בית פורומים כל העולם כולו

רח"ד כ"ץ אויפגעזאגט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-14/5/2006 17:07 לינק ישיר 
רח"ד כ"ץ אויפגעזאגט

קהל יטב לב אין בארא פארק האט שוין עמטליך אויפגעזאגט רח"ד כ"ץ פון דיינות.

היינט איז ער געקומען אין שול מיט אפאר בוליס זיך צו שלאגן. פרטים וועלן נאכפאלגן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 17:33 לינק ישיר 

קהל יטב לב אין בארא פארק האט נעכטן נאכט געשיקט א בריוו פאר רח"ד כ"ץ אז ער איז אויפגעזאגט פון דיינות.

און ער זאל נישט אריין טרעטן און ביהמ"ד

יעדע טאג ציפרי לערנט ער פאר א שיעור מ'האט אוועק גענומען זיין טיש מיט די מייק ווי ער פלעגט פאר לערנען

היינט איז ער געקומען אין שול מיט אפאר בוליס זיך צו שלאגן

ער האט זיך געזצט פאר לערנען ביי א טיש

ס'איז געווארן א רידעריי קהל האט געזאגט פאר יעדעם דארט קיינער זאל גארנישט טון די פאר בוליס פון רח"ד כץ ווילען ס'זאל ווערן א געשלעג

און קהל וועט ערלעדיגן ער זאל מער נישט קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 17:36 לינק ישיר 

כ'הער זאגן אז די סיבה פארוואס פונקט יעצט נעמט מען זיך שוין צו זיינע ביינער, איז דערפאר ווייל שניאור קליין וועלכע פירט אן מיט די דין תורה, זיצט ביי ר' חיים דוד הונדערטער שעות און זיי האבן אויך אנדערע ראיות אז ר' חיים דוד שטייט אונטער די דין תורה פרשה.
ווער ס'האט מער פרטים, אדער א קאפי פונעם בריוו וואס מ'האט אים געשיקט, זאל עס ארויפלייגן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/5/2006 18:47 לינק ישיר 

מען האט עיהם נישט אויפגעזאגט
 נאר עיהם געבעטען אז למען השלום זאל ער זיך אליין אויפזאגען טאמער ער קען זיך נישט אינטערווארפען אינטערען רבין שליט"א וואס דער ב"פ קהלה האט שוין פין פריער מקבל מרות געווען 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 22:36 לינק ישיר 

ער איז אן אנדרייער און א העצער. ער שטייט אונטער די גאנצע פלאן צו גיין אין קאורט קעגן די בארא פארקער מוסדות.

זאל ער גיין צו אלע גוטע רוחות.

דער שוטה האט פארדינט צענדליגער טויזנטער דאלאר א יאר פון די בארא פארקער מוסדות, פאר'ן זיין משגיח אין בוטשער, אבער ווען מען האט אים געבעטן ער זאל זיך צושטעלן צו די קהלה, האט ער נאר געוואלט וויסן פון די געהאלט וואס ער באקומט פון וויליאמסבורג. יעצט וועט ער פארלירן דעם ריזיגן וועידזש פון בארא פארק (וואס ער האט סייווי קיינמאל נישט געדענקט), און פארלירן זיין שיינעם פנים אין בית המדרש.

האט איר שוין געזען אמאל אזא בעיבי? ער ווייסט אז ער איז אויפגעזאגט און קיינער דארף אים נישט אין דעם בית המדרש, אבער ער קומט אין שוהל מיט גארדס, כדי צו ווייזן אז ער קען ווייטער פארלערנען זיין שיעור, כאטש ער איז אויפגעזאגט.

ר' חיים דוד, יעצט קוק זיך צו וויאזוי עמיצער אנדערש נעמט איבער דיין רעספעקטפולע דיינות פאזיציע, און וויין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/5/2006 23:48 לינק ישיר 

ר' חיים דוד כ"ץ האט געגעבען פרייטאג אן היתר פאר שניאור קליין אז ער מעג רופן די מודות הקדושים אין בארא פארק אין קארט אן א היתר בית דין.

גענוג מיט דעם העצער און אונטער ברעכער הר' כ"ץ זאל ער זיך גיין ווי די אויגן טראגן אים. תוקן על ידי - wassa_dif - 15/05/2006 0:38:52



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/5/2006 23:57 לינק ישיר 

ר' זלמן לייב פילאפ פלעגט פארלערנען יעדן זונטאג אין בית המדרש הגדול ד'סאטמאר, בארא פארק. היינט האט מען אים געלאזט וויסן אז ער דארף מער נישט קומען.

קהל האט ארויסגעשטעלט א צעטל אז פון די וואך און ווייטער וועט פילאפ פארלערנען אין די 11'טע עוועניו לעכל פון די סיגעטער.

שיקטס אלע סיגעטע קיין סיגעט...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 00:03 לינק ישיר 

אגב דארף מען באטאנען אז קהל האט נאכנישט געוואלט מסלק זיין ר' חיים דוד'ן. מען האט עס געוואלט טאן איבערגעטראכט, און נישט געכאפט.

אבער אזוי ווי עס זענען געקומען קלארע עדות און באווייזן אז ער פירט אן די דורכגעפאלענע מערכה צו צוברעכן די מוסדות האט מען אים געשיקט לופטערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 01:22 לינק ישיר 


ווייסט איינער וועם מען וועט אויפנעמען במקומו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 01:34 לינק ישיר 

הרה''ץ הגאון רבי ז''ל מייזליש




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 02:55 לינק ישיר 

די פלענער זענען פונקט ווי אין וויליאמסבורג !

מען וועט אויפשטעלן א בית הוראה מיט א טוץ פון צענדליגער דיינים, לתפארת רבותינו הקדושים, זי"ע.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 03:18 לינק ישיר 

ר' זלמן לייב פילאפף איז פונדעסטוועגן געקומען, אין איינער שווארץ האט אים געשלעפט א טיש ווייל מ'האט אוועקגענומען די מייק.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2006 03:23 לינק ישיר 

צוליב דעם וואס ר' חיים דוד כץ זעהט אז ס'קומט זיין סוף, איז היינט פארגעקומען א דרינגענדע זיצונג ביים סיגעטער אינדערהיים, צוזאמען מיט די זעלבסט געקרוינטע ראשי קהלה וואלף ווערצבערגער, חיים אהרן פלאהר און יעקב גרינפעלד און זיך געבעטן ביים סיגעטער זאל זעהן צוצושטעלן עפעס א בנין פאר ר' חיים דוד, זיי רעדן זיך איין אז דער סיגעטער וועט זיי געבן א ניקל.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/5/2006 21:52 לינק ישיר 

די זאליס מאכן אנשטעל כאילו מ'טעראריזירט ר' חיים דוד'ן ווייל ער איז א זאלי, פונקט פארקערט ער טעראריזירט אונז ער טעראריזירט די קהלה מיטן רב, קיינער איז נישט געגאנגען צו איהם אין שטוב טשעפען, קיינער טשעפעט איהם נישט אויב ער קומט אין ביהמ"ד פונקט ווי עני זאלי, מ'האט נאך קיינמאל נישט געגעבן קיין קראץ סיי וועלעכער זאלי אין בארא פארק, יעדער קען טוהן וואס ער וויל.

ער איז דער טעראריסט, ער פרובירט מיט טעראר זיך ארויפצווינגן מיט געוואלד צו זיין דיין אויף א קהלה ווי ער וויל נישט מקבל מרות זיין פונעם רבי'ן, נאכמער, ווען עס וואלט געווען בלויז די אישו פון "מקבל מרות" אפשר החרשתי, אבער געוואלד און געשריגן! ער ארבעט גאר קעגן אונזער קהלה, קעגן אונזער רב, קעגן אונזער רבי'ן, עס איז נישט מעגליך זאל ארבעטן, פונקט ווי קיינעם פאלט נישט ביי צו אויפנעמען א סאטמארע חסיד וואס לאכט פון קלויזענבורגער רבי און גייט אין קארט קעגן קלויזענבורגע רבי, זאל ווערן דיין אין קלויזענבורג.

עס איז פשוט נישט לאגיש!! עס קען נישט ארבעטן!!!

טייערע רח"ד, איר זענט א וואוילער איד א תלמיד חכם, אבער ביטע לאזט אונז במנוחה, לאזט אונז זיין בשלום ושלוה!! האטס רחמנות אויף אונז!!! אויב איר האלט אז ר' זלמן לייב איז סאטמארע רבי, זיי דארט א דיין, אבער צווינגט אייך נישט ארויף אויף אונז. און נאך דערצו אונז באגראבן, מיט עיקול'ס און TRO'ס!!!

גענוג מיט די טעראר!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 22:05 לינק ישיר 

באראש: הר' חיים דוד כ"ץ דער געוועזנער דיין פון די סאטמאר קהלה אין ב"פ, איז היינט אנגעקומען אין 53, האט ער געטראפן אז זיין שטיבל וואס ער פלעגט ניצן פאר זיין אפיס און אפטאן דארט אלע שקצ'עריי קעגן די קהלה, און אויך פאר סתם שאלות, איז היינט געווען אינגאנצען צונימען. אויך זענען געווען אנגעגרייט גארדס אז טאמער ער וועט קומען מיט שלעגערס וואס וועלן פרובירן מאכן שאדן אדער אומריען אין ביהמ"ד זאל מען זיי אומשעדליך מאכן, הר' חיים דוד האט געזעהן די צרה איז ער אריין געלאפן אין די בעסמענט פון א שכן און דארט געזיצען. די קהלה האט אים שוין פרעזענדליך געמאלדן פאריגע וואך אז ער איז אויפגעזאגט פון דיינות פון די קהלה, ווייל ער האט זיך צוגעשטעלט צו די מהרסי הקהלה, און דאס איז נאדכעם וואס מען האט אים געבען 2 וואכן צייט צו געבן תשובה ווואס ער וויל טוען. ר' חיים דוד האט היינט ווען די קהלה האט אים נאכמאל אנגערופען און אים געבעטן אז ער זאל גיין מיט שיינעם, און ער זאל נישט מאכן קיין איבערקערנישען, עס וועט ממילא נישט ארבעטן, מען האט אים געאפערט אויך אפטריט געלט 20 טויזנט דאללער. האט ער געזאגט רבינו זצ"ל האט מיך אויפגענומען דא אלס דיין און קיינער קען מיך נישט אפזאגן, איך וועל בלייבן דא מיט מסירת נפש, אבער אז מען וועט מיך מיט געוואלד ארויסטראגען מיט פעטש וועל איך נישט קיין ברירה האבן. עס קוקט אויס אז מען וועט מיזן ניצן פאר אים אן פייער עקסטיקלישער...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/5/2006 22:05 לינק ישיר 

באראש: די פאליציי אין בארא פארק האט נעכטן געווארענט די זאליס שישקעס אז די אהרונים זענען אינגאנצען בעל הבית אין בית המדרש, אין טאמער זיי וועלן רידערן אין בית המדרש אפילו נישט הייבן קיין האנט אדער צוברעכן וועט זיי די פאליציי ארויסטראגען פאר טרעסט פעסינג. היינט האבן זיי טאקע געלאזט טטעגן דעם ר' חיים דוד אליין קומען, און די שלעגערס האבן געציטערט מיט צו קומען מיט אים. אז ר' חיים דוד וויל גייין מיט מסירת נפש, זאל ער גיין זיצן אין תפיסה א נאכט מיט מסירת נפש אליין איך האלט נישט ביים מיט גיין, האט דער אינגערמאן שניצלער געזאגט היינט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רח"ד כ"ץ אויפגעזאגט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext