בית פורומים כל העולם כולו

די ראדני לעקטער-אויסלעשן איבערקערענישן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/5/2006 20:17 לינק ישיר 
די ראדני לעקטער-אויסלעשן איבערקערענישן

כדי אלע באריכטן זאלן זיין אויף איין פלאץ עפן איך אויף א נייע אשכול.



תוקן על ידי - כל_העולם - 07/05/2006 20:19:10



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:19 לינק ישיר 

געשמאק:

אין חדשות אנש ילדי סיגעט שרייבט קעניג איבער די איבערקערענישן וואס זענען געווען ביים וועלן אויסלעשן די לעקטער. ער האט א גאנצע באבא מעשה צו ערקלערן וואס דארט איז געווען. ליינט און לאכט:

מיטען אויסלעשען די לעקטערס איז געוועהן א שטיקעל דראמא.  ווען די געטרייע עסקנים האבען עס אנגעהויבען אויסצולעשען, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין חצר סאטמאר, און איינער פון דעם רבי'נס געטרייע שטיב מענטשען, ר' ליפא קרויס ני"ו,  איז געקימען צו לויפען, אז דער רבי וויל נישט.   אבער מען האט אים שיין מסביר געוועהן, אז דער רבי מיט זיין גרויס עניוות וויל טאקע גארנישט, אבער די חסידים פארלאנגען דאס.
און מען האט יא אויס געלאשען די לעקטערס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:20 לינק ישיר 

טאמעטא:

אינערהאלב ראדני צווישען די גבאים האט מען זיך געשלאגן צו מ'זאל אויסלעשן די לייטס ביי שלש
סעודות צוליב מעשה'ת ...

איך האב געהערט אז די באפעל איז געקומען פון ישיבה איינגעשטעלטע



ווער סהאט אפדעיט זאל פאסטן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:22 לינק ישיר 

עכטע_נייעס:

ביי של"ש און ראדני איז די פארענטשעס געווען פיל מיט קינדער און ס'איז געווען א געשלעג וועגן די לעקטער וועד החינך פון קווינס האט נישט געלאזט און די בחורים האבן יא געוואלט צום סוף האבן די בחורים אויס געפירט און מ'האט יא אויסגעלאשן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 20:23 לינק ישיר 

היינט אין מקוה הער איך ווי צוויי זאליס שמועסן און זאגן אז מען האט נישט געוואלט אויסלעשן וועגן מען האט מורא געהאט אז די ארונים וועלן רופן פייערלעשער ע"כ
פארפאלן אז עס איז נישט דא ווער עס זאל וויינען ביי שלש סעודות דארף מען נישט אויסלעשן די לעקטער כידוע, קומט'ס נישט מיט קיין תירוצים פון פייערלעשער קאן עדיסאן אא"וו
זעט אויס אז א חלק פון ענקער פירערשאפט ווייסן ווי ענק האלטן אויף די וועלט....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2006 22:06 לינק ישיר 

ס'איז די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס מען לאזט נישט אויסלעשן די לעקטער ביי א שלש סעודות טיש, אויפ'ן פארלאנג פון ועד למשמרת הצניעות.

נאכ'ן זען די מיאוס'ע פיסקעס פון די סיגעטע יונגלעך אין חדשות אנש ילדים ד'סיגעט פארשטייט מען וואס די גרויסע זארג פון די ועד למשמרת איז. פארפאלן, דער יונגווארג דארט איז שרעקליך פארדארבן. ס'איז דא פארוואס מורא צו האבן אויסצולעשן די לעקטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > די ראדני לעקטער-אויסלעשן איבערקערענישן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext