בית פורומים כל העולם כולו

וואו איז די אריגינעלע צוואה ?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/5/2006 18:46 לינק ישיר 
וואו איז די אריגינעלע צוואה ?

די זאליס האבן פאריגע וואך איבערגעדרייט די וועלט אז זיי האבן א "צוואה".

ס'איז געווען הימל און ערד און צוואה, ר' יענקל כהנא האט געוויינט, ר' מאיר שטערן האט געלאכט,
די חברי ה'בית דין' האבן געקנייטשט די שטערנ'ס ביים הערן די 'גביית עדות' [...] פון ר' מאיר
שטערן אז די רבי איז קלאר געווען ביים דעת, והא ראי' אז ער האט געזען ווי ר' מאיר'ס הענט
ציטערט... און דער עיקר, דער ניו יארק פאסט און דער דעילי ניוס האבן געקרוינט דעם נייעם רבי'ן.

איך וועל נישט אריינגיין אין די אלע לעכערליכע און אפענע גרייזן פון די א.ג. צוואה, שוין
אפגערעדט אז זיי אליין האבן נישט ארויסגעברענגט מער ווי "פה וויליאמסבורג", און אויף דעם האבן
זיי אויפגענומען רז"ל פאר רבי איבעראל.

איך וויל אבער וויסן א צווייטע זאך.

עס איז ברור כשמש ביי יעדן רעכטדענקענדן מענטש, אז רביה"ק זי"ע הכ"מ האט זיכער געשריבן א
צוואה, וואו עס איז געווען ארויסגעברענגט אלע פרטים און דקדוקים פון אלע זיינע נכסים, די
ירושה חפצים, זעלטענע כתבי יד, און אלע אנדערע נכסי הקהילה און פריוואטע פארמעגנ'ס. דער רבי
זי"ע איז געווען ביים פולן זינען לפחות ביזן עלטער פון 80 יאר, און אפילו ווען עס האבן זיך
שוין אנגעהויבן די שוואכערע צייטן בעוה"ר, האט גענומען זייער א לאנגע צייט ביז עס איז
אנגעקומען וואוהין עס איז אנגעקומען, און יעדער פארשטייט אז עס איז זיכער אז רביה"ק האט
געשריבן א צוואה.

וואו איז די אריגינעלע צוואה ?

אפילו לשיטתם קענען זיי נישט זאגן אז דער רבי האט צוריקגעצויגן, יעדער ווייסט אז ווען מען ציט
צוריק פון א צוואה נעמט מען די אריגינעלע און דארט שרייבט מען צו דעם טויש (ע"ע תולדות אהרן,
והדברים פשוטים וידועים).

נאכמער, אין זייער פאלשע צוואה שטייט אויך נאר פה וויליאמסבורג, וואס איז די צוואה בנוגע קרית
יואל ? דארט האט דאך רביה"ק זיכער נישט געטוישט זיין צוואה, אפילו לשיטתם ?! וויאזוי וואגט
זיך רז"ל צו עפענען א קהילה אין קרית יואל, נגד צוואתו המפורשת פון רביה"ק זי"ע הכ"מ ?!

און וואס טוט זיך מיט די איבריגע נכסים ?

דארף מען א גרעסערע באווייז פון דעם אז זיי ווילן 'צוליב געוויסע סיבות' באהאלטן די
אריגינעלע צוואה פון רביה"ק זי"ע ???????????????????



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואו איז די אריגינעלע צוואה ?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext