|
|
| נשלח ב-10/5/2006 23:08 |
|
| |
נאכנישט געהעריג אפגעלערנט דעם רייכן אשכול. איך וויל אבער אויף דערוייל אריינווארפן מיינע צוויי קאפיקעס.
דאס אז דער רמב"ם איז דער מחבר פון ספר מורה נבוכים איז קלאר אן קיין שום צל ספק, ווי אויבן דערמאנט אז דער רמב"ן ברענגט אים אסאך מאל אראפ, און אויך פילע אנדערע, ווי איך האב נישט לאנג דא ערגעץ וואו נאכגעברענגט דעם מאירי בשם המורה.
א באזונדערע שמועס פאדערט זיך איבער דעם ספר המורה וואס ברענגט אסאך ענינים פון אריסטו וואס איז אין די היינטיגע וועלט אפגעפרעגט מיט א קרוב צו הונדערט פראצענט. אבער דאס איז לענגערן נושא פאר זיך. (נו, וואס שרייבט מען דא? ועוד חזון...).
(מיר איז אינטערעסאנט אויב איר זענט מער נוטה צום רמב"ם אלס דעם וואס איר זעט אזוי איין, אדער ווייל איר נעמט אלעמאל אן דעם רמב"ם ווי א געוויסע חסידות האט אזוי מחליט געווען צוליב דעם וואס עס קומט זיי בעסער אויס אזוי, כאטש וואס אפי' לויטן רמב"ם זענען זיי היבש אפגעפרעגט.וד"ל כי הארכתי...)
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 05:35 |
|
| |
דיפלאמאט,
היבש שארף געפרעגט. די אמת, ווייל אזוי זעהט מיר אויס אין מציאות, ומסברא בעלמא. און אגב, סברא מדאורייתא. (און וואס קען איך טוהן, אויב "מיין" סברא זאגט, אז "מיין" סברא איז אויך מדאורייתא...)
איינער וואס בלעטערט אדורך ספר המורה, צו בהיתר צו באיסור, וועט אנערקענען אז די סיבה פארוואס די רמב"ם ודעימי' האבן אנגענומען אז כישוף און אלע תועלת'ן פון עבודה זרה זענען אחיזת עינים אדער סתם טפשות, איז ממש נאר מסברא ומשכל הישר. אלזא, אויב קומט היינט א תרשיש'ל און מאכט זיך די זעלביגע מסקנא מדעתו, יש לו אילן גדול לתלות בו.
allways,
די שאלה וואס דו פרעגסט, אויב חכמת היד והפרצוף וואס די כינעזער און אינדיאנער פראקטיצירען איז מתאים צו וואס ווערט געברענגט אין זהר, איז א אינטרעסאנטע טעמע פאר שטודירער פון דעם חכמה.
למעשה, אפילו אויב דו קענסט איבערצייגן פון ספר הזהר אז כישוף איז א אמת'דיגע כח, איז דאס כמובן גארנישט משפיע אויף דעם דעת הרמב"ם וואס האלט אז דאס איז באלאני. די איינציגע שאלה לפי דעם מהלך פון רמב"ם איז, צו קענסטו דאס אויף ווייזן מיט אמת'ע שכל'דיגע הוכחות. ובלשונינו, "scientific evidence".
וה"ה לגבי חכמת היד והפרצוף, איז די שאלה די זעלביגע. ניתי ספר וניחזי. לאמיר זעהן ווער ס'קען און ווייס וואס ער רעדט. ותו לא מידי.
