז פארלאנג מיר בלויז אונזערע נכסים.
אויב זיי לייגען זייער גאנצע האפענונג אויפן דעם אז מיר זענען יעצט אין א טענט און מ'האמיר נישט קיין בנינים זענען זיי אויף געהאקטע צרות.
לאמיר אנעמען אז מ'וועל מיר פארלירן אין קארט אלעס:
וויל איך פרעגן א פראגע, אין 3 יאר ארום (איך זאג 3 יאר ווייל דאס מיין איך איז א כו"ע מודה, אבער עס קען מעגליך זיין פריער), וואס זענען די טשענסעס אז דער רבי זאל נאך דאווענען אין א טענט? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז מיר זאלן נישט האבן א שיין ריזיג ביהמ"ד אין וומ"ס גרעסער ווי ראדני? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז מיר זאלן נישט האבן קיין מוסדות פאר אלע עידשעס פון טויזענטער קינדער? ZERO
וואס זענען די טשענסעס אז דער רבי זאל נישט האבן א שיין ריזיג אייגן הויז אין וומ"ס? ZERO
עס איז נישט דא קיין מציאות בעולם אז ר' זלמן לייב זאל קענען שטערן סאטמאר צו קויפן וויפיל בנינים עס שמעקט רעכטס אויף לינקס.
איך האלט נישט אז עס איז לעבנסוויכטיג אז מ'זאל ממש שוין תיכף ומיד כאפן און צאמקויפן בנינים און שוין האבן אלעס, אויב עס וועט געדארען 2-3 יאר און מ'וועט עס טוהן צוביסלעך מיט מער ישוב הדעת, בין איך פערפעקטלי צופרידן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 21:27 |
|
| |
מקוה איד A-1
|
|
|
|
|
| נשלח ב-5/5/2006 23:00 |
|
| |
הבדלה די איד איז נישט איינשטימיג מיט דיר לויט אים איז ווער עס האט וויליאמסבורג דער איז סאטמאר ממילא האט סאטמאר רבי אלע רעכטן אריינצוקומען אין ווימסב"ג פונקט ווי זיין ברודער פייט פאר עס BTW אפילו לויט ענק האט די רבי געזאגט אז קרית יואל בעלאנגט פאר רבינו שליט"א ווי אזוי האט דער סיגעטער געעפנט דארט א שול און מוסדות נאך פאר אונץ האבן געעפנט אין וומסב"ג.... נו ווער איז דער וואס זוכט מחלוקות.....
מקוה איד איך האלט אז מען קען שוין יעצט קויפן בנינים איי אויב געווינט מען די קאורט האט מען אויך נישט דערלייגט ווייל עס איז ריעל עסטעיט און עס האט א שוויות
|
|
|
|
|