מיט גרויס שמחה און פרייד האבן תלמידי וחסידי סאטמאר אויפגענומען די פרייליכע בשורה, פון די קישור החיתון פון בת הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר אלעד, ור"י סאטמאר בני ברק, מיט הבחור החשוב החתן בן הגה"צ רבי ארי' לייבוש טייטלבוים שליט"א דומ"ץ קרית ויואל משה סאטמאר מאנטיסעלאו.
רבי חיים צבי שליט"א איז דער זון פון הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א אב"ד סאטמאר בארא פארק, איידעם פון כבוד קדושת מרן רבינו ברך משה זצ"ל.
די בחור האט געלערנט אינעם צענטראלן סאטמאר מתיבתא אין קרית יואל יצ"ו.
די ווארט קומט יעצט פאר אין בני ברק.
שישו שומחו בשמחת רבינו.
עס וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן די דאזיגע גרויסע מלכות'דיגע סאטמאר חתונה וואס וועט לכאורה פארקומען אין בני ברק.
נשלח ב-11/5/2006 23:35
קול רנה וישעה באהלי צדיקים
דער רבי זאל לעבן א מזל טוב
בארא פארק רב א מזל טוב
אלע חסידים א מזל טוב