בית פורומים כל העולם כולו

הר"ר אייזיק וויינבערגער - נומער 4 אין ניו יארק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/5/2006 01:36 לינק ישיר 
הר"ר אייזיק וויינבערגער - נומער 4 אין ניו יארק

מיט גרויס אינטערעסע און ענטוזיאזם איז אויפגענומען געווארן די שטוינענדע נייעס אז הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויינבערגער הי"ו, א לאנגיעריגער סאטמארער חסיד איז דערקלערט געווארן אלס דער נומער פיר מאכטפולסטער מענטש אין ניו יארק, נאך מעיאר בלומבערג, דעפיוטי מעיאר העריס, און גאווערנאר קאנדידאט עליאט שפיצער.



תוקן על ידי - כל_העולם - 08/05/2006 1:46:25



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:37 לינק ישיר 

weiss321:

The Influentials: Politics
http://newyorkmetro.com/news/features/influentials/16927



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:39 לינק ישיר 

אבי_געזונט:

דא איז דער שטיקל:

Isac Weinberger
Political gossip
No one does more to shape the rumor of the day—and, hence, drive the city's political conversation—than does Weinberger, a gruff, rotund Hasidic Jew who works for the city. Weinberger spends his days on the phone shaking down people for tips—who's thinking of dropping out of what race, what a candidate's internal polls are showing—and promptly passing them on to the next caller (without the benefit, it should be said, of any fact-checking, only increasing his power).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:47 לינק ישיר 

אנטשולדיגט
יענע צייטונג האט עס נאר געזאגט אלס א וויץ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:49 לינק ישיר 

ניין שוטה, יענע מאגאזין זאגט עס נישט אלס וויץ.

זיי האבן אים אמת'דיג דערקלערט אלס דער פערט-מאכטפולסטער אין ניו יארקער פאליטיק.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:53 לינק ישיר 

ר' אייזיק איז מער מאכטפול פון טשאק שומער, ביל קלינטאן, הילערי קלינטאן, רעי קעלי, על דיאמאטא און רודי זשוליאני.

Heck, ר' אייזיק דארף לויפן פאר פרעזידענט אין 08'...

Isac Weinberger For President



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 01:56 לינק ישיר 

איך וויל דא אנווינטשן א מזל טוב פאר ר' אייזיק וויינבערגער, פאר'ן באקומען דעם רעספעקטפולן טיטול: דער פערט-מאכטפולסטער מענטש אין ניו יארק.

מזל טוב ר' אייזיק. זאל דער אויבערשטער העלפן אז דו זאלסט קענען אויסנוצן דיין פּאוער צו העלפן אידן בכל מקומות שהם.

נ.ב. די רעדאקציע פון ניו יארק מעגעזין, האט שוין אנגערופן ר' אייזיק'ן פאריגע וואך אים צו מעלדן די נייעס אז זיי גייען אים געבן דעם טיטול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 02:04 לינק ישיר 

מזל טוב! מזל טוב!

די ווארימסטע וואונטשן פון אלע באזוכער ביי אונז אין די קרעטשמע.

מיט צוויי חדשים צוריק, ווען ר' אייזיק האט חתונה געמאכט איז געווען אן אנלויף ביי די חתונה פון אלע גרעסטע פאליטישאנס - סענאטארן, קאנגרעסלייט, קאנסילייט - און אויך די גרעסטע מידיא לייט.

ר' אייזיק האט דעמאלס נישט געוואלט געבן די הענט פאר קיינעם פון די גוים. ער האט געזאגט אז ס'איז א הייליגע אידישע שמחה ולא יתערב זר בשמחתו. אבער מען האט קלאר געקענט זען וויאזוי אלע רעספעקטירן זיי ר' אייזיק און ווייסן ווי שטארק אים צו שעצן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 02:21 לינק ישיר 

עס אי געווען נישט לאנג צוריק ביי עפעס א ראלי ווי דער געוועזענער פרעזידענט קלינטאן איז דארט געווען און ר' אייזיק האט געשמועסט מיט אים
האט עפעס א רעפארטער זיך אנגערופן וויצעלדיג
ווער איז דעי מענטש וואס רעדט מיט ראביי וויינבערגער?...
אזוי ווי: ווער איז דעי מענטש וואס האט די זכי' צו רעדן מיט ראביי וויינבערגער?...

