|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:29 |
|
| |
יענקעלע מאך דיך נישט תאמעוואטע. דו ווייסט זייער גוט אז אהרן וועלץ האלט נישט ביים גיין
צו די"ת, און אז ביי ר' אהרן טייטלבוים איז קיין דין תורה קיינמאל נישט עקזיסטירט! אן
די סטראשע פון ערכאות קען מען פארגעסן אפילו פון א ענטפער פון דעם גזלן און גנב! און וועגן
די עיקול, וואס איז עס אנדערש ווי יעדע עיקול? אהרן וועלץ קען נישט ווארטן א וואך? וועט ער
באצאלן די איינגעשטעלטע א וואך שפעטער, וועט ער נישט קענען גנבנען א וואך פאר זיך
די געשוואלענע געלטער, איז וואס? אויב איז ער ממש טשאוקד, זאל ער שוין זונטיג אנקאלן
מאכן א צייט ווען ער קומט צו די"ת און די בי"ד וועט אים זיכער לאזן פירן ווייטער
ביזדערווייל!!!!
תוקן על ידי - wassa_dif - 12/05/2006 21:42:56
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:34 |
|
| |
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
[דאס האב איך באקומען אין אימעיל פון א חבר, וועלכער האט נישט דא קיין רשות כתיבה]
לדעתי העני',
די עצם טענות זענען אנדערש ווי די תביעה וואס קהל יטב לב האט געהאט קעגן די מוסרים/מסרבים לדין אין וויליאמסבורג,
אין קורצן: איינס איז א קהילה מיט מעמבערס, די אנדערע איז א מוסד מיט עלטערן, און איך ווייס נישט ווי שטארק עס קען זיין א "וועד ההורים" קעגן א מנהל המוסד.
אן אריינצוגיין אין די טענות. צי עס איז בכלל דא דארט א רוב פון עלטערן קעגן דעם מנהל, און צי רוב חברי ההנהלה זענען טאקע קעגן דעם מנהל, און אויב יא, וואספארא כח זיי האבן,
לאמיר פאר א מינוט אננעמען אז זיי האבן ערנסטע טענות, האלט איך אבער אז "עם עקש תתפתל" (איך האף אז כ'האב עס גוט געספעלט...) און מ'דארף מיט זיי זיך אומגיין אויף זייער שטייגער!
דער ענטפער דארף זיין אויף צוויי פראנטן, וואס ביידע האט מען מיך שוין דא אביסל אויסגעכאפט... קודם כל, אויב איז שוין יא דא א בית דין וואס איז גרייט זיך צו מישן, דעמאלט דארף די "וועד ההורים פון וויליאמסבורג" פארלאנגן אז זיי זאלן שיקן אן הזמנה פאר חיים יצחק מאנדל אדער הו-עווער ס'איז אין טשארזזש אין 82 לי עוועניו, (וואס זיי זענען זיכער "אויף פאפיר" פיל קלענערע בעלים אויפן מוסד ווי ר' אהרן וועלץ אין בארא פארק) און לאמיר זען וואס ס'וועט זיך פון דעם אויסלאזן מיט יענעם הזמנה ועיקול.
דער אמת איז אבער, אז יעדער פארשטייט אז די חברה מיינען נישט די זופ נאר די קניידלעך... די חברה ווילן באמת אנקומען אין קאורט, סאו, דארף מען בכל אופן זען אז זיי זאלן דאס נישט קענען באווייזן, נאר יא מסכים זיין צו גיין צו דין תורה אפילו ביי דעם בית דין אין מאנסי. (פארשטייט זיך, אז אויב דער בית דין וועט נישט וועלן שיקן א הזמנה אויפן פארלאנג פון די וועד ההורים אין וויליאמסבורג, דעמאלט וועלן זיי דאך האבן גענומען א שטעלונג אין די קעיס, און ס'האט נישט קיין זין צו גיין זיך מתדיין זיין ביי זיי) אדער ביי זבל"א,
די טענה פון ר' אהרן וועלץ ביי א דין תורה, דארף זיין אזוי: אלעס וואס ער טוט, רעדט ער זיך אדורך מיט כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וואס דער מוסד שטייט אונטער זיין נשיאות, און אז דאס איז געווען די צוואה פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, אז רבינו שליט"א זאל זיין דער נשיא המוסדות וכו' וכו' וכו' וכו'
האפנטליך וועט דאס אריינציען די די"ת איבער די טענה, "ווער עס איז דאס כ"ק אדמו"ר שליט"א?"??? אזוי וועט האפנטליך דער גאנצער סכסוך איבער דאס רבנות וכו' אנקומען צו א דין תורה, און זאל מען דארט ארומרעדן וועגן זייער א.ג. צוואה, (וואס אפילו דארט שטייט נישט קיין ווארט אז דער סיגוטער זאל זיין בעה"ב אין בארא פארק!!!) און אפשר אולי ואולי וועט עס ווערן געשליכטעט ביי א דין תורה, והכל על מקומו יבא בשלום.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 20:55 |
|
| |
איך פארשטיי נישט, נאווארדאק בית דין איז נישט גיט געווען ווייל זיי זענען נישט קיין היימישע, וו.צ.ב. זיי נוצען נישט קיין התאחדות צוקער פסח וכו' וכדומ', משה גביוף ניצט יא התאחדות צוקער פסח???