תוקן על ידי - תרשיש - 11/05/2006 5:38:16
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 07:44 |
|
| |
דיפלאמאט
עס איז קיין וואונדער אז דער רמבם ברענגט פון אריסטו, ווייל קודם כל ווערט ער נאך אפילו היינט צוטאגס אנגערופן פןו די "גרעיטעסט מיינדס " וואס איז נאר אמאל געווען. צווייטנס איז א ריזיגע חילוק צווישן פילאסאפיע און סייענס. די פילאזאפישע חלקים וואס ער האט געזאגט איז נאך אלץ היינט א דעבאטע פונקט ווי אמאל, און עס איז נאך היינט צו באוואונדערן וויאזוי דער אריסטאטל (אריסטו) איז שוין דעמאלטס געווען אזוי טיף. פארגעס נישט אז פאר די ערשטע מוחות איז געווען אומצאליגע מאל שווערער צו טראכטן, ווייל זיי האבן אנגעהויבן פון א', און האבן בכלל נישט געהאט אויף וועם און אויף וואס צו בויען. יעצט אויף די זאכן וואס ער האט געזאגט לגבי די מאטעריאליסטישע וועלט, ד.ה. די סייענטיפישע חלק, איז אוודאי אז ער איז היינט אינגאנצן אפגעפרעגט, . היינט האלט מען נאך טויזנטער קעפ וואס יעדער איז געגאנגען א טריט ווייטער, עקספערימענטירט די אלטע טעאריעס און אלעס איז צוביסלעך אוועקגעפאלן , ביז מען האלט היינט ווי מען האלט. אבער וויסן זאלסטו אז אפילו טייל פון איינשטיין'ס טעאריעס האט מען היינט אפגעפרעגט און די וועלט שפאנט ווייטער, .דאס איז גאר אין קורצן. ודי לחכימא.
לגבי דאס וואס דו פרעגסט צי מען נויגט דא צום רמבם צוליב געוויסע סבות, וויל איך מודה זיין אז איך כאפ נישט ואוס דו מיינסט דא. אדרבא, קלער מיך אויף. טו בי האנעסט , האב איך לכאורה געזען דעם רמבם נאכדעם וואס איך האב געטראכט אז דער כישוף ענין איז פארנעפעלט.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 08:08 |
|
| |
תרשיש
די אלע חכמת היד ביכער אין ענגליש, עברית און כינעזיש וכו' איז זיכער אז זיי נישט נאר זענען זיי נישט אין איינקלאנג מיט'ן זוהר , נאר יעדער פאר זיך שרייבט אנדערש ווי דעם צווייטן למחצה לשליש ולרביע, אויב נישט אינגאנצן, ( איך אליין האב שוין אויך געקוקט דערין פאר אינטערעסאנטקייט), און כל שכן איז דאס אנדערש ווי דעם זוהר, צוליב דעם טעם אליין אז דער זוהר שרייבט נישט מער ווי עטליכע עמודים אין דעם ענין, און די אלע אנדערע האבן צענדליגער און הונדערטער פעידזשעס. (אפשר די הויפט דריי-פיר קווים האבן די זעלבע מיינונג לויט אלע. אבער צו קענען אפליינען א האנט און עפעס ארויסנעמען איז יענץ אליין גארנישט ווערד.)
צי איז מעגליך דאס צו אויפווייזן מיט "סייענטיפיק עווידענס"? לאמיר זען. דאס איז דער סייענטיפישער וועג וויאזוי מען ווייזט אויף עפעס צו זיין ריכטיג. 1) מען אבזערווירט און מען באנעמט א געוויסע זאך, א פענאמענאן. 2) מען זאגט א סברא, א טעם, א חשבון אדער א טעאריע פארוואס מען האלט אז יענע זאך געשעט אזוי און אזוי. 3) לויט די אנגעגעבענע טעאריע שאצט מען אז די און די זאך דארף לויט דעם אויך אזוי און אזוי זיין אדער שטימען, (למשל מען זאגט פאר אז אויב די טעאריע איז אמת, מוז זיין אויב וועט מען טון אזוי און אזוי צו די זאך וועט עס אזוי און אזוי באוועגן.) 4) מען מאכט פארשידענע עקספערימענטן, און מען קוקט צי עס שטימט טאקע , און צי דאס ווייזט אז די טעאריע מוז טאקע זיין דער אורזאך אונטער יענע זאך. ערשט נאכדעם ווערט דאס א סייענטיפישער פאקט, (וואס קען אגב נאך אלץ אפגעפרעגט ווערן איין שיינעם טאג, אדער ווייל מען קומט מיט א סתירה וואס ווייזט אז נישט דאס איז דער טעם, אדער מען קומט אויף אז עס איז גאר אן אנדערע סבה ווי יענע טעאריע פארוואס ביי יענע עקספערימענט איז אזוי און אזוי געוועון, )
צי טראכט איינער אז איינע פון די חכמות וועט קענען דורכמאכן דעם שווערן וועג. איי דאנט טינק סאו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 08:17 |
|
| |
דיפלאמאט.
כמוני כמוך, ווייניג צייט געהאט און נישט אפגעלעזן דעם גאנצן אשכול כדבעי, נאר איין קליינע
הערה (אשכול פאר זיך ?): יענע חסידות גייט קיינמאל נישט קעגן רמב"ם, אויב עפעס איז דער רמב"ם
א גרייז, וכו'...
מ'דערציילט אז א ליטוואק איז ארויפגעקומען אויבן, פרעגט מען אים צו ער קען לערנען, הייבט ער
אן צו ווייזן חריפות אין א רמב"ם אז מ'קען שפרינגען, אבער דער רמב"ם קומט צו לויפן "נישט דאס
האב איך געמיינט !".
רופט זיך אן דער ליטוואק: "דו ספרד'ישע קאפ, וואס פארשטייסטו אין א רמב"ם ?"...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 05:10 |
|
| |
אללללוועיס
האסט זייער שיין ארויס געברענגט ווי אזוי סייענס ארבעט אבער מיר וועלן גיין א טריט ווייטער.
מיט סייענס וועט מען קיינמאל נישט קענען אויפווייזען צו כישוף ארבעט יא אדער ניין . פונקט ווי
להבדיל מ'קען נישט אויפווייזען מיט סייענס ווי אזוי א קמיע אדער מופת ארבעט.
יעצט א שטיקעל הסבר.
כישוף איז באלד אזוי אלט ווי די וועלט. ווען פון די ערשטע מענטשען פון די וועלט האבן זיך
אנגעהויבען אום צוקוקען אויף די וועלט האבן זיי געזען פארשידענע זאכען גראז, אייזען, ביימער,
בלומען, וכו' וכו' און מיט די צייט האבן זיי באמערקט אז געוויסע זאכען האבן אין זיך פארשידענע
כוחות מער ווי זייער עצם מהות. און נאך א שטיק צייט האבן זיי זיך אויסגעלערנט ווי אזוי צו
מאכן א קאמיוניקעישן צווישען דעם מענטש'ס ספיריטשעל כח, און די כח פון די געוויסע זאכן [למשל
מ'נעמט פארשידענע אבדזשעקט'ן און מ'שטעלט עס אויס אויף א געוויסען אופן און דער מעדזשישען
ניצט זיין כח -(צו דורך טוען א פעולה -טאנצען. זיך ארום דרייען וכו- אדער דורך זאגען א לחש
אדער דורך אינזין האבן להבדיל שמות וכו')- צו מעורר זיין די כח פון די זאכן און עס געשעהט
-לויט וואספארא זאכן ער האט גענומען און וואס ער האט גטוען- די כישוף.. מער, און טיפער פון
דעם קען איך נישט מסביר זיין ווייל דאס גייט שוין אריין געהעריג און כישוף וד"ל] און דאס
ווערט אנגערופען כישוף folk magic
אבער פארוואס עס געשעהט אזוי האבען זיי נישט געוויסט און מ'ווייסט נאך אלץ נישט. און דאס וועט
סייענס קיינמאל נישט קענען אויס געפונען.
ווי איך האב אמאל געזען אזוי. אסאך סייענטיסטן וועלן דיר קענען זאגען אז די הימל איז בלוי
וועגען rayleigh scattrring גrעוויוויסע וועלן דיר אפי' קענען מסביר זיין rayleigh scattering
אין א בחינה פין "עלעקעטראנס" און "פאטאנס" און אפאר וועלן דאס אפי' קענען אריינפאסן און די
אויפירונג פון "פערמאנס" און "באסאנ'ס" .... אבער קיין איין סייענטיסט קען דיר נישט - און
וועט דיר קיינמאל נישט קענען - מסביר זיין פארוואס "פערמאנס" און "באסאנ'ס" פירן זיך אויף
אזוי .....
און דאס איז פאר זיי א בחינה פון magic ווייל עס איז למעלה מהשכל פאר זיי.
יעצט צו כישוף ארבעט צו נישט ווענט זיך ווי אזוי די ווילסט גלייבען . פונקט ווי להבדיל אלף
אלפי אלפים די גוים גלייבען אין א אידישען מופת ווייל די קענסט זיי אויך נישט אויפווייזען ווי
אזוי דער צדיק האט דאס געמאכט. אפי' די קענסט יא קבלה..
(און בכלל science פאר זיך איז נישט איז קיינמאל נישט קייו 100% . און וועט קיינמאל נישט זיין
. דא איז נישט דאס פלאץ מאריך צו זיין)
און לגבי חכמת היד. עס איז מיר פארלוירען געווארן די פון עברית אבער כ'האב נאך 3 פון אנדערע
מקורות און איך וועל אי"ה איבער קוקען אויף ווי ווייט זיי זענען אנדערש .ווי די האסט געשריבען...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 06:29 |
|
| |
עולם מלא
גוטע פונקטן געזאגט, אבער על זה אנו דנים. לאמיך מיך מסביר זיין.
דאס איז מער ווי אמת טאקע אז רוב זאכן ווייסט מען נאר "וואס" אבער נישט "פארוואס דאס איז אזוי", ווי גראוויטי, מאגענטיזם, קאלירן, און וואס נישט . און די זעלבע איז זיכער כמעט נישט מעגליך אז מען זאל קענען אנצייגן אויב כישוף העלפט "פארוואס" עס העלפט טאקע.
אבער דאס קענען מיר יא וויסן, צי האבן זיי טאקע בכלל עפעס א באהאלטענע כוח מיט וואס זיי קענען אונז אויפווייזן אז זיי טוען זאכן וואס "קיינער" קען דאס נישט פארשטיין בדרך הטבע, אדער זענען די אלע קונצן וואס זיי טוען אינטערעסאנטע טריקס, וואס ווערט געטון מיט חכמה, און דאן קען מען יא דערגיין וויאזוי זיי טוען עס.
און פארוואס דער הימל קוקט אויס פאר אונזערע אויגן בלוי איז אויך הונדערט פראצענט קלאר ביי זיי דער טעם , אלס די זעלבע אונטערליגנדע סבה פארוואס יעדע אביעקט גיט ארויס א צווייטע קאליר לויט וועלכע זי זאפט ענדערש איין און רעפלעקטירט דאס צוריק, ואכמ"ל, און קיינער ווייסט טאקע נישט פארוואס, פונקט ווי מען ווייסט נישט פארוואס בלוי איז בלוי, (אדער מער טעכניש גערעדט: פונקט ווי מען ווייסט נישט פארוואס פונקט ביי די קורצע סייז פון די כוואליעס איז עס פונקט די בלויע קאליר.
יעצט איז די שאלה צי עס איז טאקע אזוי אז זיי האבן א ספעציעלן כוח פון זאגן א לחש אדער באשווערן איינעם, צי איז דאס אלעס טריקס (ווי דער נשר הגדול איז נוטה), און דאס איז דא די הויפט שאלה, צי עס איז היינט דא כישוף אדער זענען די אלע זאכן בלויזע טריקס.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 06:48 |
|
| |
עס וואלט אינטערעסאנט געווען צו ברענגען אפאר משלים ווי ווייט מען קען פארדרייען פאקטן און מאכן מענטשן זיך שווערן אז דא ליגט עפעס העכערס און מען קען נישט זען וויאזוי דאס קען זיין עפעס אנדערש אויסער ריין כישוף. אבער ווען מען זעט וויפיל ערלייי וועגן און טריקס עס איז דא צו פארנערן מענטשן, קען מען נאכדעם גרינגער ציען א פאראלעל צו אלע אנדערע אפילו דארט כאפט מען נישט וויאוזי עס קען זיין.
איך וועל דא קאפירן א פייל וואס איז מסביר פילע טריקס פון דעם באוואוסטן מעדזישען דעוויד בלעין , וועלכער איז וועלט באקאנט און האט די וואך פרובירט ברעכן א רעקארד פון נישט אטעמען 9 מינוט אין א צי, און דורכגעפאלן ביי 7 מינוט מיט אכט סעקונדעס.
איך דארף עס אויפזוכן און ארויפלייגן , אבער דערווייל וועל איך ברענגע ן איין משל צו זען ווי א פשוטע טריק קען אויסקוקן ווי בעל שמ'סקע מעשיות.
דער טריק וויאזוי עס קוקט אויס פארן מענטש: מען רופט א מענטש און מען צייגט אים א טויטן פליג וואס ליגט אויף דער ערד, יענער זעט קלאר אז עס איז טויט. דער מכשף הויבט דאס אויף אין די האנט, ער בלאזט דערויף, זאגט אפ די שמות, און תחיית המתים קומט פאר פאר דיינע אויגן, דער פליג הויבט צוביסעלך אן צו זיך באוועגן און פליט אוועק כאחד האדם. גענוג אינטערעסאנט צו אויפגעבן און זאגן אצבע מכשף הוא, כאב דאס געזען מיט מיינע אייגענע אויגן.
אבער ניין, א פשוטער זאך איז דא פארגעקומען וואס יעדער יונגל קען טון,
מען כאפט א פליג, מען לייגט אים אין פריזער, ער ווערט פארפרוירן, און צוליב דעם קען ער זיך נישט באוועגן פאר א שטיקל צייט, דאן לייגט מען אים שנעל אויף א פלאץ ואוס קוקט אויס אומשולדיג ווי עס וואלט דארט סתם געליגן טויטערהייט, מען רופט דעם "אבזערווירער", מען הייבט אויף דעם פליג, מען בלאזט אביסל וואס דאס העלפט אויך צו אז עס זאל ווערן ווארימער און אויפגעלאזט , און צוביסלעך זעט יענער ווי א טויטע פליג ווערט פאר זיינע אויגן לעבעדיג, .
דאס איז איין משל און עס זאגט אסאך. אבער אזוי איז דא דארטן פילע טריקס, ווי עס קוקט אויס ווי יענער שטייט אין די לופט וכדומה אומגלויבליכע זאכן ואוס איז פשוט נאריש ווען מען ווייסט וואס יענער טוט, אדער גאר א צוהעלפער, ווי איר וועט קענען אליינס זען, אדער מער קאמפליצירטע, אפטיקל אילושענס, וכדומה, אבער נאך אלץ גארנישט צוטאן מיט הילף פון די 'לינקע'.
און דאס קען זיין (געדענק: איך זאג "קען זיין") איז גאר דער "באהאלטענער כוח" פון כישוף .
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:09 |
|
| |
אללללוועיס
טאמיר וועט איר קוקען אין מיין ערשטע תגובה פון דעם אשכול וועט איר באמערקן אז איך האב עס
ציטיילט אויף 2 סעיפים. א) כישוף און ב) אחיזת עינים. ווייל דאס זענען 2 פאר שידענע זאכן
בעצומו .
און אחיזת עינים איז אה"נ טאקע בכלל נישט קיין כישוף עס איז נאר א פאך וואס מ'קען זיך
אויסלערנען. און כמעט א יעדער מענטש קען מאכן 2.3 "טריק'ס". נאר וואס גרעסער א מעדזשישען ער
איז. אלץ גרעסערע טריק'ס קען ער מאכן ווייל ער האט זיך מער געלערנט..
אבער כישוף פון וואס איך האב פריער געשריבען ארבעט מיט באהאלטענע כוחות ווי להבדיל קבלה. עשר
ספירות ועוד ועוד און דאס האב איך געשריבען אז מ'קען דאס מיט סייענס נישט אויף ווייזען...
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:41 |
|
| |
עולם מלא
לאמיך נאכאמאל ארויסברענגען די זאך.
צי עס איז בכלל דא כישוף צי נישט קען מען לכאורה יא אויפווייזן, ווייל די וויסענשאפטלער קענען פונקטליך אויספרעגן און אבזערווירן די זאכן און אפמאכן צי עס האט טאקע נישט קיין אנדערע פשט אדער אויסוועג וויאזוי יענער זאל קענען באווייזן א געוויסע זאך בדרך הטבע, און דאן וועלן זיי מודה זיין אז זיי פארשטייען עס נישט, און דאן וועט מען קענען זאגן אז מען קען נישט פארשטיין "וויאזוי זיי מאכן עס" ווייל עס איז העכערע זאכן,
. אבער קודם דארף מען זען צי עס איז (עטליעסט היינט) דא אזא זאך, אז וואס די קונצן פון די אנגעבליכע אזויגערופענע כישוף מאכער טוען האט טאקע גארנישט מיט קיין טריקס. און אויף דעם האב איך געזאגט אז עס איז דא פילע זאכן וואס מען איז טועה אלס כישוף אבער איז קלאר בלויזע טריקס, אבער קען זיין אז עס איז אויך דא עכטע כישוף אבער מען דארף ברענגען א ראי' דערצו אז עס איז יא כישוף און זאגן וואו, ווער, וואס ווען, .
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 08:13 |
|
| |
אז די ווילסט דוקא קען איך דיר אויפווייזען מיט מער פרטים . מיינע ספיקות זענען נאר וויפיל איך בין ערלויבט -מחמת אריין ברענגען ספיקות אין ייודישקייט- צו שרייבען אויף דעם פארום ..והמשכיל יבין אבער פאר ארגומעטס סעיקס להבדיל אלף אלפי אלפים. ולהבדיל בן טומאה לטהרה .אויב גלייבסטו אז צדיקים האבען געקענט מאכן אותות ומופתים. חוץ לדרך הטבע דורך שמות און קמיעות וכו' וכו' פארוואס זאלן זיי נישט קענען ?...
תוקן על ידי - עולם_מלא - 12/05/2006 8:16:05
תוקן על ידי - עולם_מלא - 12/05/2006 8:16:47
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 16:13 |
|
| |
אן אראנגיין ווער איז גערעכט, קימט מען אבער צו די רילעזעשען אז די וועלט פון סייענס ( די טענשעבל וואס) אין די וועלט פון ספיריטשאלעטי (טעראטישע פארוואס) זענען צוויי באזינדערע באגריפין אין וועגן פון קוקן אויף די וועלט, וואס איעדע צד וועט פארלייקענען אדער מינימייזן די אנדערע צד, פשוט פאר סארווייוועל, אזויווי אלטערנטיוו מעדיסין מיט די עסטעבלישט מעדעסין.
עס איז א פאקט אז די רמב"ם האט עוסק געווען אין עפלייט סייענס (זע ווי די רמב"ם לערענט פשט אין מעשה מרכבה)
דעס אז סייענעס קען ווען נאך טשעקען אלע סארט כושף (וואס איז געווען אין וואס איז דא) אין קען אפשר פראווען אלס פאלש געט גארנישט צו סייענטיפוקלי צי די טענה. (יא אויב איך האלט סאבדשעקטיוולי אז כושף איז פאלש וועט סייענס אוודא אויך אזוי אויפווייזען, אין יעקב ארויסגיינדיק פון חרן האט אוודא גענימען די שטריימל, ניין ?)
תוקן על ידי - findodort - 12/05/2006 16:24:37
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 17:01 |
|
| |
אללללוועיז;
זייער שיין מסביר געווען די קונץ פונעם טויטן פליג, יעצט זיי מוחל געב מיר צו פארשטיין די קונץ פון שטיין אין די לופטן, איך האב דאס מערערע מאל געזען, ביי דעיוויד בלעין און אנדערע, איך בין נבהל ונשתומם געווארן, זיי מוחל צולייג מיר אויף טעלערלעך וויאזוי זיי באווייזן דאס. ויישר כח למפרע.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 18:00 |
|
| |
עולם מלא
די אלע סארט "פארגלייכן" קשיות פאדערט א באזונדערע פלאץ דערפאר, פאר וועם עס באדערט, און די דעבאטעס איז לענגער ווי לאנג, דעריבער לאמיר דא ענטפערן וואס נוגע דא, צו קענען גאלאפירן און זיך נישט דארפן אפשטעלן צוליב די קשיא.
