Isac Weinberger Political gossip No one does more to shape the rumor of the day—and, hence, drive the city's political conversation—than does Weinberger, a gruff, rotund Hasidic Jew who works for the city. Weinberger spends his days on the phone shaking down people for tips—who's thinking of dropping out of what race, what a candidate's internal polls are showing—and promptly passing them on to the next caller (without the benefit, it should be said, of any fact-checking, only increasing his power).
ר' אייזיק איז א פלאמפייערדיגער סאטמארער חסיד. ער איז געווען מקורב צו די צוויי פריערדיגע סאטמארער רבי'ס. רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע, רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע און ער איז שטארק נאנט צו יבלחט"א כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.
ווען ר' אייזיק איז געגאנגען ארבייטן פאר'ן פריערדיגן מעיאר זשוליאני, אין די דעפארטמענט אוו טראנספארטעישאן, נאכ'ן באקומען דעם פאסטן דורך ברוס טייטלבוים (ער האט באקומען א סיטי דזשאב אין די זשוליאני אדמיניסטראציע, נאכ'ן ארבעטן אינאיינעם מיט ברוס טייטלבוים צו העלפן קאומא, ווען זשוליאני האט אים געהאט אינדארסירט קעגן פאטאקי אין 94'), איז ער געקומען צום רבין זי"ע הכ"מ נאך א ברכה, און האט אים געזאגט אז ער גייט ארבייטן פאר זשוליאני. דער רבי געט אים אזא קוק אן מיט וואונדער און זאגט אים "דו גייסט ארבייטן פאר זשוליאני? דו ביזט דאך א דעמאקראט !..." ער האט געמוזט מסביר זיין פאר'ן רבין אז זשוליאני איז נישט אזוי "געפערליך" - אז ער איז א ליבעראלער און אז ער האט אינדארסירט קאומא... דער רבי האט אים אנגעווינטשן אז ער זאל זען ברכה און הצלחה. ר' אייזיק דינט נאך אלס אויף די זעלבע פאסטן אין די די.או.טי.
ר' אייזיק האט אויך געהאט א מופת ביים רבין זי"ע מיט מעיאר דינקינס. ווען דינקינס איז געלאפן דאס ערשטע מאל איז ער געקומען צום רבין חול המועד סוכות. שפעטער יענע נאכט ביים טיש, איז פוטשו אדורך נעמען שיריים, און דער רבי האט אים געגעבן שיריים פון מייערן, און ער האט אים געזאגט מיט א שמייכל "נאדיר, דא האסטו א מאיאר..." און דינקינס האט טאקע געווינען.
וויל איך דא טאקע אינאיינעם מיט'ן גאנצן ציבור אויסדרוקן א ווארימער מזל טוב פאר ר' אייזיק'ן זאל זיין געזונט און שטארק.
נשלח ב-8/5/2006 02:25
פאטאקי, האסט נישט געכאפט די טיפקייט פון די וויץ.
די דזשאוק איז געווען אז אייזיק וויינבערגער איז אזוי פאפולער אין ניו יארק, אז ווען איינער זעט אים שמועסן מיט ביל קלינטאן פרעגט ער: "ווער שמועסט דארט מיט אייזיק וויינבערגער'ן?..."
תוקן על ידי - גוטזאגער - 08/05/2006 2:30:14