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 21:10 |
|
| |
איך פארשטיי נישט וואס מען טענה'עט דא
ר' משה גביוף אז א איד א תלמיד חכם, אבער נאך א גרעסערער תמים
די זאליס האבן אים פארקויפט א קינד אין בויך
די עיקול איז שוין לאנג אראפ
עס וועט זיין דא צו באקומען מוצאי שבת קודש
אבער די הזמנה וועט איר זעהן, ווי די זאליס וועלן צוריק צויען דערפון
ווארט נאר ווארט
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 21:29 |
|
| |
פאקטיש
איז דער בית דין פון דעם הרב גביוף געווען אין דינסט תשס'א, אויב יא פארוואס האט מען ביי זיי נישט גענומען א הזמנה פאר יעקל כהנא ??
ועוד
ווער טאקע איז דער הרב גביוף? א ליטווישער? אמעריקאנער? חסידישער?
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 22:08 |
|
| |
אין סאטמאר איז ששון ושמחה. דער עולם לאכט אין די פויסטן.
די גאנצע זאלי מערכה איז אומגעקומען על קידוש השם מיט די איין נארישן עיקול.
די נאווארדאקער בית דין איז מיטאמאל געווארן אן ערנסטער בית דין, און דער היתר לילך לערכאות איז מיטאמאל געווארן אן ערנסטער היתר.
די חברה האבן זיך געשאסן אין די פיס. זיי האבן לעגיטימיזירט אלע טענות פון סאטמאר, פון די לעצטע זיבן יאר, און געמאכט ללעג ולקלס אלע טענות פון די זאליס.
און די אינטערסאנטסטע זאך איז נאך, אז די שאנסן וואס זיי האבן צו געווינען ביי דין תורה אדער אין קאורט איז אפס, נול, זירא, נאדא, זילטש.
דאס איז וואס דער פסוק זאגט: געגעסן די פארשטונקענע פיש און פון שטאט ארויסגעווארפן.
לאמיר זיך אלע באדאנקען פאר די חמורים, פאר'ן אונז העלפן אין אונזער קעיס אין וויליאמסבורג.
תוקן על ידי - גוטזאגער - 12/05/2006 22:12:06
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 22:30 |
|
| |
אבן המשפט איז א בי"ד אין מאנסי
די דיינים זענען בעיקר
ר' אלכסנדר גראס ראב"ד
ר' דניאל געלדצעהלער
ר' משה גביוף -
ר' משה, וואס איז אויך מזכיר, זיין דיינינג רום איז די אפיס פון בי"ד
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 22:35 |
|
| |
די בי"ד איז גראדע א היימישע אנגענומענע בי"ד
נאר אזויפיל
אלע פון זיי, זענען נישט פון די שארפסטע קעפ
א מולטי מיליאן דאלער'דיגע קאפליצירטע דין תורה, וואלט איך נישט געהאלטן באלאנגט דארט
ר' משה גביוף, איז א חצי אשכנזי'שער, חצי' ליטוויש, חצי סלאנימער איד [אויב וויי, דריי מאל
חצי האלט איך שוין ביי אנדער האלבן]
מער פרטים, וואסערע שקרים די זאליס האבן אים פארקויפט און די ביטול העיקול נאך שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 23:02 |
|
| |
חצי אשכנזי'שער, חצי' ליטוויש, חצי סלאנימער
חצי איד, חצי יהודי, חצי עברי
חצי ספרדיש, חצי תימניש, חצי מיטל מזרח אפשטאמיגער
תוקן על ידי - FAIRD - 12/05/2006 23:04:18
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2006 01:16 |
|
| |
דער בריוו איז מלא סתירות, כ'האב שוין געזעהן צענדליגע בית דין בריוון, קודם שיקט מען אן הזמנה, אויב מ'קומט נישט שיקט מען נאך אן הזמנה, און אויב מ'קומט נישט ביים צווייטן הזמנה, דאן שיקט דער בית דין א שטרענגע הזמנה אז זיי וועלן לאזן מעכל זיין בערכאות. כ'האב שוין מיטגעהאלטן הונדערטער דין תורות. ווער דענקט אנדערש און האט א בריוו פון סיי וועלכע בית דין, א הזמנה א' וואס שטייט דערויף א היתר מעכל צו זיין זאל ביטע פאוסטן. און בכלל האב איך א קשיא, וואס וואלט דער בית געטוהן ווען די זאליס וואלטן שוין געגאנגן היינט צופרי מעכל זיין בערכאות, און דערנאך קומט ר' אהרן וועלץ הי"ו און זאגט אז ער וויל זיך שטעלן לדין תורה, וויאזוי וואלטן די דיינים תשובה געטוהן אויף דעם גרויסן חילול השם פון מייקר זיין שם אלילים, ס'גייט מיר נישט און קאפ אריין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-13/5/2006 01:37 |
|
| |
ארגינעלער
גראדע גיבן יא בתי דינים גאנץ גרינג רשות מעקל זיין מיט א TRO, נישט צו פארקויפן אדער
איבערשרייבן נכסים
און אויך געבן א צייטווייליגע עיקול נישט צו שרייבן טשעקס, אויב רעדט מען פון א סכסוך וואס
האט אויסגעבראכן פון איין טאג אויפן צווייטן איז אויך א אפטע ערשיינונג
דא אבער, האט דער בית דין געגעבן ביידע זאכן, וואס כשלעצמו, וואלט עס געווען גאנץ נארמאל, זיי
האבן נאר געשריבן א לישנא דמשתמע לתרי אנפין - בעסער געזאגט אויף הונדערט וועגן- אבער הרב
גביוף טענה'עט אז ער האט נאר געגעבן א עיקול בדין תורה אויף שרייבן טשעקס, און רשות צו לייגן
א TRO נישט צו פארקויפן נכסים
עס איז דא א דריטע בריוו, וואס איז נאך נישטא אויפן פארק דא, ווי ער נעמט אראפ דעם פארבאט צו
שרייבן טשעקס און בכלל פירן די טאג טעגליכע ווערטשאפט נאכן געוואור ווערן אז די זאלישלך זענען
שוין אינדרויסן עטליכע יאר
דער בריוו וועט אי"ה ארויף געלייגט נאך שבת, אויב עס וועט נישט ווערן ארויף געלייגט דורך א
צוייטן פריער
און די רשות פאר א TRO נישט איבער צו שרייבן נכסים איז שוין דא די צווייטע צעטל וואס שטייט
קלאר אז זיי מעגן נישט ביז נאך די זיצונג נעקסטע וואך
סך הכל בלייבט אן הזמנה צו דין תורה
און פון די הזמנה וועלן די זאלישלך זוכן צו אנטלויפן, אדרבה ווארט נאך ווארט, מיר וועלן נאך
הערן וואסערע ציוני דער הרב גביוף איז
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 17:55 |
|
| |
דאס האב איך טאקע געמיינט, נאר ווען ס'איז א פלוצים'דיגע פייט, דאן גיבט דער בית דין גראד רשות, און געווענליך זעהט מען שוין פונעם תוכן ההזמנה שוין אז ס'איז דא א סיבה פארוואס צו לאזן מעקל זיין בערכאות, אבער דא איז עס סתם א פאשקעוויל, אדער בעסער געזאגט ס'איז נישט קיין "הזמנה" נאר א "פסק". (בדרך אגב האב איך פריער געשריבן עיקול מיט א כ', כ'בין געווען און א שטארקע געיעג ס'איז געווען א שעה פאר'ן זמן)
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 18:11 |
|
| |
פאקטיש'ל ווי איז דיין צעטיל?? מזעהט שוין ס'איז ליגענט וואס די פארקויפסט דא
|
|
|
|
| נשלח ב-14/5/2006 19:43 |
|
| |
נא! וואס טוט זיך דארט איז דא עפעס נייעס?
פארוואס האלט מען דא און איין זאגען אז זיי זענען געבליבן אן א עיקול בלויז מיט א בזמנה? האט די בי"ד צוריקגעצויגען פון די עיקול?
|
|
|
|
|