גאר אין קורצן: דאס אז עס איז דא א כוח הקדושה, דאס אז גאט פירט אלעס און קען דעריבער אלעס טון, דאס אז ער טוט אין פאקט זאכן וואס איז קלאר שלא כדרך הטבע, איז קלאר ביי אונז ווי דער טאג, אויסער די אלע קלארע הוכחות און הסברות , איז פשוט אז אפילו אן די הוכחות דארפן מיר אזוי גלייבן מצד הקבלה, און דעריבער אויב די וואס האבן אונז בכלל מגלה געווען פון א באשעפער און פון "אידישקייט" האבן אונז אויך געזאגט אז ער טוט דעם רצון פון עושי רצונו, קוק די אלע נסים אין נ"ך אליין, ממילא דארפן מיר דאס אויך גלייבן, און דער פאקט איז אז מיר האבן דאס געזען אלע דורות בחוש, אויף טויזנטער אופנים, דארף מען פשוט איינזען אז דאס איז עס.
אבער אויב קומט א צווייטער און קלעימט אויך אז ער קען אויכעט, וויל איך זען זיין רעזומעי, ווער ביסטו, דו זאגסט אז דו קענסט, פראוו איט. און ווילאנג דאס ווערט מיר נישט אויפגעוויזן, גלייב איך עס נישט, . און כל שכן היינטיגע צייטן ווען די הסתרת פנים איז אזוי גרויס, פארוואס זאל איך טראכטן אז דער צד הטומאה גייט נאך אן ווען דער צד הקדושה איז אזוי שוואך, אוזערע רביס האבן אונז געלערנט אז עס איז שטענדיג זה לעומת זה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 18:33 |
|
| |
FINDODORT
שיין געזאגט. אמת אז ס'צוויי גאר אנדערע באגריפן און פערספעקטיווס, אבער נאך אלץ אבער איך זע נישט אז די טעארעטישע ווועלט זאל פארלייקענען סייענס. ביי זיי גייט עס נישט אזוי , אויב האסטו א פראבלעם, קום אראפ , מיר וועלן דיר ווייזן. (אבער לאמיר פליז נישט אריינגיין צו ווייט, ואכ"מ).
בנוגע די צווייטע פונקט, איז נישט אז סייענס קען ווען, נאר סייענס האט אין פאקט אויפגעוויזן פילע סארט זאכן וואס עס ליגט אונטער דעם, ווואו זיי הערן נאר אאז עפעס איבערנאטורליך קומט פאר, זענען די פארשער גלייך דארט, און קוקן צי עס איז טאקע נישט צו פארשטיין דעם געשעעניש מיטן שכל אנושי. (אוודאי בינעך מודה אז בי פילע זאכן זאגן זיי הודל בודל, געשאסן אן אנאליז אבי ס'זאל נישט שטימען די זאך, אבער ביי די היינטיגע כישוף געבן זיי יא פונקטליכע הסברות צו מסביר זיין וואס יענער האט געטון, און עס איז קיין העכערס.) דעריבער איז נישט מיין טענה אז זיי קענען ווען אויפווייזן, נאר האבן אויפגעוויזן.
לגבי אויב יא וועלן זיי אויך אויפווייזן פאלש אונזערע זאכן, איז גאר אנדערש, ווייל צו אויפווייזן אמאל וואס עס איז טאקע געווען מוז מען אויך צוקומען צו אנאליזן, ווייל אויסער די פאקטן וואס זיי קענען זען, מוז איינער צוזאמשטעלן דעם פאזל, און די יעניגע קענען זיין די באנדיטן. אבער זיי האבן עס נישט דיספראווט. אבער אויב טענה'ט איינער אז כישוף איז נאך דא, רוף זיי אראפ סתם צו אבזערווירן צי אלעס גייט ווי זיי זאגן, אנע אילוזיעס, און אויף דעם זענען זיי מומחים. ווידער היינטיגע צייטן ווען דער רבי העלפט דיר איז דאס סייעתא דשמיא, נישט בגדר מופת (אויב נישט , פאררעכט מיר) און איך ווייס נישט צי דאס וועלן זיי אפילו וועלן דיספראוון.
 |
|
|
|
|
|