|
|
| נשלח ב-12/5/2006 05:34 |
|
| |
דער איד באיקאטירט דעם סיגעטער: זאליס סטראשענען צו עפענען אייגענע צייטונג
ווי יעדער ווייסט שוין יעצט הערשט אן ערנסטע געבלאזעכץ צווישן משה פראדל'ס און נייעם סיגעטער רבי'ן. פראדל'ס איז אפיציעל באזייטיגט געווארן פון סיגעטער גבאות, נאך בלויז איין וואך! אויפ'ן פארלאנג פון די לאנגיעריגע סיגעטער חסידים (קרויסלעך, יאקאבאוויטשעס, לעפקאוויטשעס, בראווערס, שטויבערס, וואלדמאנס, און מייזעלס וכו' וכו') וועלכע האבן דערקלערט אז איינס פון די צוויי: אדער פליט משה פראדל'ס אדער לאזן זיי איבער דעם סיגעטער.
אונז קען מיר דאך אבער גוט אונזער משה'ניו. ער איז א נוקם ונוטר. ער וועט נישט זיצן רואיג און זיך צוקוקן וויאזוי זיין כבוד ווערט פארשוועכט.
אמת טאקע אז ער קען נישט סטראשענען מיט מאכן א רויזעלע פון זלמן לייבעלע, ווייל ער קען דאך נישט בלייבן קרח מכאן ובלק מכאן. די סאטמארע חסידים האט ער שוין אנגעוואוירן. ער קען נישט בלייבן אויסגעשפילט לגמרי.
אבער זיצן שטיל נאכ'ן פארשעמט ווערן אזוי שטארק קען ער אויך נישט. האט ער דעריבער אנגעפאנגען צו פירן א קאלטע קריג קעגן דעם סיגעטער אין "דער איד". דער איד פון די וואך גיט עקסטרעם שוואכע קאוורעדזש פאר'ן סיגעטער. ער לייגט נישט אריין קיין שום בילדער פון אים און באריכטעט פון אים די מינימום שבמינימום.
דער כעס אין סיגעטער לאגער איז געפערליך. היינט דאנערשטאג האבן זיי אנגעפאנגען צו שיקן מעסעדזשעס פאר פראדל'ס אז אויב די קאוורעדזש אין איד ווערט נישט בעסער קומען זיי ארויס מיט א נייעם צייטונג ביז שבועות.
די אנגעצויגנקייט צווישן משה און די סיגעטע פארשארפט זיך מיט יעדע מינוט.
תוקן על ידי - ווארהייט - 12/05/2006 5:41:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 05:40 |
|
| |
דער פארום פון די סיגעטער יונגעלעך האט א גאנצע מעשה כדי צו פרובירן פארוואסערן די מחלוקה צווישן די סיגעטער און משה פראדל'ס:
ליינט און שטוינט די ווערטער פון ווילי_יונג, (וואס באלאנגט צום לאגער פון די לאנגיעריגע סיגעטע, כידוע):
אין א שריט וואס דארף באגריסט ווערן האט דער איד אנגענומען דעם באפעל פין כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א נישט אריינצולייגן בילדער פין עם אין די וועכענטליכע צייטשריפט.
כאטש עס איז באמת א פשטות אז דער רבי הייסט מוז מען אזוי טון איז דאך זייער א זאך פין זיי וויסענדיג ווי הינגעריג דער עולם איבער די וועלט איז צו זען בילדער פין פארשידענע געלעגענהייטן ביי רבינו שליט"א ווי ווען א רבי קומט באזוכן, תפילין לייגן (וואס דער רבי שליט"א האט יעדע איינציגע טאג פין וואך) סנדקאות (וואס רבינו שליט"א האט זייטן ממלא זיין מקום אביו שוין געהאט אין אלע סאטמארער בתי מדרשים אין וויליאמסבורג טעגליך, ווי אויך געגאנגען צי אנדערע בתי מדרשים צי סנקאות). איז דאס פין זייער שטאנדפונקט אין א געוויסן זין "מסירת נפש".
כה לחי!
תוקן על ידי - ווארהייט - 12/05/2006 5:44:39
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 05:46 |
|
| |
די אנגעצויגנקייט קעגן דער איד איז בולט אין די תגובות פון צוויי אנדערע סיגעטער:
שנייטיך: אמת עס איז זייער א שיינע זאך פון דער איד צו זיין סר למשמעותו....
אבער צו דארף מען אנשטאט דעם אריינלייגן בילדער פון הההההרררררההההה""""""חחחחחחחח ררררררר'''''''' שמואל הכהן פר"מ ........??????
און וואס טוט זיך מיט אנדערע בילדער???
attheend: יא מיר ווייסן שוין יארן וואס פאר א רבי מיר פארמאגען, די רבי ז"ל האט כסדר געזאגט איך קען מיינע פירות, און אזוי שרייבט ער אויך אין די צוואה, וכו' פארדעם שלאגען מיר זיך שוין 7 יאר (ב"ה מיט הצלחה) אבער איך האלט אז בכגון דא נאמר חוצפה כלפי שמיא מהני.
דער איד וואלט זיך געמעגט מתחצף זיין פארן רבי'ן, פארן רבי'נס כבוד.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 05:59 |
|
| |
די סיגעטע זענען טאקע אזעלכע פערדן? זיי טראכטן אז אונז וועל מיר זיי גלייבן איין סעקנד אז דער סיגעטער האט זיך פונקט יעצט אויפגעוועקט, נאך זיבן יאר, און באשלאסן אז ער וויל נישט ס'זאל זיין בילדער פון אים?
מיר קוקט ענדערש אויס אז די סיגעטער טרייען צו מאכן דעם זעלבן שפיל ווי די אונגעריסטן אין באבוב, וואו דער רבי האט מכלומר'שט באשלאסן אז ער וויל נישט אז די צייטונגען זאלן רעדן פון אים. דערנאך זענען די אונגעריסטן ארויסגעקומען מיט אן אייגענעם צייטונג וואס זיי האבן ארויסגעשיקט אויף פאסט איבער גאנץ ניו יארק.
א מחלוקה צווישן די סיגעטע און די פראדליסטן. ס'קען נישט זיין עפעס בעסער דערפון.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:23 |
|
| |
נאה להם ונאה לעולם
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|