|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:14 |
|
| |
קרעמער
דאס איז אין קורצן די איידיע אונטער זיך הייבן אין די לופט טריק.
פאר די מענטשן קוקט אויס ווי דער מכשף הייבט זיך צוביסלעך ביז פיר פינף אינטשעס אין די לופטן, ביז ער קראכט צוריק אראפ צו דער ערד. דער טריק: דער מעדזשישען שטייט פשוט אויף די שפיץ פינגער פון איין פוס, און ער שטייט אויף א געוויסע שיפקייט (ענגל) צום עולם אז זיי זעען עס נישט און עס קוקט אויס ווי ער שטייט אין די לופט. ער נוצט פארשטייט זיך די אנדערע פיס צו לייגן די דעם שפיץ פינגער אויף די ערד וועלכע איז נישט צו די זייט פון די אוידיענץ,
פארשטייט זיך אז עס זאל אויסקוקן פעלט זיך אויס גאר פונקטליכע און אקוראטע באדינונגען, וואס ווייניג קענען. און פאר דעם שטייט ער נינשט מער ווי איין סעקונדע, ווייל אז נישט וועט יעדער זיכער כאפן, .
דער מעדזשישען דארף שטיין א געוויסע פונקטליכע דיסטאנץ פון די צוקוקער. ביי א געויסע פונקטליכע שיפקייט. עס מעג נאר זיין א געוויסע צאל צוקוקער, ווייל נאר ביי יענע קליינע דיסטאנץ וועט עס אויסקוקן און מ'וועט נישט קענען זען דעם שפיצל. אבער בעליוו איט אר נאט, דאס איז די גאנצע טריק אונטער דעם כישוף, מעשה בלעם.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 08:52 |
|
| |
אזוי ווי עס איז מיר נישט מעגליך נישט צו שרייבען מער פרטים בעניני כישוף (עכטע כישוף נישט
סתם אחיזת עינים) וואס עס גייט אן היינטיגע צייטען אנע דעם וואס עס זאל נישט ח"ו אנרירען
בעיקרי הדת, וועל איך מיך מיזען באגעניגען מיטן אראפ ברענגן פון פריעדיגע וואס זיי שרייבען
דערוועגן.
וזל"ק פינעם רדב"ז אלף תרצ"ה , ער ברענגט קודם אראפ דעם רמב"ם הנ"ל און אויף דעם שרייבט ער.
בע"ד.
אבל האמת הוא שיש מעשה כשפים ומעשה שדים ומעשה אחיזת ענים בפועל שאם לא כן לא היה הכתוב מחייב
מיתה למכשף מפני מעשה החבל ולא היה מחייב מלקות מפני קלות ומהירות ידים ותחבולה, ומ"מ מודה
אני שיש איסור גניבת הדעת ואפי' מדבריו נראה שיש בזה מעשה חרטומים אלא שמתחבר אליו קלות
התנועה בידים, וכי יעלה על הדעת שמה שהיו עושים החרטומים לפני פרעה היה תחבולה וקלות ידים,
אין הדעת סובלתו אלא שהיו עושים מעשה כישוף ע"י שדים , ומעשה שדים וכשפים מפורסם אצל רז"ל גם
ההמון וכ"ו והנראה לע"ד כתבתי..
ע"כ מלשונו הק'
אזוי אויך ר' מנשה בן ישראל אין זיין ספר נשמת חיים איז ער מסביר אז עס איז דא געהעריג כישוף .
ועוד ועוד וואס איך בין נאך נישט אנגעקומען דערצו.
און ווער עס קען זאל ביטע עס אראפ ברענגען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 09:11 |
|
| |
קרעמער
אללללוועיס
לגבי די קונץ פון שטיין אין די לופט איז דא אפאר וועגן ווי אזוי דאס צו טוען [עס ווערט
אנגעריפען levitation בלע"ז] איינס טאקע ווי אללללוועיס האט געשריבען און דאס איז טאקע פון די
גרינגסטע,
דערנאך איז דא וואס ניצן די כח פון מאגינעטן, און נאך פארשידענע טריקס' און כמו טריקס.
אבער דאס שטערקסטע לויט די גוים איז דוך גאר אטיפע מין yoga (וואס דאס מסביר צו זיין גייט
שוין אריין אין דעם גלובען פון בהאדיזעם)
|
|
|
|
| נשלח ב-15/5/2006 23:35 |
|
| |
עולם.
די ראיה פון רדב"ז, איז שיין און לומדיש. למעשה, איז דאס פאר אונז בימינו אלה נישט א הכרח אז כישוף איז א אמת. אויב די רמב"ם האט דאס נישט געהאלטן פאר א קשיא, איז דאס מיר אויך נישט שווער.
ואליבא דאמת, איכא למישדי ביה נרגא. אויב איז נישט עולה על הדעת אז די תורה איז מחייב מיתה פאר א מכשף וואס באמת איז ער א פשוט'ע ליגנער, איז די הלכה פון א נביא שקר וואס איז מחוייב מיתה אויך אינו מובן. היתכן פאר פשוט זאגן ליגענט, זאל מען אזא איינעם באשטיינערן?
ולפי ראיית הרדב"ז, איז אויך מוכרח אז די אלע עבודה זרה'ס למיניהם וואס דערויף איז מען מחוייב מיתה, נישט סתם עפעס א אויסגעבלאזענע שקר.
אין פסוק שטייט "רגליהם ולא יהלכו... וכו'"
אין בבלי, ווערט אויך כ"פ געברענגט פשוט ליצנות אויף די עבודה זרה'ס, וכנוסח הגמרא "כל ליצנותא אסורא לבר מליצנותא דע"ז". וכמובן, אז ס'איז נישט עולה על הדעת, אז די גמרא זאל זאגן זאכן וואס זענען לדעתם געווען שקר.
והנלע"ד כתבתי.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 04:10 |
|
| |
עולם מלא
איך וויל צולייגן צו תרשיש'ס ווערטער, צו פארענטפערן דעם רדב"ז'ס קשיא, לשיטתיה פונעם רמב"ם. איך וועל אראפברענגען וואס איך האב געשריבן דא אין אן אנדערן אשכול (חדשים לבקרים (פרעזענטירט ביי הרב קרעמער) ) , און לויט דעם מיין איך שטימט עס כמין חומר.
"לערנענדיג די וואכעדיגע (פארגאנגענע) סדרה די פילע מצוות ווי שעטנז, כלאים , נישט עסן בלוט, וכו' וואס איז שווער צו טרעפן דערויף א פשוטער טעם וואס מיר זאלן קענען פארשטיין פארוואס די תורה האט עס גע'אסר'ט ע"פ פשטות, איז גוט צוצוברענגען דעם רמב"ם'ס צוגאנג צו די אלע מצוות, און דער רמב"ן ברענגט דאס טיילווייז אויך עטליכע מאל אין אח"ק.
דער רמב"ם (אין מורה נבוכים) לייגט אראפ דעם כלל, אז א גרויסע טייל פון די מצוות האט אונז גאט דאן געגעבן בשעת מתן תורה, ווייל די וועלט - ובתוכם די אידן - זענען געווען אריינגעטון אגאנצן טאג אין די אלע סארט עבודה זרה'ס וואס די גאנצע וועלט איז געווען אריינגעטון דערין ראשו ורובו (וואס די תאוה דערפון איז א פארוויקלטע שמועס פאר זיך), דעריבער ווען גאט האט אונז געוואלט מקרב זיין אז מיר זאלן 'נאר' אים דינען, האט ער נישט געקענט גלייך זאגן אז מיר זאלן דאס אלעס אפלאזן און נאר דינען דעם איין און איינציגן באשעפער, ווייל עס וואלט געווען זייער שווער און כמעט אוממעגליך, (ער שרייבט דארט, אז דאס וואלט געווען פונקט ווי איינער זאל אונז היינט קומען זאגן, אז דער אויבערשטער האט געזאגט אז מיר זאלן אויפהערן צו דאווענען צו אים בעת צרה, נאר מיר זאלן אים נאר דינען בלב, וואס וואלט שווער געווען זיך אפצוגעוואוינען), דעריבער האט ער עס געוואלט גרינגער מאכן , און ער האט געזאגט פאר די אידן איר קענט ווייטער שחט'ן קרבנות, אבער שעכט דאס פאר מיינעט וועגן, לשם ה'. און אזוי זענען נאך פילע זאכן צוליב דעם טעם, ווי פיאות, ערלה, כלאים, נישט עסן בלוט, און נאך פילע זאכן וואס איז גועוען איינגעפירט ביי די עובדי ע"ז און דער אויבערשטער האט דאס געאסרט כדי מיר זאלן זיך איינגעוואוינען צו טון אלעס אנדערש ווי זיי, . (עיין באשכול "חדשים לבקרים" באריכות)."
ע"כ פון יענם אשכול.
לויט דעם שטימט אויך פארוואס די תורה האט געאסרט כישוף און געהייסן הרגענען די מכשפים ווייל עס איז אויך זיכער געווען א דרך פון די עובדי ע"ז, און כל שכן אז מען האט כלומרשט גערופן צו די שלעכטע רוחות ושדים וכדומה ואוס האבן זיי געזזאלט העלפן, און גאט האט זיי געוואלט אפגעוואוינען דערפון און אפגעזען צי עס איז עכט צי נישט , איז דאס זיכער געווען א דרך פון די עובדי ע"ז , און דעריבער קען זיין אז כישוף איז פונקט ווי אלע איסורים פון עבודה זרה וואס איז אסור אפילו באמת ליגט אין זיי גארנישט, און דאס איז נישט קיין הכרח אז עס איז גועוען א ריכטיגע כוח, ווי ר' תרשיש האט ארויסגעברענגט.
און די קשיא פונעם רדב"ז אז "שאם לא כן לא היה הכתוב מחייב מיתה למכשף מפני מעשה החבל ולא היה מחייב מלקות מפני קלות ומהירות ידים ותחבולה" איז לויטן רמבם זייער גוט פארענטפערט פארוואס די תורה האט דאס גע'אסר'ט.
דאס איז קלאר אז פילע זאגן אז עס איז יא געווען כישוף , ווייל אוודאי האבן רוב אזוי געהאלטן ווייל דאס איז דאך זיכער אז אייביג איז געווען די טריקס און עס האט אזוי אויסגעקוקט פאר די מענטשן, אבער די שאלה איז דא צי עס איז מעגליך אז דער אמת איז ווי דער רמבם זאגט אז (קרעדיט דיפלאמאט) "ודברים האלו--כולן, דברי שקר וכזב הן; והן שהטעו בהן עובדי עבודה זרה הקדמונים לגויי הארצות, כדי שיינהו אחריהן. ואין ראוי לישראל, שהן חכמים מחוכמים, להימשך בהבלים אלו," כל המאמין בדברים אלו, וכיוצא בהן, ומחשב בליבו שהן אמת ודברי חכמה, אבל התורה אסרה אותן--אינו אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת, ובכלל הנשים והקטנים שאין דעתן שלמה. אבל בעלי החכמה ותמימי הדעת, יידעו בראיות ברורות--שכל אלו הדברים שאסרה תורה, אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת, ונטשו כל דרכי האמת בגללן.
תוקן על ידי - allllways - 16/05/2006 4:15:25
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 07:54 |
|
| |
תרשיש
אללללוועיס
אלעס פיין און וואויל טאקע שיין פארענטפערט דעם רמב"ם און מיר וועלן באלד צוריק קומען דערצו.
נאר קודם א שטיקל גמרא. גמרא (רש"י)
מסכת סנהדרין דף ס"ז ע"א
משנה:
'המדיח' - זה האומר "נלך ונעבוד עבודת כוכבים" (בגמרא מוקים לה במדיח עיר הנדחת);
'המכשף': העושה מעשה (ממש) חייב (בסקילה), ולא האוחז את העינים (מראה לבריות כאילו הוא עושה,
ואינו עושה כלום).
רבי עקיבא אומר משום רבי יהושע: שנים לוקטין קשואין (במכשפות לפנינו): אחד (מהן) לוקט פטור,
ואחד (וחברו) לוקט חייב: העושה מעשה (שהיתה כאן שדה קשואין, ולקטה ממש בכשפים) - חייב, האוחז
את העינים (מראה לנו כאילו התקבצו כולם במקום אחד, והקשואין לא זזין ממקומן) - פטור.
ע"ב
אמר רבי יוחנן: למה נקרא שמן 'כשפים'? - שמכחישין פמליא של מעלה ('כשפים' - נוטריקון כחש
פמליא של מעלה: שעל מי שנגזר לחיות - ממיתין).
אין עוד מלבדו; אמר רבי חנינא: אפילו לדבר כשפים (אפילו כשפים אין בהן כח לפני גזרתו שאין כח
מלבדו).
ההיא איתתא דהות קא מהדרא למשקל עפרא מתותי כרעיה דרבי חנינא (לעשות לו מכשפות); אמר לה: אי
מסתייעת (אם מסתייע מילתיך: אם את מצלחת לעשות לי מכשפות) - זילי עבידי (עשי): 'אין עוד
מלבדו' כתיב (ואם המקום חפץ בי - לא תוכלי להרע, ואם תוכלי - מאתו יצא, ואני מקבלן)!
איני! והאמר רבי יוחנן: 'למה נקרא שמן 'מכשפים'? שמכחישין פמליא של מעלה'?
שאני רבי חנינא: דנפיש זכותיה (ומסרי נפשיה משמיא לאצוליה).
אמר רבי אייבו בר נגרי אמר רבי חייא בר אבא: 'בלטיהם' (כמו 'ותבא בלט' בסתר) - אלו מעשה שדים
(שנסתרים ואינן נראין; כל מקום שנאמר 'בלטיהם' - היו החרטומין עושין בלחשיהם על ידי שדים);
'בלהטיהם' - אלו מעשה כשפים (שאינו עושה על ידי שדים אלא מעצמו); וכן הוא אומר ואת להט החרב
המתהפכת (ומתהפכת מאליה, ודומה לכשפים על ידי שדים היתה מתהפכת, אלא מאליה, וקרי ליה 'להט').
אמר אביי: דקפיד אמנא (מי שמקפיד על הכלי שאינו יכול לעשות דבר בלא כלי הראוי לאותו דבר, כגון
שרי בוהן שצריכין סכין שקתו שחור, ושרי כוס שצריכין כוס של זכוכית) – שד, דלא קפיד אמנא (שבכל
כלי היה
עושה) – כשפים.
אמר אביי: הלכות כשפים כהלכות שבת: יש מהן בסקילה ויש מהן פטור אבל אסור ויש מהן מותר לכתחלה
(דמלאכות – בסקילה, ושבות - פטור אבל אסור, וצידת צבי וצפור שנכנסת לו תחת כנפיו - יושב
ומשמרו עד שתחשך ומפיס מורסא להוציא ממנה לחה; הכי איתא בפרק 'רבי אליעזר דאורג' ; וכן צד נחש
במתעסק בו שלא ינשכו אותו - מותר לכתחילה; הכא נמי): העושה מעשה (ממש) – בסקילה; האוחז את
העינים (מראה כאילו עושה ואינו עושה כלום) - פטור אבל אסור; מותר לכתחלה - כדרב חנינא ורב
אושעיא: כל מעלי שבתא הוו עסקי בהלכות יצירה ומיברי להו עיגלא תילתא (וממילא אברו להו עגלא
תילתא על ידי שהיו מצרפים אותיות השם שבהם נברא העולם, ואין כאן משום מכשפות, דמעשה הקב"ה הן:
ע"י שם קדושה שלו הוא) ואכלי ליה.
זעע מיר דאך פון די גמרא אז עס איז דא חילוק פון עושה מעשה ביז אחיזת עינים ..
און מ'קען נישט ענטפערען אז עס איז געווען אזוי גוט געמאכט אז עס האט אויס געזען ווי "עושה
מעשה" אבער באמת איז עס אויך נאר אחיזת עינים.
קודם כל איז נישט מסתבר אז פון צווישען די אלע תנאים ואמוראים זאל זיך נישט מאכען איינער
וואס זאל דאס דערקענען.... און זאגען אז עס קען נישט זיין קיין חילוק פון עושה מעשה ביז אחיזת
עינים במילא איז מען חייב(ווייל דאס מיינט כישוף דהיינו אחיזת עינים און אויף דעם קומט מיתה)
און דערנאך אין דף ס"ח ע"א ברענגט די גמרא א מעשה פון ר' אליעזר וואס ער האט געוויזען פאר ר'
עקיבא.
פעם אחת אני והוא מהלכין היינו בדרך, אמר לי: רבי למדני בנטיעת קשואין; אמרתי דבר אחד -
נתמלאה כל השדה קשואין; אמר לי: רבי למדתני נטיעתן, למדני עקירתן!? אמרתי דבר אחד - נתקבצו
כולן למקום אחד.
פרעגט אויף דעם די גמרא.
היכי עביד (רבי אליעזר) הכי (שעשה מעשה בנטיעת קשואין)? והאנן תנן "העושה מעשה חייב"
ענטפערט די גמרא.
להתלמד שאני, דאמר מר (דברים יח) לא תלמד לעשות - לעשות אי אתה למד, אבל אתה למד להבין
ולהורות (להתלמד בהם רבי עקיבא - הוא דעבד רבי אליעזר).
קומט אויס פון דעם אז ר' עקיבא האט דאס געזען מיט די אייגענע אויגען און ער האט געדארפט צו
וויסען צו עס איז בכלל שייך אזא זאך ווי עושה מעשה. צו נישט.. שטייט דערנאך א מאמר פון ר'
עקיבא אין תוספתא סנהדרין פרק '"א בזה"ל...
אמ' ר' עקיבא שלש מאות הלכות היה ר' אליעזר דורש במכשפה לא תחיה ולא למדתי הימנו אלא שני
דברים שנים מלקטין קישואין אחד לוקט חייב ואחד לוקט פטור העושה מעשה חייב והאוחז את העינים פטור.
היוצא לנו מזה (לענ"ד) אז א מכשף האט יא (געהאט) א כח ....
אז איינער קען עס אנדערש אפלערנען אדרבא ....
יעצט וועלן מיר צוריק קומען צום רמב"ם..דער רמב"ם שרייבט דאך ודברים האלו כולן, דברי שקר וכזב הן
וכ"ו. קומט אויס אז ער האלט אז אלעס איז נאר אחיזת עינים איז ער זיך לכאורה (לענ"ד) סותר מיט
וואס ער שרייבט א ס"ק פארדעם וז"ל..
טז [טו] המכשף, חייב סקילה: והוא, שעשה מעשה כשפים; אבל האוחז את העיניים, והוא שייראה שעשה
והוא לא עשה--לוקה מכת מרדות, מפני שלא עשה. וזה שנאמר במכשף בכלל "לא יימצא בך" (דברים
יח,י), לאו שניתן לאזהרת מיתת בית דין הוא, ואין לוקין עליו, שנאמר "מכשפה, לא תחייה" (שמות
כב,יז).
יעצט אויב אלעס איז נאר אחיזת עינים דעמאלט ווער איז חייב סקילה ???...............
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 20:49 |
|
| |
דער רמב"ם שרייבט דאך ודברים האלו כולן, דברי שקר וכזב הן וכ"ו. קומט אויס אז ער האלט אז אלעס איז נאר אחיזת עינים
לאור הנ"ל אפשר קען מען זאגן שקר וכזב מיינט נישט אחיזת עינים
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 17:53 |
|
| |
findodort
איך האב נישט פינקטליך פארשטאנען דיין תשובה.
