גאנץ וומ"ס רעדט: סאטמאר וומ"ס צוטיילט 65/35
עכטע_נייעס
איבעראל וואו מען איז געגאנגען שבת האבן מענטשן גערעדט און געטומלט איבער די שטוינענדע אנטוויקלונג פון דעם שבת, דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם, ער האט געפירט הערליכע טישן, בשעת דער סיגעטער האט נישט געקענט אנפילן דעם ראדני בית המדרש, וואס איז
מכלומר'שט זיין אייגן שוהל.
נאכ'ן זאגן א גאנצע וואך פאר זייערע קעלבליך,אז פאריגע וואך די ערשטע וואך וואס ביידע האבן געפירט טיש איז געווען די תוריץ אז די רבי שליט"א האט א גרעסערע עולם און די גאנצע וועלט אבער ווען ס'וועט זיין נאר און ווילימסבוירג סאטמאר וועט דער סיגעטער האבן א גרעסערע עולם, די וואך שבת איז דאס צופאלן ווי א זייפן בלאז ווען גאנץ ווילימסבוירג האט געזעהן אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם און דער סיגעטער האט געהאט א נארישע קליינע טיש אויף א קליינע חלק פון די ראדני בית המדרש.
די שמועס אין גאס איבעראל איז אז "ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א) האט איינגענומען סאטמאר ווילימסבוירג מיט א שטורעם," "ער האט געוואונען די מלחמה אן קיין איין שאס", "איבער 65 פראצענט סאטמאר ווילימסבוירג איז געגאנגען מיט ר' אהר'נען."
אלעסאמת
איך בין געווען ביים טיש פונעם סיגעטער.
ס'איז געווען דארט מאקסימום 160 מענטשן שוין מיט די בחורים.
זיי זענען געווען דעפרעסט, אז דער רבי שליט"א פראוועט ווייטער א גרויסן שבת במעמד אלפי ישראל און טראץ וואס זיי האבן דערווייל ראדני, קימערט זיך נישט דער עולם, און זיי פוסטעווען אפ.
משה בן פראדעל האט זיך נישט באוויזן.
ער איז שוין געפלויגן פון גבאות.
ליפי קרויס האט שוין אויסגעפירט, אבער זיינע קעלבלעך. זענען געבליבן אין די בעטן, כראפענען...
דער בעטלאנער רבי, איז בעסער ווי דער סיגעטער'ס אמעראצעס זאגן זיי.