איכה! ווען מהאט שופך דם געוועהן דעם בעל בירך משה זצל
מיר וויסען אז סאיז אן עולם השקר, פין דעסוועגען איז פארדריסלעך ווען דער שקר פאנגט זיך אן
ביי די שיינע יודען וד"ל:
מיר הערען די קול בוכים פין אלע פראפעשאנעל בעליי מספידים אנגעהויבען פין דיין דקהילתנו
וויא זיי באווינען אינזער רבי זצל
אבער קענען זיי זעגען ידינו לא שפכו את הדם הזה!!
פין ערשטען טאג וואס ער איז געווארען רבי אין שנת תש"מ איז געווארען א STYLE אז יעדער וואס
האט געהאט א שלעכטע חלום האט האט געשטויסען די רבי זצל
אנגעהויבען פין די די אנשיי דלא מעליי וואס האבען זיך ארים געדרייט אין רביןס זצל שטיב אין
דערנאך אין רבציןס שטיב וואס האבען דערביטערט דעם רבינס יארען ,
אין שטילערהייט איז געוועהן א סאך שיינע יודען וואס האבען זיך איינגערעטד אז זיי זענען מער
ראוי צי פירען קהילת סאטמער וויא רבינו שליטא, אין זיי האבען נישט געוואלט מקבל מרות זיין פין
רבינו זצ"ל
צווישען דע וואס האבן זיך ארימגעדרייט מיט די קראנקע מחשבות קען מען אריינרעכענען טייל פין די
דיינים
ביז ש. ה. פין מאנארוי וואס האט געשריבען די פאלטשע צוואה אז די רבי בעל דבריי יואל האט עם
ממנה געוועהן פאר רבי......
אויך זענען געוועהן פיל רביים וואס האבען געהאט א קאמפלעקס פין א גרויסען סאטמער מורהאבענדיק
אז עס וועט שאטען זייער רבי ביזנעס
מיין שאלה איז צי די אלע שיינע יודען וואס זענען יעצט
מספיד דעם רבין בקול בוכים, עטץ זענטץ פאלטשע מענטשען !!!
פארוואס האט מען די אלע ירען נישט געהערט פין ענק אפילו א דממה דקה ווען מהאט שופך דם געווהען
רבינו זצל
וויא זעננט עטץ אלע געוועהן ווען מהאט שופך דם געוועהן דעם רבין?
וויא זענען געוועהן אינזערע דיינים ווען זיי האבען געזעהן וויא מרודפט דעם רבי , אין פארוואס
זענען זיי אפילו איינמאל נישט ארויס געקינמען מיט א מחאה א קעגען די שפיכת דמו של רבינו הקדוש????
פלוצלום ווען זיי האבען א שטיקעל האפענונג אז זיי וועלען שטעלען א קליינען רבילע אין סאטמער
וואס וועט זיי נישט זיין קיין קאמפעטישען וד"ל קימען זיי אלע מיט זייערע פאלטשע טרערען
דאס איז שקר
אין די וואס האבען בחייו מצער געוועהן דעם רבין אין אויך די וואס האבען זיך אלע יארען נישט
אנגענומען פאר זיין כבוד האבען קיין שום רעכט עם מספיד צי זיין......
 |
|
|