אבער אויב מיינסטו דערמיט צו זאגען אז ער האלט יא אז עס איז דא אזא זאך ווי עושה מעשה נאר ער
זאגט דערוף אז עס איז שקר וכזב. פארשטיי איך נישט וואס ער שרייבט כל המאמין בדברים אלו,
וכיוצא בהן, ומחשב בליבו שהן אמת ודברי חכמה, אבל התורה אסרה אותן--אינו אלא מן הסכלים ומחסרי
הדעת וכ"ו שכל אלו הדברים שאסרה תורה, אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת
וכ"ו....
|
|
|
|
| נשלח ב-18/5/2006 20:44 |
|
| |
עולם_מלא איך האב אויך נישט פינקטליך פארשטאנען מיין תשובה.
וואס איך האב געשריבן איז נאר געווען א גאנג אין א ריכטאנג וואס איך טראכט אז עס קען פירן צי א ברעק_טרא.
"אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת" מיז נישט זיין איינס אין די זעלבע זאך ווי "אחיזת עינים"
פרעג מיך נישט ווי אזוי.
דשזאסט פאד פאר טאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 04:16 |
|
| |
עולם מלא*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
לגבי די גמרות איז דאך זיכער אז דער רמבם האט זיי געזען, און דאך האט ער געזאגט אויף דעם אלעם אז ער האלט אז עס איז באמת געווען הבל דברי שקר וכזב, און עס איז נישט ווי איינער קומט אויף מיט עפעס וואס א ראשון האט פארזען, ווייל ער האט דאך געזען און געלערנט די גמרות מער ווי איינמאל און אויך געשריבן זיינע חיבורים און לויט איר געפסקנט, דעריבער מוז מען זאגן אז יא, ער האט יא געזען די אלע ביכער פון די כומרים ומכשפים, ווי ער אליין שרייבט, משא"כ די אנדערע האבן עס נישט געזען.
אבער דאך נימא בה מילתא לגבי דעם סתירת הרמב"ם וואס דו האסט געפרעגט (און די גמרות וועלן אויך מעגליך פארענטפערט ווערן)
אזוי ווי קיינער וועט דאך נישט האלטן אז דער רמב"ם האט פארזען דאס וואס ער האט געשריבן איין ס"ק פארדעם, דעריבער איז פשוט אז פשט איז אזוי. דאס איז זיכער אז עס איז דא צוויי ערליי איסורים. איינס איז כישוף און איינס איז אחיזת עינים , און דאס זענען צוויי אנדערע באגריפן, און דאס זעט מען איבעראל, און דאס האט דער רמבם אויך געוואוסט.
אחיזת עינים ווערט נאר געטון מיט בלויזע טריקס, ווידער כישוף איז מער א מעשה וואס דארף אנגעבליך צו זיין אז דער מענטש טוט עפעס מיט העכערע כוחות, און דאס איז די הארבע פון די צוויי און איז מחויב סקילה, און דאס איז אלעס פונקט אזוי אויך לויטן רמבם, נאר דער רמב"ם זאגט א זייטיגע זאך אז בעצם זאלסטו זיך נישט איינרעדן אז זיי האבן טאקע געמאכט עפעס "ריכטיגע כישוף" און עס איז דא אין וואס צו גלייבן דערין אבער מיר טארן עס נישט טון, נאר ניין, עס איז בכלל הוילע און פוסטע שטותים, עס האט גארנישט מיט דעם וואס זיי טוען אנגעבליך געוויסע ענינים אין געוויסע צייטן און אזוי פארארבעטן זיי מעשי כישוף , נאר עס איז אויך געווען איינרעדענישן וואס די כישוף מאכער פלעגן איינרעדן דעם המון עם.
אבער אלעס בלייבט די זעלבע לגבי די הלכות כישוף, ווי מען זעט אז ער אליין ברענגט אראפ די גמרא און קיינער איז אויף דעם נישט מחולק, און דער חילוק אין הארבקייט פון כישוף און אחיזת עינים בלייבט.
לאמיר לערנען נאך א שטיקל רמב"ם
ה'מצוות' אשר כלל אותם הכלל השני הם ה'מצוות' כולם אשר ספרנום ב"הלכות עבודה זרה". ומבואר הוא שהם כולם - להציל מטעות 'עבודה זרה' ומדעות אחרות בלתי אמתיות, התגלגלו עם 'עבודה זרה', כ'מעונן ומנחש ומכשף וחובר חבר ושואל אוב', וזולתם מן הכת שלהם. וכשתקרא כל הספרים אשר זכרתי לך, יתבאר לך שהכשוף אשר תשמע אותו הוא פעולות שהיו עושים אותם הצאבה, הכשדיים והכלדיים; ויותר היה במצריים ובכנעניים - היו מביאים לחשוב בהם או היו חושבים שהם יעשו מעשים נפלאים במציאות, אם לאיש אחד או לאנשי מדינה. והמעשים ההם אשר יעשו אותם המכשפים אין ההקש נותן אותם, ולא יאמין השכל שהם יחיבו דבר כלל, כמו שיכונו לקבץ צמח ידוע בעת ידוע, או ילקח מן הדבר הפלוני מספר פלוני ומכך מספר כך. והוא שער גדול מאד - ואני אכללהו לך בשלשה מינים. האחד מהם - מה שנתלה בדבר מן הנמצאות, צמח או בעל חיים או מוצא; והשני - מה שנתלה בהגבלת זמן שיעשו בו המעשים ההם; והשלישי - פעולות אנושיות שיעשו, כריקוד, או טיפוח, או הצווחה, או השחוק, או הדילוג על רגל אחת, או שישכב על הארץ פרקדן, או לשרוף דבר, או לעשן בעישון ידוע, או דברים ידובר בהם, מובנים או בלתי מובנים - אלו הם מיני מעשי הכישוף:
ויש פעולות כישוף שלא ישלמו אלא בכל אלו הפעולות - כאמרם, ילקח כך וכך עלים מן הצמח הפלוני, ויקחם בהיות הירח במעלה הפלונית, בעת שהוא ביתד מזרח או זולתו מן היתדות; וילקח מקרני הבהמה הפלונית או מזעתה או משערה או מדמה - שיעור כך, והשמש בחצי השמים, דרך משל, או במקום מוגבל; וילקח מן המוצא הפלוני או ממוצאים רבים ויתך במולד כך, והכוכבים על ערך כך; - אחר כן תדבר ותאמר כך, ואתה תעשן בעלים ההם וכיוצא בהם לצורה ההיא המותכל - ויארע כך. ויש פעולות כישוף יחשבו חושבים שהם ישלמו באחד מן המינים ההם. - ורוב מעשי הכישוף האלה יתנו בהם שיהיו העושות נשים על כל פנים - כמו שתמצא שזכרו בהוצאת המים, שעשר נשים בתולות ילבשו חלי ובגדים אדומים וירקדו, דוחקות אחת חברתה, הולכות לפנים ושבות לאחור, וירמזו לשמש - והשלמת הפועל ההוא הארוך - עד שיצאו המים, לפי מחשבתם. וכן זוכרים, שארבע נשים תשכבנה על גבן ותגבהנה רגליהן מפוסקות, ויאמרו כך ויעשו כך, והם על זאת ההצעה המגונה - ויסור הברד היורד על המקום ההוא. והרבה מאלו ההבלים והשגעונות, לא תמצאם כלל שיתנו בפעולתם אלא נשים. - ואי אפשר לפעולות הכישוף כולם מבלתי הבטה בענין הכוכבים - רצוני לומר, שהם יחשבו שזה הצמח - מחלק הכוכב הפלוני; וכן כל בעל חיים וכל מוצא ייחסוהו לכוכב. וכן יחשבו שהפעולות ההם אשר בעשותם אותם יעשה להם הכישוף הם מיני עבודות לכוכב ההוא - וירצהו הפועל ההוא או המאמר ההוא או העישון, ולזה יעשה לנו מה שנרצה:
ואחר זאת ההקדמה אשר תתבאר לך מקריאת ספריהם הנמצאים עתה בידינו שכבר הודעתים לך, שמע דברי. אחרי שכונת התורה כולה וקטבה אשר עליו תסוב הוא הסרת 'עבודה זרה' ומחות זכרה, ושלא יחשב בכוכב מן הכוכבים שהוא מזיק או מועיל בדבר מאלו הענינים הנמצאים לבני אדם, שזה הדעת הוא המביא לעבדם - התחיב שיהרג כל מכשף, כי המכשף הוא 'עובד עבודה זרה' בלא ספק, אבל בדרכים מיוחדים זרים, בלתי דרכי עבודת ההמון לאלוהות ההם. ....וכו'. וכאשר היו המכשפים חושבים בכשופיהם שהם עושים מעשה, ושהם בפעולות ההם מגרשים החיות הרעות מן העירות, כאריות והנחשים וכיוצא בהם; ויחשבו גם כן שהם בכשופיהם ידחו מיני נזקים מצמח האדמה - כמו שתמצא להם פעולות שיחשבו שהם ימנעו רדת הברד ופעולות יהרגו התולעת מן הכרמים, עד שלא תפסידם (וכבר האריכו בהריגת תולעת הכרמים - רצוני לומר, הצאבה - ב'דרכי האמורי' ההם הנזכרים בספר העבודה הנבטיה); וכן יחשבו שיש להם פעולות ימנעו נפילת עלי האילן ונשירת הפרי - מפני אלו הענינים המפורסמים אז כלל ב'דברי הברית', שבעבודת 'עבודה זרה' ומעשי הכשוף ההם אשר תחשבו שירחיקו מכם אלו הנזקים, בהם יחולו הצרות ההם בכם אמר, "והשלחתי בכם את חית השדה ושכלה אתכם", ואמר, "ושן בהמות אשלח בם, עם חמת זוחלי עפר", ואמר, "פרי אדמתך יירש הצלצל", ואמר, "כרמים תטע ועבדת - ויין לא תשתה ולא תאגור, כי תאכלנו התולעת", ואמר, "זיתים יהיו לך בכל גבולך - ושמן לא תסוך, כי ישל זיתיך". עיקר הענין - שכל מה שהתחכמו בו 'עובדי עבודה זרה' לחזק עבודתה ולהעמידה לעד, ומביא בני אדם לחשוב שהם דוחים נזקים ידועים ומביאים תועלות מיוחדות - כלל ב'דברי הברית' ואמר, שבעבודתה ימנעו התועלות ויחולו הצרות ההם. הנה התבאר לך, אתה המעין, למה כונה התורה לאותם פרטי ה'קללות' וה'ברכות' הנכללות ב'דברי הברית' ויחדתם מזולתם. ודע שיעור זאת התועלת הגדולה גם כן:
ולהרחיק מכל מעשי הכשוף הזהיר מעשות דבר מחוקותיהם, ואפילו במה שנתלה במעשי עבודת האדמה והמרעה וכיוצא בהם - רצוני לומר, כל מה שיאמר שהוא מועיל, ממה שלא יגזור אותו העיון הטבעי, אבל נוהג, לפי דעתם, כמנהג הסגולות והכוחות המיוחדות - והוא אמרו, "ולא תלכו בחוקות הגוי", והם אשר יקראום 'ז"ל', 'דרכי האמורי', מפני שהם סעיפי מעשי המכשפים, שהם דברים לא יגזרם הקש טבעי, אך הם מושכים למעשי הכישוף, אשר הם נסמכים לעניני הכוכבים בהכרח, ויתגלגל הענין להגדיל הכוכבים ולעבדם. ואמרו בפרוש, "כל שיש לו משום רפואה אין בו משום דרכי האמורי" - רוצים בזה, שכל מה שיגזרהו העיון הטבעי הוא מותר, וזולתו אסור.
זעט מען פון דעם רמבם אז מכשפים זענען זיכערע עובדי עבודה זרה, און דעריבער מיט יענע כוחות האבן זיי כלומר'שט געמאכט כישוף. יעצט פונקט ווי די עבודה זרות איז א קלאץ און קען גארנישט טון, אבער דאך ווער עס דינט צו זיי און ביקט זיך צו זיי איז חייב מיתה, פונקט אזוי איז דער מכשף וואס איז די צווייטע לעוול נאך די עבודה זרה און מאכט אויך אנגעבליכע כישוף, איז אויך חייב מיתה, כאטש עס איז סתם שטותים און איינרעדענישן איז מחויב מיתה ווייל גאט האט געוואלט אז מיר זאלן נישט גיין אין זייערע דרכים. און דער רמבם באציט זיך טאקע אויך די גאנצע צייט צו "מעשה כישוף", אבער יעדער פארשטייט אז ער מיינט די "אנגעבליכע" מעשה כישוף, און די מעשים וואס זיי פלעגן טון און זיי פלעגן דאס באצייכענען ווי כישוף, און טאקע די זעלבע מעשה כישוף (ווי די אלע משלים וואס ער ברענגט, ווי פארטרייבן חיות פון שטאט, וכדומה) ווען איינער האט דאס געטון איז חייב מיתה, אבער ווען איינער טוט אן אנדערע סארט מעשה וואס הייסט "אחיזת עינים" איז גרינגער און עס קומט נאר מלקות. וואס איז דאס אחיזת עינים, קען מען זען אין אלע מפרשים ואוס יעדער זאגט, אבער דאס איז זיכער אז עס איז אן אנדערע סארט מעשה וואס איז גרינגער ווי כישוף, אבער ביי ביידע טוט מען עפעס א מעשה.
אבער דאס איז קלאר אז דער וואס מאכט אחיזת עינים מאכט אויך א געוויסע מעשה, ווייל וויאוזי דען טוט ער די אחיזת עינים, ער מוז דאך עפעס טון, און ווי מ'זעט , עוד אמרו רז"ל איזהו מעונן זה האוחז את העינים. פירוש שהוא כאלו אוחז עיני בני אדם וסוגרן, שהוא מטעה אותן, שנדמה להם כאלו עושה דברים נפלאים חוץ מדרך הטבע, ובאמת אינו עושה כלום אלא בקלות ידיו ובתחבולות הוא מטעה אותן. והבדחנין שעושין כמעשים אלו על החתונות, עוברים בלאו. והמצווה לעשותן עובר על לפני עור. ולכן מי שיש בידו למחות, מחויב למחות, וכל שכן שאסור להסתכל ולראותן. אבל אם נכרי עושה כן, מותר לראות: (אגב איז אינטערעסאנט די לעצטע ווערטער וואס ער זאגט אז אויב א גוי טוט עס מעגן מען זען. וצ"ע.)
נאר וואס דען, עס איז דא איין זאך פון אחיזת עינים , און דערנאך איז דא די הארבע זאך פון "עכט כישוף", אבער נישט אז דאס מוז דעריבער מיינען אז עס איז טאקע באמת דא דער העכערער כוח פון כישוף , נאר מען רעדט פון די מעשה כישוף וואס די מכשפים און מכשפות פלעגן טון, וואס דאס איז בסקילה, און צו דעם באציט מען זיך אין די הונדערטער פלעצער ווען מען רעדט פון כישוף, און לדעת הרמב"ם איז אלעס די זעלבע , נאר מיט איין חילוק אז אנשטאט צו האלטן אז זיי האבן טאקע געטון עפעס איבערנאטורליך האלט ער אז זיי האבן סתם פארנארט און דערשראקן דעם עולם.
איי וועסטו פרעגן אז ביידע טוען א מעשה און ביידע איז נאר טריקס, וואס דען איז די חילוק, פארוואס איז כישוף בסקילה און אחיזת עינים נאר מלקות?
וואלט איך מיך ערלויבט צו מאכן אזא חילוק. אחיזת עינים איז גרינגער ווייל דער מענטש אליין ווייסט זיכער אז ער מאכט א טריק, ווייל עס איז דאך נאר אחיזת עינים, דאס הייסט ער פאפט יענעמס אויגן דורך טון עפעס אויף א געוויסע וועג, ווי פלינקערהייט וכדומה . משא"כ כישוף איז פיל הארבער ווייל לכאורה רעדט זיך דער מענטש אליין אויך איין אז ער טוט דא עפעס שלא כדרך הטבע, און אויך פאר די צוקוקער קוקט אויס ווי יענער איז העכער די כוחות הטבע און ער קען זיך ווי ארומשפילן דערמיט, דעריבער איז דאס טאקע ממש מעשי עבודה זרה.
מ'זעט טאקע אז דאס איז יעדער מדגיש ביי אחיזת עינים אז באמת טוט ער גארנישט קיין לחשים אדער וואס קען אפילו ווערן אנגערופן כישוף נאר ער מאכט סתם טריקס אז עס זאל אויסקוקן ווי ער טוט עפעס אינטערעסאנטס, און דעריבער איז דאס נישט אזוי הארב ווי כישוף וואס מיינט אז כלומרשט פארארבייט מען מעשים מיט די טונקעלע , שווארצע און לינקע. תוי"ט אין סנהדרין פרק ז משנה יא: ולא האוחז את העינים - כתב הר"ב מראה לבריות כאילו עושה. ואינו עושה כלום. וכן לשון רש"י. ולדברי הכ"מ שכתבתי דחייב מלקות משום לא תעוננו. הקשה הוא ז"ל והא לאו שאין בו מעשה הוא ואין לוקין עליו כמ"ש הר"ב במשנה י"א פ"ז דפסחים ועיין [בהר"ב] ריש מסכת תמורה. ותירץ דלאו למימרא שלא עשה מעשה כלל דכל האוחז העינים הוא עושה מעשה כדי לאחוז העינים. אלא היינו לומר שאותו מעשה שנראה לבני אדם שעושה. לא עשאו באמת אלא שנדמה להם כך. ע"כ:
ממילא איז שוין מיינעך נישטא קיין שום סתירת הרמב"ם. און אויך ווייסן מיר א חילוק פון עושה מעשה ביז אחיזת עינים, און אז טאקע דער עושה מעשה איז יא חייב סקילה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 06:42 |
|
| |
"אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת" מיז נישט זיין איינס אין די זעלבע זאך ווי "אחיזת עינים"
לאמער זאגן למשל די שווארצע קאץ וואס איז געקומען הארגענען די קינד ביים וואכנאכט - דאס איז נישט געווען אן עכטע כאץ, אבער ס'איז אויך נישט קיין אחיזת עינים
דאס שטימט לכורה אויך מיט די ווערטער פון ALLWAYS
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 07:00 |
|
| |
נתפעל ונשתומם בין איך נאך ליינען די ריזיגע לאנגע תגובות, -וואס איך האב ספעציעל געמוזט ארויסדרוקן, צו ליינען מיט ישוב הדעת- הן אלוועיס דער מעין שואל און הן עולם מלא, וואס האבן ביידע ברייטע באגריפן, און דעם דאזיגען ענין, איצט איך בין אפשר נישט אזוי באהאווענט, אבער כדי אביסל קלאר צו מאכן די דברי הרמבם, סיזאל קיין סתירה אין זיינע רייד נישט זיין, און ווי אויך סיזאל נישט מופרך ווערן פון די רייד פון די ראשונים כמלאכים, די הייליגע אמוראים, אשדא ביה נרגא.
דאס איז זיכער וואו סיבאוואוסט, אז כישוף האט יא א כוח עליון, איך על נישט אריין ברייט אין דעם ענין, אבער ווער עס לערנט פיל די ספרי הרמח"ל, קען דאס זעהן, אז דאס איז זיכער אז סיז פארהאנען כוחות עליונים פון די סטרא אחרא, און דאס איז בכלל נישט קיין טריקס ווי דער צווייטע קעטעגאריע, פון אחיזת עינים, נאר די ווערטער פון דעם הייליגען רמבם, אז דאס איז שקר וכזב, איז פשוט, די כוח פון סטרא אחרא, על אף די כוח איז שטארק, איז דאס שקר, דהיינו, אמת איז נאר איינ'ס און דאס איז די תורת אמת, און די כוחות דקדושה, די כוחות פון די סטרא אחרא, איז שקר מיסודו, בביאת הגואל זאגט דער רמח"ל וועט דער אייבערשטער אליין אויפצייגן יעדע מעשה יעדע כוח פון די סטרא אחרא, די שקר דערפון, ממילא, אלו ואלו דברי אלקים חיים.
