קאמענט #1 אויף דעם קאמענט ליין: (א אינגערמאן פון בארא פארק)
העלא דאס איז.....
לאמיך אייך זאגן
דער טעיפ איז
unbelievingly gorgeous
איך האב נישט גיגלייבט אז 4 אזעלעכע ניגונים קענען זיין
exciting
אבער סאיז
beautiful
לאמיך אייך זאגן
איך וועל געבן
details
ווען איר וועט זיין אין אפיס און וועלן רעדן צו מיך.
א גוטן.
נשלח ב-16/5/2006 19:05
נאך איידער כקום אן צום אויספירליכען אנאליז בלי"נ, מוז מען קאמפלימענטירן די ארויסגעבער (ביניהם אונזער ידיד ר' חיים
יצחק) פאר אן אויסערגעווענליכער מייסטערהאפטע ארבעט, סאיז טאקע בלויז פיר ניגונים אבער סאיז מעט הכמות ורב האיכות, א
העכסט געלונגענער חסידישע טעיפ אויף גאר א הויכן שטאפל פון פראפעשענעליזם
אז איר ווילט אמתע חסידישע ניגונים הערליך צאמגעשטעלט ממש צו פערפעקשן, דאן טראכט נישט קיין צוויי מאל, שבחין אסדר
וועט אייך נישט אנטוישן
(קריטיק - בקרוב אי"ה..)
נשלח ב-16/5/2006 19:27
אונטערן רושם פון די נייע טעיפ שבחין אסדר (אן אנאליז וועט האפענטליך נאכפאלגן) וויל איך
אנמערקן אויף זייער א אינטערסאנטע פרט פון די באבובע קה רבון עלם. (כמדומה אז איך האב עס שוין
אמאל געהערט).
איך וועל זינגען די ניגון אזויווי די טעיפ: עירין קדישין ובני אנשא, ובני אנשא... חיות ברא...
חיות ברא... ועופי שמיא... חיות ברא... חיות ברא...
די לעצטע צוויי חיות ברא'ס איז די זעלבע תנועה וואס כלל ישראל זאגט ביי סליחות די ווערטער:
ושם נאמר. אדער, ויקרא בשם ה'...
האט איר שוין געהערט דערפון? שטאמט יענע תנועה אויך פון באבוב?
נשלח ב-18/5/2006 23:03
קאמענט #2 א גישעפטס מאן אין בארא פארק
וואס עפעס נאר 4 ניגונים?
תשובה: זיי זענען לאנגע ניגונים.
אה, OK
תוקן על ידי - happyjew - 18/05/2006 23:05:19
נשלח ב-18/5/2006 23:15
קאמענט #3 א פרוי פון בארא פארק
איך בין זייער ברוגז אויף אייך
איך האב דאס גיהערט ל"ג בעומר און ס'איז אזוי שיין אז איך ווייס נישט ווי אזוי זיך צו באהערשן צו ווארטן יעצט ביז די
שלושת ימי הגבלה דאס צו קענן הערן נאכאמאל!
נשלח ב-18/5/2006 23:29
קאמענט #4
אן עלטערע איד פון ווילימסבארג האט גערופן און שיין משבח געווען דעם טעיפ.
ארום גערעט וועגן די בעל מחברים פון די נגונים און נאך.
נשלח ב-19/5/2006 19:57
קאמענט #5
"איך האב יעצט גיקויפט דעם טעיפ שבחין אסדר
ווייל איך האב ליב די אלטע באבובער ניגונים
אבער ס'איז נאר דא 4 נגונים און מ'נעמט
full price
?!"
נשלח ב-19/5/2006 23:00
very nice job happy ! sounds great !
נשלח ב-25/5/2006 19:47
קאמענט #6
איך האב גיהערט שבחין אסדר
ס'איז א מייסטער שיינע ארבעט
ס'איז דא זייער אסאך שיינע זאכן...
נשלח ב-29/5/2006 02:02
קאמענט #7 א אינגלע
העלא ח.י.
איך האב זייער הנאה פון דער נייע טעיפ שבחין אסדר
דא קענסטו הערן
(ער שפילט אריין א שטיקל פון לא תחמוד!)
קאמענט #8
א חשובער יונגערמאן פון סאטמער
"איך גידענק נישט די לעצטע מאל איך האב גיהערט אזא שיינע טעיפ.
איך האב אלעמאל געוויסט אז דער וועלט זינג נישט ריכטיג קה ריבון
א מחי' צו הערן דעם ריכטיגן וועג..."
נשלח ב-9/6/2006 01:22
as soon as i see comment # 15 , i am buying the tape.
נשלח ב-11/6/2006 22:55
קאמענט #9 can't say who
and the whole oylam just sat there"
and listened to it for a half an hour. I think
you did an unbelievable job
and I think I am one of the few that truly appreciate
the 'koyches' that went into this recording. it is
" a shining example of your work.