בית פורומים כל העולם כולו

מהומות אין בורו פארק סאטמאר 53

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/5/2006 05:12 לינק ישיר 

דער מעשה גייט אזוי, מ'האט געבעטן ר' זלמן לייב פילאפף אפאר מאל היינט ער זאל נישט קומען, ווען ער איז אנגעקומען קיין 53 האט מען אים געבעטן ער זאל גיין, למעשה איז ער דוקא אריין אין ביהמ'ד, מיט אנגעצינדענע נרות חנוכה, און פון דעם איז שוין געווארן פורים, די ליכט איז ארפאגעפאלן אויפ'ן שטענדער ס'האט זיך אנגעצינדן א שטיקל פייער, די חברה האבן געברענגט א פייער עקסטינגישער, און גערופן פייער לעשער ס'זענען אנגעקומען אפאר פייער לעשער אין מיט דעם האט זיך געענדיגט דער שיעור פאר היינט, און צום האפן אויף אייביג. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:27:05



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:12 לינק ישיר 

רז"ל פילאפ האט אנגעצינדן פיל מיט ליכט ליכט און ס'האט אויסגעבראכן א שריפה. איינער איז אריינגעקומען מיט א פייער עקסטינגווישער, און זיך גענומען שפריצן. דער סוף איז געווען אז רז"ל פילאפ, דער פורים רב, איז ארויסגעגאנגען פון דארט מיט א ווייסע בעקיטשע און א ווייסן הוט. ער האט זיך באקלאגט אז ער קען נישט אטעמען און הצלה איז געקומען. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:27:39



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 05:19 לינק ישיר 

א נייע סארט משוגעת. מען האט שוין געהערט אז א בעל הבית זאל פרובירן ארויסצווארפן זיין ארבעטער, און יענער זאל צוריקקומען מיט א בעיסבאל בעט און אנברעכן די ביינער פאר'ן באס. אבער אז רבנים זאלן זיך נעמען אזוי אויפפירן. דאס איז שוין א נייע שגעון. הרב כץ און הרב פילאפ פארשטייען נישט קיין אידיש? מען האט זיי געזאגט קום נישט. אבער זיי קומען צוריק, און נאכדערצו שווער באוואפנט און ארומגענומען מיט בוליס. תוקן על ידי - כל_העולם - 15/05/2006 5:28:24



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:23 לינק ישיר 

ר' זלמן לייב פילאף האט געפרעגט אויפן וועג אריין אין קאר די עלעקטרישן האט נאך אלץ נישט פאראכטן די לעקטער?  6 יאר צוריק איז געווען א ענליכע פראבלעם !



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:32 לינק ישיר 

עס מוז פארדאמט ווערן מיטן שארפסן דאס וואס עס איז היינט פארגעקומען, אלימות איז נישט קיין מיטל קעגן קיינעם, אפילו ווען יענער איז באמת א מחוצף מיטן קומען אויסדריקליך זיך רייצן, דערצו אין א מקום קדוש [שוין אפגערעדט פון די משוגעת פון לערנען מיט לעכט]. מיר האבן גענוג געהאט די לעצטע 25 יאר מיט די זאכן, מען דארף אריבערמישן דאס בלעטל. בפרט אז עס האט געברענגט א חילול ה', א חילול הקודש והמקדש, און האט צושטערט די גאנצע סדרי הביהמ"ד (וואס האט ר' אפרים שמעון געזינדיגט ?). עס איז זיכער דא אנדערע וועגן וויאזוי צו פארטרייבן אומגעוואונטשענע געסט (איין דוגמא: צושטעלן א אנדערן שיעור אויף יענעם פלאץ, אד"ג). תוקן על ידי - בא_ללמד - 15/05/2006 5:33:31



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 05:47 לינק ישיר 

בא_ללמד די ביסט גערעכט אבער שטעל דיך פאר די סאטמארע דיין פין בארא פארק ר' משה פריעדמאן זעצט זיך פארלערנן א שיעור אין ראדני אדער ר' הירצקא צוויבל וואס וואלטן זיי געטוהן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:49 לינק ישיר 

כ'האב יעצט געהערט פרישע אינפארמאציע, אז ר' זלמן לייב איז נישט אזוי שולדיג, ווייל ווען ער איז ארויס פון דער קאר אריינצוגיין אין 53 האט ער זיך געבעטן ביי די ליידיגייערס און שלעגערס אז ער וויל גיין צו 11טע עוו שול, אבער די שלעגערס און ראוזן בראש, האט אים גע'רודפ'ט אז ער זאל אריינגיין, און ער האט זיך געבעטן נאכאמאל און נאכאמאל. איז אויב ס'איז איינעמס שולד איז עס זייערס די בהמות און רשעים פון דער סיגעטער חדר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:51 לינק ישיר 

איך הער אז הרב ר' זלמן לייב שליט"א איז גארנישט שילדיג

זיינע מענטשן האבן עם געצוינגן ער האט נאכמיטאג געזאגט אז ער גייט נישט אין זיינע מענטשן האבן עם געזאגט אז ער מיז גיין



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 05:54 לינק ישיר 

אויב מ'דארף באשולדיגן איינעם אויף די בושות פון ר' זלמן לייב פילאפף איז עס דער פאריקטער מרדכי יעקב ראזון בן הרב אפרים און חיים אהרן פלאהר פון בארא פארק, וואס זיי האבן אים גע'רודפ'ט ער זאל יא קומען צו 53 אפילו ר' זלמן לייב האט נישט געוואלט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:55 לינק ישיר 

עס מיז זיין ווייל קיין איין רב וואלט נישט געקומען ספיציעל פארלערנען א געשלעגריי אין מאכן אזא ביטול תורה , ווער איז געקומען מיט אים ?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 05:57 לינק ישיר 

איך האלט נישטפין זיצען אין חוזק נאכן פין ר' זלמן ליב פילאפ שליט"א

ווי נישט ווי האט ער אסאך תורה געלערנט
אונזער וועג איז נישט זייער וועג,אין מיר האבן ד"א פאר ת"ח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 06:51 לינק ישיר 

עס איז היינט געווען א קהל'ס מיטינג, און מען האט אנגערופן רז"ל פילאפ און אים געבעטן מיט גרויס דרך ארץ אז ער זאל נישט קומען.

רזל"פ האט געבעטן אז יעדער ביי די מיטינג זאל זיך אידענטיפיצירן, און ווען עס איז געקומען צו די רייע פון משה שמואל פארקאש האט רזל"פ זיך אנגערופן אז ער קען אים נישט און האט געפרעגט וואו אלט ער איז, און צי ער איז א יונגערמאן.

בקיצור המעשה, רז"ל האט דערקלערט אז ער איז מסכים און וועט נישט קומען, און מען האט געמיינט אז אלעס איז געסעטלט, אבער ביינאכט האט ער זיך אנגערוקט מיט א גרופע בוליס (די זעלבע מעשה וואס איז געווען היינט צופרי מיט רח"ד כ"ץ).

פארשטייט זיך אז רז"ל איז ארויס פון די גאנצע מעשה מיט גרויסע בושות.

שולדיג פאר די בזיון התורה איז דער וואס האט איבערצייגט רז"ל אז ער זאל פייטן און יא קומען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 07:04 לינק ישיר 

שולדיג איז רז"ל פיפלף פאר זיך לאזן איבערצייגן און קומען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/5/2006 17:04 לינק ישיר 

היינט מאנטאג צופרי איז ר' חיים דוד געקומען אין ביהמ'ד און געזעהן ווי מ'האט געטוישט די שלאס פון ווייבער שול, ס'איז א מורא'דיגע שטארקע טיר און א שווערע שלאס און די ווילדע חיות האבן עס נישט געקענט צוברעכן, אבער למעשה האט מען פארגעסן צוצושפארן די אנדערע זייט פון די ווייבער שול (וואס מ'האט נעכטן געעפענט פאר די פייער דעפארטמענט). איז ער אריין פון די אנדערע זייט צו זיין שטוב אין ווייבער שול.
לאמיר האפן אונז וועל מיר האבן מער שכל מארגן און צושפארן אלע אריינגענג צוום ווייבער שול.
כ'האב נאר מורא אז ער וועט אריינקריכן דורכ'ן פענסטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/5/2006 18:05 לינק ישיר 

למעשה האט מען ב"ה נעכטן נאכט "ארויסגעשפריצט" דעם מתנחל און עקסטרעמיסט און העצער הר' זלמן לייב פילאפף פון סאטמאר ב"פ.

דער מתנחל איז געקומען זאגן זיין שיעור וואס יעדע וואך באשטייט עס פון דריי מענשטן, טראץ וואס קהל יטב לב דסאטמאר בארא פארק האט אים געבעטן בכתב ובל פה אין נאמען פון די קהלה הק', און אין נאמען פונעם רב הגה"צ רבי בעריש מייזליש שליט"א אז ער זאל נישט קומען, איז ער דאך געקומען ווייזן וואס ער קען, שאול פערלשטייין מיט ליפא קרויס זענען נעכטן נאכט אריבער צו אים פארן שיעור און אים געזאגט אז ער איז מחוייב אריבער צו גיין אין 53 און נישט אויפגעבען, און עס איז עת לעשות ה' הפירו תורתיך, זיי האבן איעם געזאגט ווילאנג די סאטמאטר חסידים וועלן אוזנ נישט צורו לאזן אין ווילי דארף מען גיין מאכן פרייליך ביי זיי און איבערדרייען זייערע בתי מדרשים, ער האט מקבל געווען מיט שמחה די פסק אוןו ווילן פון זיי און ויסעו ער פארט.

קודם איז ער אריין אין ביהמ"ד פארלערנען, האט מען די לעקטערס אויסגעלאשן, מען האט געהאפט אז דער מתנחל וועט אפטראגן מיט שיינעם, ווען ער וועט זעהן אז מען מיינט עס גאר ערנעסט.

דער מתנחל האט זיך נישט דערשראקן ער וועט ווייזן וואס ער קען איז ער אריין פארלערנען אין א זייטיג שטיבל מיט לעכט, (אזוי ווי ר' יוסף בראך האט געזאגט זיין שיעור אויפן בלעמער אין ראדני), און עס איז אויך געקומען מחזק זיין יושע לעפקאוויטש פנחס אלימלך ווייסמאן א בעלזער ראזן, פלאהר, ער האט געהאט א קנאקעדיגע 8 משוגעים מיט זיך.

די סאטמאר חסידים האבן געזעהן א מען ווערט נישט פטור פון דעם מתנחל און העצער, ער וויל דא מאכן בלויז איבערקערנישט און מחלוקת, האט מען גענומען א פייער עקסטיקלישער און באשפריצט הר' פילאפף פון קאפ ביז פיס, צוזאמען מיט זיינע משוגעים, עס איז געווען א מחזה הוד זעהנדיג ווי דער מחלוקת צינדער הר' פילאפף שפאצירט ארויס אנגעשפריצט ווייס אלע בגדים מיט זיין גרויסן ברייטער ביבער היט, היסענדיג שווער פון די לופט פון די פוידער, און עס לויפן אים נאך די אנדערע 8 משוגעים אנגעטאן מיט בגדי לבנים היסענדיג שווער, ער האט אפגעטראגען פון דארט מיט בושות און חרפות אזוי ווי עס פאסט פאר א מתנחל, עקסטרעמיסט, העצער, מחלוקת צינדער וכו'.

יעצט קען ער גיין צו זיין "סיין" בי"ד און שרייבן ריזיגע מחאות אדירות אז מען האט אים פאטריבען מיט בזיונות און נישט געלזאט מחלל זיין א מקום קדוש און מאכן איבערקערנישען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > מהומות אין בורו פארק סאטמאר 53
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.