און די הארבע שאלע וואס עמיציר האט ארויפגעברענגט, -איך געדענק נישט פונקט ווער- אז מ'שטיינס געזאגט, זה לעומת זה עשה אלוקים, און פארוואס אין אזא הסתר פנים, זעהט מען אז די כישוף ארבעט בעסער ווי להבדיל די כוח הקדושה, אויף דעם וועלן מיר אויך ענפערן, לויט די פריערדיגע ספרים הקדושים, די פסוק זאגט ביי עשו, כשזה רב זה צעיר, (סארי איך קען נישט מצטט זיין כדבעי) פאר זיין מעכטיגען פלאפ, האט ער נאך זיין פאלשן כוח, וואס וועט אויפגעוויזן ווערן בביאת הגואל, אלזא אויף אונז בלייבט צו גלייבן אז אט אט וועט קומען דער געוואונטשענער טאג, במהרה דידן.
און בנושא חכמת היד והפרצוף וואס אלוועיס טענה'ט אז דאס איז שוין נישט דא ווער אין אונזער דור וואס זאל צו דעם פארשטיין, כבר הקדימך הקדוש רבי חיים וויטאל, ער זאגט אז די חכמה קען מען נאר קענען דורך קבלה, איש מפי איש, און נישט נאר פון לערנען די בלעטער פון דעם הייליגן זוה"ק, אבער סיז נאך געוויס פארהאן גרויסע מקובלים, וואס האבן מקובל די חכמה, א שטייגער ווי הגה"צ רבי יעקב מאיר שכטער שליט"א, וואס הגם ער זאגט ווייניג, אבער ווייסט אסאך, איז ממילא האף איך אז מיינע ווערטער וועלן זיין קילורין לעינים פון די חכמים דא אין שיעור עיון.
תוקן על ידי - התאחדות - 19/05/2006 7:05:18
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 09:00 |
|
| |
קודם כל אללללוועיס איז מיר זייער שווער אנצונעמען וואס די זאגסט אז -- אחיזת עינים
איז גרינגער ווייל דער מענטש אליין ווייסט זיכער אז ער מאכט א טריק, ווייל עס איז דאך נאר
אחיזת עינים, -- ווייל די גמרא ברענגט אויף אפאר פלעצער (איך גדענק נישט אויסוויינג וואו)
מעשות ווי איין תנא/אמורא האט דערציילט פאר א צווייטען אז ער האט געזאן די און די זאך און
ס'איז געווען כישוף זאגט אים דער צווייטער אז עס קען זיין אז ס'איז געווען נאר אחיזת
עינים... זע מיר אז אפי' מ'ווייסט נישט איז עס אויך נאר אחיזת עינים ..ועוד ועוד נאך אסאך
מעשות וואס עס ווערט אראפ געברענגט אין פארשידענע פלעצער וואס מ'זעט אז אפי' אחיזת עינים
האט מען סתם אזוי נישט באמערקט.. במילא וועל איך מיזען אנעמען וואס findodort און התאחדות
שרייבען (וואס לפי הבנתי איז עס איין דעה) ובפרט דאס וואס התאחדות שרייבט -[ובאמת איך-לפי
הבנתי הקטנה- האב אויך געוואלט אזוי זאגן נאר כ'האב נישט געוויסט דערנאך ווי אזוי צו פאר
ענטפערן די גדולים וואס קריגען בפירוש מיטן רמב"ם ווייל אויב זאג איך אז דער רמב"ם האלט
אויך אז עס איז דא כישוף נאר עס קימט פין די סטרא אחרא איז מיט וואס האלט ער אנדערש פון די
אנדערע און צו זאגען אז זיי האבן נישט פארשטאנען דעם רמב"ם נאר איך פראשטיי עס .. גלייב
איך דאך נישט דערין (אבער יעצט האלט איך שוין יא אזוי ווייל)] - ובפרט נאכדעם ווי איך האב
געזען אין ספר מעשה רוקח אויפן רמב"ם דעם שטיקל וזל"ק. ודברים האלו כולן, דברי שקר
וכזב הן וכ"ו. לכאורה דברים תמוהים הם דמעשה דשאול עם בעלת אוב כתיב בפסוק ואין ספק שהיה
המעשה באמת וכן בכמה מקומות מוכיח שדברים אמתיים הם . ובגמ' אמרו למה נקרא כשפים שמכחישים
פמליא של מעלה. וכבר נתעוררו המפרשים ז"ל בזה . ולעד"ן כוונת רבינו אינה אלא כלפי שהם מצד
הסטרא אחרא וזה הוא השקר והכזב שיש בהם. שאינן מסטרא דקדודשה כלל חלילה. ונקט נמי האי
לישנא להרחיק המין האנושי מאלו הענינים לגמרו כמ"ש אח"ז . ואם כל זה אנכי הרואה שאין די
בא"ר ללשון רבינו שבס"מג ועיין מ"ש פרק ו' דין א'.....עכלה"ק היוצא לנו מזה אז דער רמב"ם
האט טאקע יא געהאלטן אז עס איז געווען א -טמאנע- כח אין כישוף .. [און יעצט האב איך שוין א
גדול וואס פון זיינע ווערטער איז משמע אז די אלע מפרשים וואס האבען געהאט א קשיא אויפן
רמב"ם . האבן עס נישט גוט אפגעטיישט] נ.ב. אללללוועיס דאס וואס די שרייבסט -אזוי ווי
קיינער וועט דאך נישט האלטן אז דער רמב"ם האט פארזען דאס וואס ער האט געשריבן איין ס"ק
פארדעם- קענסט דאך דאס פרעגען אויף יעדע סתירת הרמב"ם .( וויל וואס איז א חילוק פארן רמב"ם
א ס"ק צו א ספר) [נ.ב. התאחדות ביטע אויב דו קענסט אנווייזען (מ"מ) ווי ר' חיים וויטאל
שרייבט דאס . ווייל איך האב דאס אויך געשריבען אין מיין ערשטע תגובה און איך האב נישט
געוויסט אז ר' חיים וויטאל שרייבט עס.]
תוקן על ידי - עולם_מלא - 19/05/2006 9:03:33
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 18:30 |
|
| |
התאחדות און עולם מלא
איך פארשטיי באמת נישט וואס ענק פרובירן דא צו אריינטייטשן. פונעם לשון פונעם רמבם זעט מען קלאר אז ער האט געהאלטן אז עס איז בכלל נישט אמת, איך וועל דיר דא ברענגען צוויי ראיה'ס, .איינס, ווי ער שרייבט "והמעשים ההם אשר יעשו אותם המכשפים אין ההקש נותן אותם, ולא יאמין השכל שהם יחיבו דבר כלל," וויאוזי וועסטו אריינטייטשן אין דעם פשט? לויט דיין פשט וואו קומט דא אריין דער שכל? און פארוואס עפעס זאל א מענטשנ'ס שכל האלטן אז עס איז צד הקדושה, ? און בכלל זע איך נישט לויט דעם וואס ער וויל צולייגן אדער ארויסברענגען? צוויי, ער שרייבט, כל המאמין בדברים אלו, וכיוצא בהן, ומחשב בליבו שהן אמת ודברי חכמה, אבל התורה אסרה אותן--אינו אלא מן הסכלים ומחסרי הדעת, . וואס האט ער דא געזאגט, ער זאגט אז זאלסט נישט זאגן אז זיי האבן טאקע געטון עפעס אמתדיג, ד.ה. עפעס א ריכטיגע כוח וואס קען טוישן מציאות וכדומה, נאר מען טאר דאס נישט טון ווייל די תורה לאזט נישט, אויף דעם זאגט ער נייין, נאר "שכל אלו הדברים שאסרה תורה, אינן דברי חכמה, אלא תוהו והבל שנמשכו בהן חסרי הדעת " וויל ער דאך קלאר ארויסברענגען אז דאס אז די תורה האט דאס געאסרט מיינט נישט אז עס איז טאקע עפעס געליגן דערין, נאר עס איז שטותים מעיקרא . און איך זע נישט וויאוזי מען זאל קענען "אריינקוועטשן" עפעס אנדערש. לויט ענקער פשט וואלט ער דאך געדארפט ענדערש זאגן אנשטאט די א.ד. ווערטער "ומחשב בליבו שהן מצד הקדושה" וכדומה? און איך מיין אז עס וואלט נישט שווער געווען פארן רמבם ארויסצוברענגען דאס וואס דער רוקח זאגט אז ער האט געוואלט זאגן? ער וואלט כאטש איינמאל געדארפט דערמאנען אזעלכע ווערטער ווי סטרא אחרא, סטרא דקדושא , וכדומה.
אדער ווי ער שרייבט אינמיטן "וכאשר היו המכשפים חושבים בכשופיהם שהם עושים מעשה, ושהם בפעולות ההם מגרשים החיות הרעות מן העירות, כאריות והנחשים וכיוצא בהם; ויחשבו גם כן שהם בכשופיהם ידחו מיני נזקים מצמח האדמה " . בקיצור, ברענגען שטיקלעך איז אפילו נישט אינטערעסאנט, מען לערנט עס דורך, מען קוקט וואס ער וויל דארט ארויסברענעגן, און איך קען נישט בשו"א זען אז ער האלט אז עס איז יא געווען א העכערע כוח, נאר פון צד הטומאה .
קריגן אויפן רמבם , אקעי, אבער אריינזאגן אין אים פשט וואס עס איז קלאר משמע פון 'איבעראל' וואו ער , און אלע, רעדן דערפון, מוז איך מיט'ן פולסטן דרך ארץ נישט אננעמען .
און דאס איז נאר צו ברענגען א ראי', אבער באמת ווער עס לערנט דעם גאנצן ארום און ארום וואו ער רעדט אלץ פון דעם נושא, און די זעלבע די אלע וואס ברענגען אים אראפ, איז לענ"ד אוממעגליך צו זאגן אז ער האט געהאלטן אז עס איז יא דא דער כוח נאר עס איז טמא. און בכלל וויל איך פארשטיין וואס טוט זיך מיט די קשיא וואס עולם_מלא פרעגט אויך צווישן די שורות, וואס באמת איז די גאנצע פשט אינעם רמבם ווי גארננישט געזאגט, ווייל דו זאגסט דאך אז אלעס איז די זעלבע ווי יעדן אין דעם ענין נאר דער רמבם זאגט אז עס איז א כוח הטומאה און דעריבער איז עס שקר. יעצט ביטע זאג מיר ווער האט געזאגט אנדערש? ווער האלט דען נישט אזוי? נאר דו זאגסט אז יעצט קענסטו עס זאגן ווייל דו האסט א רוקח צו דיין זייט, . וויל איך דיר זאגן אז איך האב א גאנצע ליסטע צו מיין זייט, וואס האבן אנדערש פארשטאנען אין רמבם, און דעריבער מיין איך אז עס איז נישט מחייב אנצונעמען ווי איינער האט אין אים אריינגעלערנט פשט.
און די זעלבע איז מיט'ן רמח"ל, איך זע נישט וואס ער זאגט מער פון א צווייטן, מען האט שוין עטליכע מאל ארויסגעברענט אז פילע (אויב נישט ממש אלע) האבן געלערנט פשוט אז עס איז יא דא העכערע כוחות ביי זיי אויך, אבער דער רמב"ם קומט מיט די אויפטו אז עס איז געווען הבל הבלים - וואס ער שרייבט דאס נישט אלס סברא, נאר אלס פאקט, ווי ער שרייבט אז ער האט דורכגעליינט זייערע ביכער, וואס אנדערע האבן דאס אויסדרוקליך נישט געטון -, נאר די מאסן האבן געגלייבט דערין און דעריבער האט דאס די תורה גע'אסר'ט, ווי די צענדליגער אנדערע לאווין וואס איז צוליב די זעלבע סבה, אפצורייסן די וועלט פון די אלע עבודה זרה'ס און גלייבונגען. (און זיינע ראיות זענען שטארק ווי אייזן, און אויסער דעם ברענגט קיינער קיין טעם 'לפי פשוטו' אויף די פילע עשה'ס און לא תעשה'ס. דעריבער איז קיין קשיא אויב עס איז נישט קיין עכטע כוחות פארוואס האט מען עס אזוי שטארק גע'אסר'ט, עיין שם). לגבי הרה"צ ר' י"מ שכטער און חכמת היד, האמיר דאך געשמועסט אז עס איז זיכער דא די חכמה, אבער דאס דארף ווערן איבערגענומען ע"פ קבלה איינער פון צווייטן, און אויב זאגסטו אז ער קען דאס ריכטיג, קאן זיין, אבער אז ער רעדט ווייניג וויאוזי קען איך דען וויסן.
 |
|
|
|
|
|