בית פורומים כל העולם כולו

הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2006 02:05 לינק ישיר 

אפשר 5% חרידשע אידן האלטען נישט פון עיהם,
 און זיין פסק האט א מעכטיקע כוח, (ווען נישט רב אלישיב פסק ביי די שייטלעך וואלט גארנישט געווען אנטגעקן די אינדיאנער שייטלעך)
 און ווי ער גייט קומען טויזענטער מענטשען צו זיינע אסיפות, קבלת פנים, יא אפילו סאטמערע אידן, (די פאר שרייבערס אויף היידפארק רעפזענטירט נישט גאנץ סאטמער און דע גאנצע חרידשע וועלט,) און דאס אז 25 גוים/אידן האבען עיהם באשריגען מיינט נאך גארנישט,
 וויפל מענטשען האבען באשריגען די סיגוטער זצ"ל פאר זיין לויה? הא? און וויפל האבען באשריגען ר' יואליש זצ"ל ווען ער איז געקומען לארה"ק? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 02:18 לינק ישיר 

natural
זיי מוחל פוץ אפ פון דאנעט
קום נישט פארקויפן דא דיין קרעפ
גיי שרייב אין אנדערע פורומס ווי דיינע גלייכן געפינען זיך
דא בין איך דיר מודיע אז ביסט נישט וועלקאם
גיי דיר מיטן פייגל צוזאמען


 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 02:20 לינק ישיר 

naturl
איך ווייס איינער וואס

* מיליאנען מענטשען וואס האלטן פון אים
* ווען נישט זיינע פסקים וואלט די וועלט געהאלטן זייער נידעריג (אויב איז עס נישט גענוג נידעריג)
* ווי ער קומט מאכט מען אים א ריזיגען קבלת פנים
* ער מאכט זיך נישט וויסענדיג פון די פאר הייד פארק שרייבערלעך
* זיין תורה איז באקאנט פאר די גאנצע וועלט
* א קאפל האט ער א גרעסערס פון הר' שטיינעמאן


די ווייסט אפשר ווער דאס איז???





























דער הויכגעשפריצטער פויבסט
(איך זאג נישט להבדיל)

ביי אונז ווייסט מען אז נישט דעם וועם די צייטונגען דרייען אן אז ער איז דער גדול הדור, איז עפעס. אסאך מאל איז דאס דער פארקערטער סימן. מ'דארף קוקן וואס די וואס מאכן אים פאר גדול הדור וואס זייער אגענדע איז. והרב קוק ימ"ש יוכיח

ועוד חזון למועד 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 02:20 לינק ישיר 

NATRUL דו ענטפערסט נישט צו דער זאך. מ'זאגט דיר אז ער שטופט די וועגאלע פון כפירה ומינות, אז ער איז א בלוטיגע רוצח פון נח"ל החרדי, אז ער מאכט חרוב די ישיבות מיט וועדת טל, אז ער קען נישט לערנען וכו' וכו'. און דו ענטפערסט אז טויזענטער מענטשען האלטען פון עהם. איך גלייב אז מאטיסיאהו האט מער שעצערס ווי עהם, און ס'קען זיין ער איז מער עהרליך אויך.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/5/2006 02:24 לינק ישיר 

א נייע אנשיקעניש פון מאנסי
קומט דא אדווערטייזן ראביי שטיינמאן....
וועם גייט דא אהן רב שטיינמאן?
אונז זעמיר נישט אינטערסירט פון אים אפילו ווען ער קומט קיין קאנאדא אדער ער שניידט זיך די נעגל...
הו קערס!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 02:25 לינק ישיר 

נבוכדנאצר. איך האב געהערט אז ר' אברהם יושע האט זיך אויסגעדרוקט "ווער ווייסט וואספארא חורבן הדת וועט נאך ארויסקומען פון זיין חיזוק התורה"...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 02:25 לינק ישיר 

majyar איך האלט אז דו ביסט נישט גערעכט. מ'זאגט נאך איך מיין בשם דער אלטער בעלזער רב, אז יעדער שטאט מוז האבען א שייגעץ וועם צו שלאגען אקעגען. און אויב ס'נישט דא דארף מען אפילו דינגען איינער. אז SIM און NATRUL האבען זיך וואלונטיערט איז זייער שיין פון זייער זייט, טרייב זיי נישט אוועק. זאלען זיי ווייטער פלוידערען, ס'א געלעגענהייט פאר עהרליכע אידען איינצו'חזר'ען אז מיר האבען נישט מיט זיי און נישט מיט זייערע גדולים.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/5/2006 02:36 לינק ישיר 

wassadif
פלוידערן? אויף אונזער עקספענס?
עפעס מאכט נישט סענס דא...
איך הייב אהן צו טראכטן אז עפעס ווילן זיי דא בלעקמעילן...די אידיש זייערע איז צו היימיש...

אפשר סאבאטאזשן דעם פורום???




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 02:51 לינק ישיר 

majyar איך האב הנאה אז ס'מאכט זיך אמאל אמאל אן אשכול וואס איז א בחינה פון אז נדברו, אז מ'רעדט וועגען די שיטה און נישט נאר פאליטיק. וואס האבען די צוויי נאראנים זוכה געווען אז ס'זאל קומען דורך זיי, ווייס איך נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/5/2006 03:11 לינק ישיר 

ביזדערווייל האט קיינער נאך נישט נארמאל גענטפערט, נאר אז ער איז א ---, אבער נאך אלץ קען איך נישט פארשטיין פוו' 95% חרידשע אידן האלטען פון עיהם, ווען מכלומרשט דארף ער נאר געבען דברי כפירה?
-------------------------------------
http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%94%D7%A8%D7%91_%D7%A9%D7%98%D7%99%D7%99%D7%A0%D7%A2%D7%9E%D7%90%D7%9F תוקן על ידי - natrul - 15/05/2006 3:26:44



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 03:31 לינק ישיר 

ס'איז אומגלויבליך צו זעהן ווי מען האט מעשיגע געמאכט זקנים ונערים אויף אזא שרעקליכען פארנעם.

מענטשען וואס זענען איינגערעדט אז חוק טל איז א בער און איינע פון די סכנות וואס הערשען אויף כלל ישראל.

אפגערעדט פון תוכנית הליבה וואס עס איז נישט דא אפילו קיין דריי פראצענט  אין סאטמאר וואס זאלען דאס קענען מסביר זיין.

איך וואלט געגעבען דעם כבוד פאר Mayjarדאס מסביר צו זיין - איך מיין אז מען וועט זעך קענען האלטען ביי די זייטען!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 03:45 לינק ישיר 

גייען די סאטמארע חברה נאכאמאל מאכען א פראטעסט א קעגען עם אין מאנסי אזוי ווי לעצטע מאל:????



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 03:55 לינק ישיר 

דער וויקי איז שוין פארראכטען.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-15/5/2006 11:54 לינק ישיר 

איך וויל דא עקלערן עפעס.

אמת, הגה"ק הרב שטיינמאן שליט"א איז נישט קיין סאטמערער חסיד, און גייט נישט אויפן וועג פון רביה"ק בעל "דברי יואל"-"ויואל משה" זיעוכי"א.
אבער. ס'איז גאנץ באקאנט אז דער רבי זיע"א האט געזאגט אויף איהם גאר הויכע זאכן אלס א יונגע אינגערמאן.

איז דאס געווען אין דער שווייץ באלד נאכן קריג, איך וועל נישט ארויף לייגען די גאנצע געשיכטע דא, ווייל ס'איז שוין גאנץ באקאנט.

ער גייט אויפן וועג פון הייליגן חזון איש, און נאך ליטווישע גדולים, און אין זייערע וועג ער טוט אלעס מיט מסירות נפש, כדי צו ראטעווען עולם התורה פון די רשעיותדיגע פלעינער פון די ציונים ארורים ימ"ש וזכרם.
די נחל חרדי געהערט נישט צו איהם, אבער מיט זיין וועג ווי ער האט זיך געפירט מיט די נחל חרדי, האט ער גורם געווען אז ס'איז נישט קיין סכנה פאר ישיבה בחורים.
ער האט דאך אמאל געשריבן א קלארן בריוו וועגן נחל חרדי מיט זיין מיינונג צו הגה"צ ר' דן סגל כדי צו ליינען אין א פראטעסט אנקעגן די נחל, און מ'האט איהם דאס נישט געלאזט ליינען דארט.
ער האט געלאזט זיין מיינונג דארט, אז טאמער די נחל איז נאר פאר מחללי שבת ועוברי כריתו, אזוי וואו איז דאס טאקע, איז נישט אונזערע אחריות לוחם זיין אנטקעגן דעם, אבער דייער וואס שיקט אהין א בחור וואס איז נישט קיין מחלל שבת אא"וו איז א עווןמ פלילי שלא ינקה.

ער פארט אומעטום, און ער זאגט איין זאך, מ'זאל זיך אינגאנצן אוועק געבן פאר תורה.

ער האלט היינט צו טאג, טויזענטע כולל אינגעלייט. ער טיילט מיליאנן כספי צדקה יעדן חודש. ער עפענט כסדר נאך כוללים.

מיט חוק טל האט ער זיכער געראטעוועט עולם התורה, ווייל צוליב אדעם קענמען היינט לערנן במנוחה אין די ישיבות, אהן צו מורא האבן פון גזירות.
ס'איז קלאר אז אהן די חוק, וואלט געווען היינט א שווערע מערכה אנטקעגען גיוס בני ישיבות, און ס'איז קלאר אז אלע ערליכע אידן וואלטן נישט געגאנגען צום מיליטער, אבער ס'וואלט געווען א סאך ביטול תורה ארום דעם, און אויך וואלן די שוואכער מערער, וואלן נישט עומד געווען בניסיון און וואלן יא געגאנגען און מיליטער רח"ל.


די אלע וואס שרייען אנקען איהם קומען נישט אהן צו זיין מידנסטע השגות, נישט בתורה, נישט ביראת שמים, און נישט מיט אחריות אויף כלל ישראל.

טאקע ער איז נישט קיין היימישע סאטמערער, אבער ער איז אסאך מער אפגעהיטן און הייליג, בלתי לה' לבדו פון אסאך חשובע סאטמערע אידן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 12:18 לינק ישיר 

ס'איז כדאי צו באמערקן נאך א זאך.
די אלע לוחמים אנטקעגן דער הייליגער ראש ישיבה שליט"א זענן מענטשן וואס זענן מסוגל אויף אלע עבירות.
אינטרעסאנט אז פונקט ר' זלמן לייב מיט ר' משה מנחם טירנויער זיי זענען די גרויסע קאכערס.
דאס זאגט מער פון אלעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הרה"ג רא"ל שטיינמאן שליט"א לארה"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.