ראו מה בין בני לבן חמי, מאנטשעסטער-בארא פארק
ראו מה בין בני לבן חמי,
מורא'דיג, מורא'דיג, איך שטיי און קלער, די זאלונים האבן לעצטענס שופך געווען זעמם וחמתם אויף הרה"צ רבי ישראל חיים האראוויץ שליט"א, פאר דעם געוואלדיגן חטא, וואס ער האט איבער געגעבן פארן ציבור, רצון קדשו פון רבינו הקדוש זי"ע הכ"מ, און מען רופט עם אן מיט די געפערלעכסטע לשונות של גנאי, וואס איך וויל נישטאמאל איבער זאגן,
האט דא יעצט פאסירט צוויי באזונדערע עפיזאדן, וואס פון דעם קען מען זען דעם כאראקטער פון אפאר ערליכע תלמידי חכמים, עטלעכע רבנים יראי השם, וואס זיי האלטן אז זיי טוהן כולו לשם שמים, וירא הקהל וישפוט, ווער פירט זיך ווי א ערליכער איד דארף זיך פירן, און ווער ווערט מיט געשלעפט אונעם פלייץ פון מחלוקת,
קודם וועלן מיר כאפן א שפאציר קיין מאנטשעסטער, ווי רבי ישראל חיים שליט"א איז מכהן אלץ מרא דאתרא, ער איז דער רב הקהלה, און אזוי ווי ער האט געהערט די צוואה מפורש יוצא מפי כהן הגדול, ער איז דאך געווען דער שליח פונעם רבין זי"ע, אז מען זאל אויפנעמען בנו הגדול כ"ק רבי אהרן שליט"א אלץ ממלא מקומו, און ער האט געזען אז ס'איז דא אזעלעכע וואס ווילן זיך נישט אינטער ווארפן האט ער באשלאסן אז... ער גיט אויף זיין פאסטן, ער ווערט אויס רב, ווייל דאס איז קעגן רצון רבינו זי"ע און ער וויל נישט, און קען נישט זיין דער רב אין אזא קהלה, ער האט קיינעם נישט געצווינגען, ער האט קיינעם נישט געסטראשעט, נאר פשוט און גראד, געהאלטן א דרשה ברבים אז ער רעזיגנירט, דער המשך הדברים זענען דאך ידועים לכל, די ראשי הקהלה זעענדיג די החלטה פון זייער רב זענען געקומען צו לויפן צו עם און זיך געבעטן בדמעות שליש ער זאל זיי נישט איבערלאזן, און רובם ככולם האבן געחתמעט און מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א, וניאות לבקשתם, און ער האט באוויליגט צו בלייבן, ולא עוד, שבת ביים עולה זיין האט דער גבאי געמאכט דעם ערשטן מי שברך פאר מרן רבינו אהרן בן רבינו משה, און דערנאך האט ער געבעטן דעם גבאי צו מאכן א מי שברך פאר ר' זלמן לייב, למען השלום, ותהום כל העיר, יעדער פה אחד האט מודה געווען און באוואונדערט דעם גדלות און ענוות פון זייער רב שליט"א, וואס ער האט געטוהן למען השלום,
יעצט וועלן מיר זיך אריבער כאפן טויזענטער מייל קיין בארא פארק, ווי לאחר פטירתו של רבינו זי"ע, האבן די ראשי הקהלה, ווי ר' זכרי' בראננער שליט"א, ר' זלמן ליכטמאן שליט"א, ר' ישעי' אשר וועלץ שליט"א ר' מרדכי שבתי מארקאוויטש שליט"א ועוד, ובראשם דער רב הקהלה רבי דוב בעריש מייזליש שליט"א ואתם די דיינים רבי משה פריעדמאן שליט"א רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א און רבי זלמן לייב מייזליש שליט"א, ורובי דרובי חברי וזקני קהלתינו כולם כאחד אויף גענומען און זיך אינטער געווארפן און מקבל מרות געווען פון רבינו שליט"א, כרצון וכצוואת רבינו זי"ע, אבער דער דיין רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, פאר זיינע אייגענע טעמים האט זיך נישט געוואלט אינטער ווארפן, נו, כבודו במקומו מונח, אוודאי איז ער בארעכטיגט צו זיין מיינונג, אבער געוואלד און געשריגן, ווי קען ער צווינגען און ארויף ווארפן זיין דעתא דיחידאה, אויף א ציבור אידן, זעט ער דען נישט אז דא פלאקערט אויף א מלחמה כבידה, איז דאס דער וועג וואס א ערליכער איד דארף זיך אויף פירן, קומען מיט לאבעצעס, איבער דרייען דעם בית המדרש, נאר כדי צו ווייזן אז ער פייפט זיך אויס אויף די ראשי וזקני הקהלה, ואנן מאי נענה אבתריי, פון אונז פשוטי עם בעטן זיי פארשטענדעניש, און זיי פירן זיך אויף דווקא'דיג, מיט עזות וחוצפה.
און די קשיא איז נאך שווערער אויף הרב רבי זלמן לייב פיליפ שליט"א, וואס איך פערזענדלעך האלט זיך פאר א ידיד מיט עם, אבער געוואלד, ילמדינו רבינו, ווען איז מחלוקת א מחלוקת, און ווען טיט מען מה שלבו חפץ, און מען לאכט זיך אויס, רבי, עס קלינגט מיר נאך אין די אויערן ווי איר האט געשריגן ביי די לוי' פון... אז מען דארף אוועק לויפן פון מחלוקות כמטחוי קשת, און אז מען האלט נישט ווי די איז מען נאכנישט קיין שייגץ, און פלוצלינג, איז מחלוקת געווארן א חוב קדוש, מען קומט צו פארן פון וויליאמסבורג, מיט אינגאטשן וואס קומען נאר מיט איין ציל צו ווייזן דעם כוחי ועוצם ידי, און מען גייט לערנען מיט מסירת נפש ווי ביי די אנוסים אין שפאניע, אינטערערדיש מיט ליכט, רבי זלמן לייב, קיקט אייך גיט אן און זאגט מיר אז איר מיינט כולו לשם שמים, האט איר דען נישט געקענט פארמיידן דעם געוואלדיגן חילול השם וחילול הקודש, פון מיר פארלאנגט איר מסירת נפש פארן באשעפערס וועגן, און וואס איז מיט אייער מסירת נפש, הא?, וואס וואלט געשעהן ווען איר גייט פארלערנען אייער שיעור אין 11טע עוועניו,?, אפשר וואלט דאס אייך נישט געפאסט, אבער וואס איז מיטן "הדבק במידתו של אהרן, אוהב שלום ורודף שלום", רבי זלמן לייב, טאמער זענט איר נישט א היפאקראט, ווייס איך נישט וואס היפאקראט מיינט...
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 15/05/2006 19:58:03
 |
|
|