געשמאק:
אין חדשות אנש ילדי סיגעט שרייבט קעניג איבער די איבערקערענישן וואס זענען געווען ביים וועלן אויסלעשן די לעקטער. ער האט א גאנצע באבא מעשה צו ערקלערן וואס דארט איז געווען. ליינט און לאכט:
מיטען אויסלעשען די לעקטערס איז געוועהן א שטיקעל דראמא. ווען די געטרייע עסקנים האבען עס אנגעהויבען אויסצולעשען, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין חצר סאטמאר, און איינער פון דעם רבי'נס געטרייע שטיב מענטשען, ר' ליפא קרויס ני"ו, איז געקימען צו לויפען, אז דער רבי וויל נישט. אבער מען האט אים שיין מסביר געוועהן, אז דער רבי מיט זיין גרויס עניוות וויל טאקע גארנישט, אבער די חסידים פארלאנגען דאס. און מען האט יא אויס געלאשען די לעקטערס.
|
|