ברוך דיין האמת
מיט א צובראכן געמיט, האט מען אויפגענומען די טרויערדיגע בשורה, אז הגה"צ רבי צבי הירש ראזענבוים זצוק"ל, האט צוריק געגעבן נשמתו ליוצרו, אוי לדור שכך עלתה בימיו, פון די עלטסטע זקני הצדיקים, א איד וואס האט געאטעמט א צווייטן איד, הונדערטער נדחי ישראל האבן זיך צוריק געקערט צו זייער פאטער אין הימל א דאנק זיין פאטערליכע ליבשאפט צו יעדן איד, איז דאך דאס אוודאי א גרויס צער און ווייטאג פאר כלל ישראל, גאט זאל זיך שוין אויף אונז דערבארעמען, און ס'זאל שוין מקוים ווערן דער פסוק ובלע המות לנצח ומחה ה' דמעה מעל כל פנים, ובא לציון גואל במהרה בימינו אמן.
|
|