| נשלח ב-12/5/2006 17:23 |
|
| |
ברעקינג: ב"פ עיקול קעגן ארוינים
אבן המשפט פון מאנסי האט געגעבען אן עיקול קעגען ר' אהרן וועלץ שליט"א אויפען פארלאנג פונעם באורד, צוזאמען מיט א רשות בית דין דאס מחזק צו זיין אין ערכאות.
תוקן על ידי - האטבטחון - 12/05/2006 18:08:42
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 17:28 |
|
| |
לאמיר הערן
ווער זענען די באורד? ווייז א קאפי פונעם עיקול, וואס איז די טענה? וואס זענען אונזערע שאנסען? וואס זענען זייערע שאנסען?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 17:42 |
|
| |
כא, כא, כא,    אונזערע דריי דיינים, הרה"צ רבי משה פריעדמאן שליט"א, דומ"צ סאטמאר בארא פארק, הרה"צ רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א, דומ"צ סאטמאר 53 סטריט, און הרה"צ רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א, דומ"צ סאטמאר 15טע עוועניו, האבן נארוואס אראפ גענומען דעם עיקול, מיט די טענה אז אויב האבן זיי טענות, דארפן זיי קומען צו דין תורה נאר צו זיי, וואס זיי זענען די דייני הקהלה, און נאר זיי פארשטייען די תהלוכות הקהלה,
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 17:55 |
|
| |
יענקעלע איך קען נישט סטאפען לאכען 
וואס איז די אמת? וואס גייט פאר דארט ביי ענק? דריי דיך נישט ארויס! בלייב מיט אונז ווילאנג אונז וועל מיר עס אויספייטען keep us posted
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 18:03 |
|
| |
ביי אונז אין די קרעטשמע, לאכט מען א הילכיגער גוטס.
יעצט וועט דער פרעזידענט ר' בערל פריעדמאן נעמען א הזמנה ועיקול פון מכון להוראה, קעגן די מוסרים ומסרבים לדין, מיט א רשות דאס מחזק צו זיין און ערכאות.
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 18:16 |
|
| |
עס איז נישט מכון להוראה, עס איז אבן משפט(?.)
איך פארשטיי נישט.
1) חיים פר"מ איז נישט קיין תובע, אבער באקומט די רעכט צו בעלות?
2) ווער איז אין די הנהלה אויסער שווימער?, פארוואס האבן זיי נישט אינטערגעשריבן?.
3) וואס פארא כח האט א וועד הורים, ווער האט זיי געשטעלט, און קענן זיי זיך מישן אין די ווערטשאפט?
4) וואס הייסט בשם ההורים? האט מען געפרעגט די טאטעס?.
5) גייט אייביג אזוי אז מיט עיקול קומט שוין א היתר עס צו מחזק זיין בערכאותת אפילו דער בעל דין איז נישט מוחזק אלס איינער וואס איז נישט ציית לדינא?
איך האף און איך גלייב אז ר' אהרן וועט זיך שטעלן לדין (ע"פ הוראת הדומ"צ שם) נישט ווי די מסרבים לדין דא אין וומ"ס ויקוב הדין את ההר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:15 |
|
| |
מיין מיינונג איז אז זייער אויג איז אויפן "קאורט", ס'הייבט זיך נאר אן מיט א עיקול, אבער זייערע פלענער זענען צו באזייטיגן ר' אהרן וועלץ דורכן "קאורט", עס מוז אזוי זיין, ווייל מיט א בי"ד זעה איך נישט ווי אזוי זיי זאלן ערגעץ אנקומען, פשוט ווייל מ'גיימיר טון פונקטליך דאס וואס זיי האבן געטאן אין וומ"ס, באקומען א היתר פון אונזערע דיינים, און אז דער רבי (ר' אהרן) איז בעה"ב, און דער רבי האט שוין פון לאנג ענק אלע ארויסגעווארפן, שטעלטס ענק אויפן קאפ, אונז האמיר זיך גוט אויסגעלערנט.
חוץ טאמער זיי ווילן טאקע דן זיין ביים בי"ד צו ר' אהרן איז טאקע רבי, אויב יא, זאג איך זיי BRING IT ON!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 19:47 |
|
| |
עמערדזשענסי רוף !!!!!
ווער איז דער בית דין שער המשפט ??
וואס איז דער טעלעפאן נאמבער ???
איך האב דא יעצט אויפן טעלעפאן ליין, א גרופע עלטערן פון קינדער אין UTA פון וויליאמסבורג (א ועד ההורים בשם ההורים) וואס ווילן רופן צו דין תורה חיים יצחק מאנדעל (וכל הנספחים עמו).
כאפטס אריין א וואדקע
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:16 |
|
| |
דער עיקול איז גע'חתמ'ט דורך א דיין משה שלמה גביוף.
ווער איז דער דיין, א היימישער, ער קען די תהלוכות הקהלה ?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:17 |
|
| |
ערענסט גערעדט !
איך פארשטיי נישט, קודם כל, ווער איז דער בית דין אבן המשפט?, איז דאס א היימישער ערענסטער בית דין אבער אזוי ווי דער וויליאמסבורגער פורים בית דין, איך האב פון זיי קיינמאל נישט געהערט,
צווייטענס, ווי איך פארשטיי איז דא א סכסוך אין בארא פארק ווער עס איס דער באארד, מענדל שווימער און חיים פריעדמאן טענה'ען אז זיי זענען דער באארד, ר' אהרן וועלץ און דער רב פון די קהלה רבי דוב בעריש מייזליש שליט"א טענה'ען, אז זיי זענען "נישט" דער באארד, און אז ר' אהרן וועלץ איז נישט בארעכטיגט צו נעמען פון זיי קיין שום ארדערס, נאר אויסשליסלעך פון די יעצטיגי חברי ההנהלה, אלזא, האבן זיי מחליט געווען צו שיקן א הזמנה לדין כדרכה של תורה, זייער פיין און זייער וואויל, אבער וואס איז דער עיקול?, האבן זיי שוין מחליט געווען אז חיים פריעדמאן מיט מענדל שוויממער זענען "יא" די ריכטיגע בעלי בתים?, ס'איז דאך קלאר אז "על זה אנו דנים", לויט דעם עיקול האט ר' אהרן וועלץ דריי ברירות, וואס קיין איינס איז נישט אויסגעהאלטן,
איינס, פאלגן דעם עיקול, און אנפייפן דער מרא דאתרא, דעם רב הקהלה, וואס זאגט אז ער זאל נישט הארכן די אלטע געוועזענע הנהלה, צוויי, פאלגן דעם רב הקהלה, און אנפייפן דעם עיקול, וואס איז נישט ריכטיג, און בניגוד להלכה, דריי, אפשפארן די מוסדות, נישט באצאלען קיין שכירות פאר קיינעם, און ווארטן ביז נאך די דין תורה...
און בכלל וואס הייסט א היתר לילך לערכאות מחזק צו זיין דעם עיקול, ווען זיי זענען שוין אינדרויסן עטלעכע יאר, וואס איז דער עמערדזשענסי, אז מען דארף דיין לערכאות מחזק זיין דעם עיקול,
און וואס איז דאס וועד ההורים?, ווער האט זיי געשטעלט?, וויאזוי קענען זיי רעדן אין מיין נאמען?, קענען די אהרונים מאכן א וועד ההורים, און באשליסן פארקערט?,
עפעס איז דא פישי ! ! !, קען מיר דאס איינער מסביר זיין???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:24 |
|
| |
מזעט בחוש די אפענע סיעתא דשמיא פון הייליגן רבין זי"ע אז די מינוט וואס הרה"ג ר' אהרן הייבט זיך אן צו רופן סאטמארע רבי, קומט גלייך ארויס זיין אפענער פרצוף! אלע יארן האבן די אהרונים געשריגן דין תורה דין תורה, די מינוט וואס איינער רופט זיי צו דין תורה הייבט אן ארויפצוקומען זייער עכטע פרצוף! די אהרונים האלטן נישט ביים גיין צו דין תורה!!!!!! געענדיגט מיט די לאנגע בלאפערייען און ליגנערייען, ענק ווילן נישט קיין דין תורה נאר קאורט!
(דברי זלזול קעגן רבנים איז שטרענג פארבאטן)
תוקן על ידי - כל_העולם - 12/05/2006 21:59:23
|
|
|
|
|