תוקן על ידי - כל_העולם - 08/05/2006 2:24:09



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:22 לינק ישיר 

ר' אייזיק איז א פלאמפייערדיגער סאטמארער חסיד. ער איז געווען מקורב צו די צוויי פריערדיגע סאטמארער רבי'ס. רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און ער איז שטארק נאנט צו יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

ווען ר' אייזיק איז געגאנגען ארבייטן פאר'ן פריערדיגן מעיאר זשוליאני, אין די דעפארטמענט אוו טראנספארטעישאן, נאכ'ן באקומען דעם פאסטן דורך ברוס טייטלבוים (ער האט באקומען א סיטי דזשאב אין די זשוליאני אדמיניסטראציע, נאכ'ן ארבעטן אינאיינעם מיט ברוס טייטלבוים צו העלפן קאומא, ווען זשוליאני האט אים געהאט אינדארסירט קעגן פאטאקי אין 94'), איז ער געקומען צום רבין זי"ע הכ"מ נאך א ברכה, און האט אים געזאגט אז ער גייט ארבייטן פאר זשוליאני.
דער רבי געט אים אזא קוק אן מיט וואונדער און זאגט אים "דו גייסט ארבייטן פאר זשוליאני? דו ביזט דאך א דעמאקראט !..."
ער האט געמוזט מסביר זיין פאר'ן רבין אז זשוליאני איז נישט אזוי "געפערליך" - אז ער איז א ליבעראלער און אז ער האט אינדארסירט קאומא...
דער רבי האט אים אנגעווינטשן אז ער זאל זען ברכה און הצלחה. ר' אייזיק דינט נאך אלס אויף די זעלבע פאסטן אין די די.או.טי.

ר' אייזיק האט אויך געהאט א מופת ביים רבין זי"ע מיט מעיאר דינקינס. ווען דינקינס איז געלאפן דאס ערשטע מאל איז ער געקומען צום רבין חול המועד סוכות. שפעטער יענע נאכט ביים טיש, איז פוטשו אדורך נעמען שיריים, און דער רבי האט אים געגעבן שיריים פון מייערן, און ער האט אים געזאגט מיט א שמייכל "נאדיר, דא האסטו א מאיאר..." און דינקינס האט טאקע געווינען.

וויל איך דא טאקע אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור אויסדרוקן א ווארימער מזל טוב פאר ר' אייזיק'ן זאל זיין געזונט און שטארק.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 02:25 לינק ישיר 

פאטאקי, האסט נישט געכאפט די טיפקייט פון די וויץ.

די דזשאוק איז געווען אז אייזיק וויינבערגער איז אזוי פאפולער אין ניו יארק, אז ווען איינער זעט אים שמועסן מיט ביל קלינטאן פרעגט ער: "ווער שמועסט דארט מיט אייזיק וויינבערגער'ן?..." תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/05/2006 2:30:14



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/5/2006 02:28 לינק ישיר 

can WE have any benefit from him
???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:31 לינק ישיר 

אונז האמיר שוין געהאט גאר אסאך בענעפיטן פון אים, ב"ה, אבער מען קען נישט אלעס ארויסשרייבן וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:32 לינק ישיר 

מצורף קובץ

ר' אייזיק אין א געשפרעך מיט פאליס קאמישאנער רעי קעלי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:39 לינק ישיר 

גוטזאגער
זיי מסביר וואס דו מיינסט אז איך האב נישט געכאפט די טיפקייט
און וואס כאפסטו?



תוקן על ידי - פאטאקי08 - 08/05/2006 2:42:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/5/2006 02:43 לינק ישיר 

מצורף קובץ

.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הר"ר אייזיק וויינבערגער - נומער 4 אין ניו יארק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext