| נשלח ב-11/5/2006 20:03 |
|
| |
איז א חיוב אדער עבירה צו מאכן עקסערסייז?
עס איז ביטול תורה, און אויך קען מען דאס נישט געהעריג טאן בדרכי צניעות, וו.צ.ב. מען דארף
ליגן פרקדין, און מען דארף זיך אויסציען אויף כל מיני אופנים וואס זענען פרעמד צו ערליכע
אידן. און עס בכלל שווער צו טאן מיט די היט, גארטל, רעקל, און טלית קטן און העמעדער א.א.וו.
אבער פון די אנדערע זייט איז דאך די מעדעצענישע וועלט אויף מיט די אלע שטודיעס און טרייעלס אז
א מענטש אן עקסערסייז וועט זיין קראנק מיט ציקער, הארץ פראבלעמן, קאלעסטעראל, און אלע אנדערע
מחלות וואס זענען געאייגענט אויף בני מצרים. און דער תורה זאגט דאך ונשמרתם מאוד לנפשותיכם.
אלזא וואס טוט מען דא?
מיין רבי האט אמאל געזאגט א פיינעם ענטפער: אז ביי אונז איז נישט שייך די אלע דאקטוירישע
אפיניען'ס אין דעם ווייל מיר דאווענען און לערנען און מיר שאקעלן זיך דערביי שטארק. ממילא
מאכן מיר מער עקסערסייז ווי אלע גוים. דארפן מיר שוין נישט גיין אין זשים אריין.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 20:28 |
|
| |
לדעתי איז עקסערסייז פונקט ווי מען גייט צום דאקטער, עס קומט נישט אריין קיין צניעות דארטן.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/4/2007 04:04 |
|
| |
ער קומט מיט די קאר אין שוהל ווייל מען טאר נישט וואקן ער מאכט עקסערסייז
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2008 01:13 |
|
| |
אפשר מיטן קלאפן די פינגערס אויפ'ן 'קיבארד', איז מען שוין יוצא...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 03:23 |
|
| |
וואס רעדט איר? אין רמב''ם שטייט קלאר מ'זאל מאכן עקסערסייז! ס'זייער געזונט און אלע צדיקים מאכן עקסערסייז פאר געזונט.
קיינער האט נישט געהייסן טאנצן אויפן קאפ און ליגן אויפן בויך.. ס'דא אלערליי וועגן, און שפאצירן, איבונגען איז נארמאל און גוט.
נישט מ'מעג, נאר מ'מוז.
און די שאלה איז נאר אויף 'מאסארדזש', וואס אין פארשידענע סיטואציעס אויב ס'פעלט באמת אויס פארן רוקען, ווי למשל אז מ'האט א ווייטאגליכער רוקען, איז דאס מותר ווי יעדע דבר רפואה.
דאס איז א שאלה - במחילת כבודכם - וואס מ'טראכט צו אסאך אריין אין יעדע זאך, צו ס'איז נישט בגדר עבירה.
זיין געזונט איז א מצוה דאורייתא, און ס'דא אין יעדע זאך א גבול און א אופן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 18:29 |
|
| |
יא, גערעכט, דער רמב''ם שרייבט טאקע, אז איינער וואס מאכט איבונגען פאר'ן עסן, און נאכדעם עסט ער נישט געזונטע מאכלים, איז געזונטער ווי איינער וואס מאכט נישט קיין איבונגען, און עסט געזונטע מאכלים.
|
|
|
|
| נשלח ב-31/7/2008 12:17 |
|
| |
מיין סימן אז עס איז א מצוה, ווייל עס איז שווער, און דע יצר הרע זאגט, וועסט אנהייבן מורגען....
|
|
|
|
|