בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

"רעביס" פון היינטיגן דור!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/5/2006 20:14 לינק ישיר 
"רעביס" פון היינטיגן דור!

מיר לעבן זיך אין א דור יתום! דאס הער איך אייביג פון ערליכע אידן, אבער מיר ווייסן דאך אז אן
קיין צדיקים וועלט די וועלט שוין לאנג אונטער געגאנגען. איז אלזא ווער קען אויסרעכענען ערליכע
אידן מיר זאלן קענען גיין מקבל זיין אביסל תורה און אידישקייט פון זיי.

ר' אהרן און ר' זלמן לייב זאלט איר לאזן פאר אנדערע פארום'ס דארטן זענען זיי איבערגעפילט מיט
די 2 צדיקים, דא זאל מען ברענגן פרישע ערליכע אידן וואס מיר קענען און ס'לוינט זיך צו זיי
פארן און אונטערווארפן אלס חסיד און תלמיד.

ביטע זיך האלטן קורץ און שארף די נאמען און די טעם פארוואס איר האט זיי אויסגעוועלט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 20:18 לינק ישיר 

כ"ק אדמו"ר מ'טאהש שליט"א. 1) ער איז א זקן 2) דערווייטערט זיך פון לשון הרע און מחלוקת 3) געבט אסאך צדקה. 4) מחזק צובראכענע אידן. 5) זאגט אסאך תהלים. 6) שמייכעלט צו יעדן. 7) עניו וואס איז זיך מבטל פאר יעדן. 8) הדרת פנים. 9) בנש"ק גרויסע יחוס. 10) געבויט תורה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 20:27 לינק ישיר 

די קשיא איז ענדערשט א רבי וואס מ'לערנט תורה נישט מ'זעהט עפעס הייליגע און פיינע מדות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2006 07:20 לינק ישיר 

1) רבי מעיכל לעבאוויטש מניקלסבורג - מאנסי

א נאבעלע איידל יוד וואס האט ליב א צווייטן יוד, נאך די אלע צרות וואס ער איז דורך אין זיין לעבן האט ער נאך קיין פליג נישט צוריק געטשעפעט.

מ'קען מיט עם שמיעסן זייער נארמאל און ער וועט אלעס טון איינעם צו העלפן, מיט וואס ער קען.

א ת"ח וואס לאזט זיך הערן אסאך מיט זיינע זיסע ווערטער און דרשות.

ער קען די פאך אויך פון פירן שיינע טישן.


2) רבי נפתלי הורוויץ מקראלי - וויליאמסבורג

כמה מעלות טובות נישט די גרעסטע ת"ח אבער זייער א צוגעלאזענע נארמאלע מענטש וואס קען העלפן מיט עצות און הדרכה,

ביידע פון זיי פאר אנדערע סיבות לוינט זיך צו האבן שייכות מיט.

ס'איז דא נאך געציילטע גוטע יודן ועוד חזון למועד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/6/2006 21:16 לינק ישיר 

הגאון ר' אברהם שלמה יאבוי שליט"א - לעמבערגער רב

ער איז א גאון מובהק אין ש"ס ופוסקים. ער האט שוין מסיים געווען עטליכע מאל ש"ס, און די דברי חז"ל זענען שטענדיג שגור על פיו. ער קען פונקטליך די היסטאריע פון די הייליגע חז"ל, ער ווייסט ווער איז געווען אין וועלכע צייט, און ווער איז א תלמיד פון וועם. וואס כידוע האט דאס זייער א שטארקן אפעקט אויפ'ן הלכה למעשה.

אויך איז ער כידוע זייער אויסגעארבעט אין מדות טובות, שייף עייל ושייף נפיק ולא מחזיק טיבותא לנפשי' ווי עס קענען עדות זאגן די צענדליגער מתפללים חשובים בבית מדרשו. ער איז א וותרן וסבלן גדול, און איז נישט עוסק אין קיין פאליטיק.
 
מ'קען כמעט זאגן אז זיין שול איז פון די איינציגסטע אין וויליאמסבורג ווי עס ווערט נישט אויסגעשמועסט קיין איין ווארט פאליטיק. צו איז דאס פרייטאג צו נאכטס נאכ'ן דאווענען, צו אינדערפרי, אדער גאר אין די לאנגע זומער שבת נאכמיטאגס.
 
ער האט שוין צענדליגער מאל דורכגעלערנט חובת הלבבות, ביחידות און ברבים.

צענדליגער אינגעלייט און בחורים זענען זיך שואל עצה מיט אים אין אלע הינזיכטן. ספעציעל בחורים וואס האבן שוועריגקייטן אין ישיבה און אנדערע אנגעלעגנהייטן גיט ער זיי ספעציעלע הדרכה.

זיין חכמה איז כידוע זייער ברייט און זיין עמקות און אויסגערעכנטקייט אויף יעדן שריט וואס ער נעמט איז ממש א חד בדרא. ער איז זייער באוואוסט אלץ איינער וואס טראכט דורך הונדערט און איין מאל יעדן טריט וואס ער נעמט אין לעבן. און די רואיגקייט און נישט-געכאפטקייט איז זיין הצלחה אין לעבן און מיטן חשובן צענטער פון תורה ותפילה




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/6/2008 03:16 לינק ישיר 

איך מיין אז די וועלט קען נישט שטיין אן 'ל''ו צדיקים', וואס זיי זענען באהאלטן, אבער נישט אפענע צדיקים אדער רבי'ס.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2008 02:50 לינק ישיר 

זעמל
במחכ"ת בין איך מחולק מיט דיר, לפע"ד האלט איך אז דוקא בין אדם לחבירו דארף זיין די מבחן אויף צדקות, ווייל לא נתנו המצוות אלא לצרף את הבריות, ד"ה די גאנצע תוה"ק קומט נאר בעסער מאכן די מענטש, במישרין אדער בעקיפין,
און אפי' אויב די וועסט מחולק זיין אויף דעם [אויף דעם דארף מען אפשר עפענען א אנדערע אשכול], אבער דאס איז זיכער אז די חלק בין אדם לחבירו אין די תורה איז נישט מיט עפעס ווייניגער פין די חלק בין אדם למקום, דרך ארץ קדמה לתורה, און פ"וו זאל דאס נישט זיין א מבחן אויף צדקות, [דרך אגב צדקות איז די מדה פין צדק וואס דאס איז בין אדם לחבירו]
לפי קט שכלי מיין איך אז די סטיגמא אז אלעס באשטייט פין וויפיל מ'קען לערנען קומט פונ'ם המון עם און פאסט נישט פאר מענטשן וואס טראכטן

ובשם ה' נעשה ונצליח 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2008 03:11 לינק ישיר 

יא, זייער ביסט זייער גערעכט.
איך ווייס אבער נישט צו 'זעמל' זעהט בכלל דיין תגובה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/6/2008 05:20 לינק ישיר 

וואס גייט מיר אן צי זעמל זעט דאס, די עיקר איז אז אידן וואס קומען דא אריין זאלן עס זען

ובשם ה' נעשה ונצליח



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > "רעביס" פון היינטיגן דור!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext