משמועסט אז די זאליס האבן באצאלט א ריזיגע סכום פאר די כל העולם כולו, און זיי גייען
שרייבן אדמו"ר מסאטמאר נאר אויף ר' זלמן לייב. איינער קען עס קאנפירמען? אויב יא,
וועלן די מנהלים פון דעי פאראם זיך צושטעלן צו זייערע בעלי בתים...?
תוקן על ידי - wassa_dif - 05/05/2006 22:02:39
נשלח ב-5/5/2006 04:13
מיר האבן נישט קיין שום שייכות מיטן מאגאזין "כל העולם כולו", מצדינו זאלן זיי באטיטלען ר' זלמן לייב'ן מיט די גרעסטע טיטולן זיי ווילן, "מופת הדור", "גלוי אליהו", "מלאך אלקים", "קודש קדשים", און דעם רבי'ן זאן זיי רופן "ר' אהרן", איך גאראנטיר אייך אז איך וועל נישט פארלירן קיין איין רגע שלאף דערפאר.
עמיצער שרייבט דא אז דער כל העולם כולו זענען גאר אהרונים...
אין מיינע אויגן האבן זיי בכלל נישט גענומען קיין צד (כאטש אינעם עתיד בין איך זיכער אז די
זאליס וועלן שרייען אז זיי האבן יא גענומען א צד, ווייל זיי וועלן כסדר מוזן לייגן שוואכערע
בילדער פון די זאליס ווי פון סאטמאר...)
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908934
נשלח ב-7/5/2006 10:49
די סיגעטער עם הארצות מען קישט די הענט און די זענטאער רייסט זיך פאר געלעכטער
נשלח ב-7/5/2006 11:25
אפי' לאמיר זאגן אז דער כל העולם כולו וועט יא נעמען א צד, איז פאסיג פאר רז"ל די ווערטער פון די גמרא (נדה דף ל עמוד ב') "ואפילו כל העולם כולו אומרים לך צדיק אתה היה בעיניך כרשע" (דו ווייסט דאך יא דעם אמת וואס דיין טאטע האט געוואלט)
נשלח ב-7/5/2006 15:53
.
תוקן על ידי - שפיטצער06 - 07/05/2006 15:56:22
נשלח ב-7/5/2006 22:28
די מעשה איז אזוי:
די סיגעטער האבן אריבערגערופן דעם בעל הבית פון כל העולם כולו הר"ר א. קעניג הי"ו וואס איז יעצט געווען אין אמעריקע, אויף א מיטינג אין 500 בעדפארד אינעם בוידעם, און זיי האבן אים געאאפערט 30,000 דאלאר אז ער זאל שרייבן כ"ק אדמו"ר מסאטמאר נאר אויפ'ן סיגעטער.
ער איז גרייט אפילו מען שרייבט עס אויף רבי אהרן אויך.
נשלח ב-8/5/2006 22:28
ניחום אבלים אצל רבינו הגה"ק שליט"א
רבינו שליט"א לאזט נישט געבן די הענט, ווי די הלכה זאגט.
נשלח ב-9/5/2006 00:57
ממילא באבוב
אבער סאטמאר?
זאל ער נעמען געלט פין די זאליס
און זיין חוזק.............
כל העולם קען נישט מאכן ר' שאול אלתר גערער רבי, און ר' יענקל'ן ראש ישיבה
נארישקייטן......
העכסטנס וועט יעדער זען וואספארא נאטקעיסעס די סיגעטע זענען
נשלח ב-10/5/2006 01:39
איך האב א שטארקע קשיא אויף די זאלונים רז"ל האט געאסרט די כל העולם מאגזין דעם ווינטער ביי די דרשה פאר זיינע בחורים איז וואס שלאגען זיי זיך אזוי שטארק וועגען דעם באלד האלט עס שוין ביי 50.000 $
נשלח ב-12/5/2006 17:44
ווייסט איינער ווי אזוי כל העולם כולו שרייבט די וואך פון סאטמאר און סיגוטער איינער האט מיר געזאגט אז ער רופט דעם סיגוטער כ"ק אדמו"ר מסאטמאר
נשלח ב-12/5/2006 17:47
ער שרייבט סאטמאר אויף ביידע
נשלח ב-22/5/2006 02:06
סתם פאר אינטערעסאנטקייט.
דער בעה"ב פון כל העולם כולו (נישט אונזער, די עכטע...) איז געגאנגען צו די זאליס און געזאגט אז פאר 30 טויזנט דאלער געט ער פאר רז"ל די טיטל אדמו"ר מסאטמר.
דערנאך איז ער געקומען צו סאטמאר און געזאגט אז די זאליס ווילן אים געבן 30 אלפים, און אויב סאטמאר געט מער באקומען זיי דעם טיטל.
סאטמאר האט אים געענטפערט אז ער קען געזונטערהייט געבן דעם טיטל פאר רז"ל, מיר האבן אן אייגענעם צייטונג, און א רבי ווערט מען נישט ווען די אדער יענע צייטונג מאכט אזוי אפ.
למעשה האט ער פון קיינעם נישט באקומען קיין געלט, אבער זעט אויס אז ער האט אליין באשלאסן אז פון א ביזנעס שטאנדפונקט לוינט זיך אים ענדערש צו אנערקענען די ריכטיגע סאטמאר (רז"ל האט עס דאך געאסר'ט...).