| נשלח ב-16/5/2006 07:48 |
|
| |
די רבי שליט"א וועט וויילען שבועות אין קרית יואל אי"ה
עס ווערט ערווארטעט טויזענטער סאטמאר'ע חסידים פון די גאנצע וועלט צו וויילען אויף שבועות אין קרית יואל במחיצת כ"ק אדמו"ר שליט"א
ס'הענגט א צעטיל אין קרית יואל'ע ביהמ"ד אז בפקודת כ"ק אדמו"ר שליט"א זאל מען נישט בעטן טייער פאר דירות, איך הער אז ס'איז זייער שווער צו באקומען א דירה,
איך הער אז מ'גייט אויפשטעלן א ריזיגע טענט אינדרויסען פון ביהמ"ד פאר די טישען, לויט די עולם וואס איז געווען היינט וועט נישט זיין קיין פלאץ אין ביהמ"ד.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 20:23 |
|
| |
לפי עניית דעתי קען מען אפשר מאכן עפעס פלאץ (כ'מיין נישט באקוועם אבער נישט אז מען זאל וועגן דעם גיין אינדרויסען אין טענט און נשים זאלן נישט קענען מיטהאלטן) איך האב אזא פלאן (כ'מיין איינער פרעגט מיך...)
די אויבן אן זאל זיין פארן ארון הק' אויף מזרח אין מאכן א פלאטפארם פון ביידע זייטן אינדרויסן סיי אויף דרום אויף די פארטש און סיי אויף צפון אויף די בימס און ארויסנעמען די פענסטער און ס'זאל זיין אזוי אז די פארענטשעס זאל זיך אנהייבן אין ביהמד אין אזוי ארויף גיין ביז אינדרויסן און די פאליש זאל זיין אפען און דאר טקען מען אויך אריינשטופן 5 פארענטשעס אין די מיטלסטע ווייבערשול זאל מען ארויסנעמען די פענסטערס פאר מענער און אויפברעכן די מזרח וואנט פון די קידוש שטיבל און ווידער שטיבל און לייגן בענק ביז אראפ אזוי אז ווען יעדער זיצט וועט יעדער קענען מיטהאלטן
(מען קען עכט מאכן נאך א זאך איך ווייס נישט צי ס'איז מעגליך אזוי ווי ביי די אלטע ביהמד אויף 550 בעדפארד ביי רבינו הק' זי"ע איז די בית שני געווען אונטער די מזרח וואנט פון די גרויסע ביהמד און עס פלעגט זיין דארט לעכער און מען פלעגט דארט שטיין ביים טיש קען מען אפשר דא אויך מאכן אזא בית שני וכדומה אונטער די גרויסע פענסטערס און די גרויסע עירקאנדישן סיסטעם וואס האט קיינמאל נישט געארבעט און עס אויף ברעכן און מאכן מען זאל קענען עפענען דארט אזוי ווי פענסטערס פאר גרויסע טישן כ'טראכט סתם אזוי הויך...)
ועל כולם דארף מען וויסן אז אין סאטמאר איז אלע מאל געווען אז מען איז געשטאנען צינויפגעדרוקט סיי ביים דאווענען און סיי ביי די טישן ביי רבתינו הק' ס'דערציילט מיר איינער אז יום כיפור כל נדרי אלץ יונגעמאן! איז ער געשטאנען אויז צוזאם געשטופט ביי רבינו זי"ע בעל ויואל משה אז זיין פיס האט ניטאמאל אנגערירט דער ערד
נ.ב. אויף ארויסגיין ביי יזכור ווייס איך נישט וויאזוי ס'וועט ארבעטען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 20:45 |
|
| |
די פלענער זענען יעצט
אזוי ווי תמימותדיג האט געשריבן און אן אנדערע אשכול
פלענער פון שבועות און קר"י עסקנים מאכן שוין גרויסארטיגע פלענער איבערן שבועות הבעל"ט מען גייט מאכן א ריזן טענט אויף די פארקינג לאט צווישן ביהמ"ד און די כולל, ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה פירן טיש. אלע פארענטשעס וועלן דארטן ליגן. מען גייט ארויסנעמען אלע פענסטערס פון דרום זייט (ביי די זייט ווי די פארטש איז) און מען וועט בויען א הויכע פלעטפארם אין פארטש, עס וועט זיין ווי א גאלערי , ס'וועט זיין דארטן נאך 800 זיצן , מען וועט עס פארמאכן מיט א דאך, די פלאן איז בקרוב ארויסצובויען אז עס זאל אייביג זיין אזוי ,
עד כן פארשטייט זיך אבער אז און די היינטיגע וועלט קען זיך אלעס טוישן און 5 מניט אבער יעצט איז אזוי די פלאן
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 21:25 |
|
| |
זשוליאני:
איר קענט מיך שוין נישט פון היינט.
איך בין נישט קיין DAY DREAMER אבער איך פראביר צו זיין רעאליסטיש, און איך טראכט "הויעך" אז היי יאר שבועות איז זייער שטארק מעגליך אז רבינו שליט"א זאל זיין אין וויליאמסבורג.
איך זאג נישט יעצט, צי עס דארף אזוי זיין אדער נישט. איך האלט אז מעגליך איז קרית יואל גערעכט.
אבער איך רעד יעצט פונעם מציאות. פונעם טרוקענעם פאקט אז לדעתי וועט דער רבי שליט"א זיין דעם קומענדיגן שבועות אין וויליאמסבורג.
די אלע וואס האבן געדינגען דירות אין קרית יואל זאלן נאכנישט געבן קיין דעפאזיטס.
אזוי דענקט זשוליאני
טאראראם:
מי יתן והי-ה !
hotwire: גוליאני, כ'האב הנאה צוזעען אז די ביסט א גרויסער אפטעמיסט
הלואי!!!!
דערסיגעטער: כ'האב אויך אזוי געהערט 99 פראצענט אז מ'גייט זיין אין וומסב"ג אינעם שאטער הענקי.
פאטאקי08: גוליאני ביזדערווייל איז עכטע נייעס אלעמאל געווען גערעכט מער ווי דיר און ער האט געשריבן אין א אנדערע אשכול אז ס'וועט זיין אין ק"י קען זיין אז דער מצב האט זיך געטוישט
זשוליאני08: לשאלת רבים צו מיר אין אישי.
איך האב געעפנט דעם אשכול פאר איין סיבה.
אז די טויזענטער געסט וואס זוכן צו דינגען דירות, זאלן זיין זייער פארזיכטיג און נאכנישט געבן קיין דעפאזיטס און נאכנישט מאכן קיין באשימטע פלענער צו זיין אין א געוויסע אפארמענט אין קרית יואל, ווייל גאר מעגליך וועט מען אין די ענדע נישט זיין דארט.
איך בין נישט אויס אריינצוגיין אין די וויכוחים פארוואס יא אדער נישט זיין אין קרית יואל. דאס וועל איך לאזן פאר מיין קאלעגע פאטאקי און די איבריגע אדעל לייט.
מה_טובו:
לויט ווי איך פארשטיי וועט מען נישט זיין שבועות אין טענט/וויליאמסבורג, אויב וועט מען זיין אין וויליאמסבורג איז עס נאר אין א ביהמ"ד,
יעצט איז אזוי לאמיר זאגען אז אונז וועל מיר יא געווינען ראדני אויף ביז שבועות, וועט דאך אין ראדני סייווי נישט זיין קיין פלאץ, דארף מען ווייטער מאכען א טענט (אויב דארט איז יא דא פלאץ) וואספארא פנים וועט האבען שבועות אין טענט? זאל מען גיין אויף ווילסאן- ראסס, דאס מאכט שוין מער סענס.
און דעס איז "אויב" געווינט מען ביז דעמאלטץ,
אויב אבער געווינט מען נישט, האב איך שוין פריער געשריבען אז אין טעילער טענט איז נישט אזוי שיין א יו"ט ווי אין א געהעריגע ביהמ"ד, דארף מען לכאורה יא גיין אין ק"י, איי?! ווי עט זיין פלאץ? איז אזוי, צום דאווענען וועט מען זיך צוזאמשטופען אין ביהמ"ד, און צום טיש וועט מען מאכען א ריזיגע טענט לעבן ביהמ"ד, וואס אין אמת'ן קען נישט זיין קיין שענערע יו"ט ווי דעם.
זשוליאני08: מיינע קוועלער זאגן מיר, אז מ'האט שוין פארלאנגט און אפילו באקומען א PERMIT פאר דעם שאטער אויף ווילסאן קאר. לי, אינעם פארק פון פי. עס. 16.
נאכאמאל, איך ווייס נישט צי וויליאמסבורג איז דאסמאל גערעכט. אבער איך געב זיי גאר גוטע שאנסן, אז היי יאר, וועלן זיי אויספירן, אפילו זיי זענען נישט גערעכט.
אלזא, וויליאמסבורגער אידן, געטס נאך נישט קיין דעפאזיטס
תמימותדיג: פלענער פון שבועות און קר"י
עסקנים מאכן שוין גרויסארטיגע פלענער איבערן שבועות הבעל"ט
מען גייט מאכן א ריזן טענט אויף די פארקינג לאט צווישן ביהמ"ד און די כולל, ווי רבינו שליט"א וועט אי"ה פירן טיש. אלע פארענטשעס וועלן דארטן ליגן.
מען גייט ארויסנעמען אלע פענסטערס פון דרום זייט (ביי די זייט ווי די פארטש איז) און מען וועט בויען א הויכע פלעטפארם אין פארטש, עס וועט זיין ווי א גאלערי , ס'וועט זיין דארטן נאך 800 זיצן , מען וועט עס פארמאכן מיט א דאך,
די פלאן איז בקרוב ארויסצובויען אז עס זאל אייביג זיין אזוי ,
ברענגנייעס: דזשוליאני און תמימות
איר זענט ביידע גערעכט,
אן א דראסטישע שינוי, וועט ברוך השם זיין א ענגשאפט אין פלאץ קומענדיגן יו"ט שבועות
די פראגע איז נישט אויב מען דארף א שאטער צו פירן טיש וואס איז גרויס 15000 סקווער פיס אויף די מינימום
ווי מען וועט שטעלן דעם שאטער אין וויליאמסבורג אדער אין קרית יואל וועלן מיר ווארטן צו זעהן
דער עולם דארף וויסן
תוקן על ידי - כל_העולם - 17/05/2006 21:32:30
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 17:35 |
|
| |
אויף וואס א ציבור רישט מען זיך ביי אייך אויף יו"ט ?
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 21:23 |
|
| |
איר קענט רואיג געבן א דעפאזיט, דער רבי איז אי"ה אין קרית יואל אויף שבועות.
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 21:54 |
|
| |
אויף וואס א ציבור רישט מען זיך ביי אייך אויף יו"ט ? זענט איר צוגעגרייט אויפ-צו-נעמען דעם ציבור ?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 04:16 |
|
| |
ר' אברהם יושע ווערצבערגער פארקויפט יעצט זיטצן און הופפער פאר שובעות און קרית יואל דער עולם קויפט אונגרויסן
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 04:45 |
|
| |
איך בין געווען היינט שפעיט נאכמיטאג אין ווילאמסבורג ביי 'לי עוועניו פאוטאו' , און מ'פארקויפט דארט 'אשל קארטלעך' אין גרויס'ן .
ער האט מיר געזאגט אז 'שלאפן קארטלעך' איז בחנם, און נאר 'עסן קארטלעך' קאסט.
דרך אגב: איז עס חצי בחנם -$50 פאר גאנץ יו"ט, און פאר קינדער נאר -$25 ( בחורים ווייס איך נישט )
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 14:17 |
|
| |
א מזל פון א ניגון...
ווען אימער מען באגענט זיך מיט דעם "הכל תלוי במזל" איז עס ווידער הפלא ופלא וויאזוי דער רבש"ע פירט זיין קליין וועלטעלע אזוי געניט און פרעציז... תלמידי וחסידי סאטמאר געדענקען זיכער די געציילטע פעלער וואס מ'פלעגט זינגען דעם ניגון "כי בשמחה תצאון", רוב געדענקען עס מסתמא פון דעם אומפארגעסליכן מעמד "צאתכם לשלום" פאר רביה"ק זי"ע הכ"מ ביי די געהויבענע נסיעה קיין אר"י אין יאר תשנ"ד, אבער אין די קומענדיגע פאר יאר האט מען עס געהערט נאך עטליכע מאל דא און דארט, אבער אויסער אין מוצ"ש ביי מסיבות וואו מ'קראצט זיך אפיר ניגונים צו זינגען האט מען דאס כמעט נישט געהערט. לעצטנ'ס (איך ווייס נישט וועלכע יאר) האט מען ארויפגעלייגט דעם זעלבן ניגון אויף די ווערטער פון "והאר עינינו בתורתך", און עס אנגעהויבן זינגען ביים טיש פון כ"ק רבינו שליט"א די נאכט פון תיקון ליל שבועות. ווער עס האט נאר איינמאל מיטגעהאלטן דעם ניגון וועט דאס קיינמאל נישט פארגעסן. דעם ווארעמקייט, די בכיות נוראות פון רבינו שליט"א, די טרערן און דער קאך פונעם ציבור, איז עפעס וואס גייט קיינמאל נישט ארויס פון זכרון. אויב איר וועט האבן די זכיה צו זיין אויף יו"ן בצל הקודש פון רבינו שליט"א, מאכט זיכער נישט צו פארפאסן דעם חלק, גלייבט מיר, איר וועט נישט חרטה האבן !
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:25 |
|
| |
אזוי ווי מ'האלט שוין נענטער ווי ווייטער, און ליידער האמיר נישט געהאט די זכי' די לעצטע פאר יאר אז רבינו בעל ב"מ זי"ע זאל פראווען דעם יו"ט אזוי ווי אמאל באיכות ובכמות, וואלט כדאי געווען אויפצופרישען די סדר היום פון יו"ט.
דעם ערשטן נאכט: צוליב די ריזיגע ערווארטעטע עולם וועט מען מסתמא נישט אריבערגיין נאכ'ן דאווענען זאגען גוט יו"ט פאר רבינו שליט"א. דערנאך קומט פאר עריכת השלחן אין ביהמ"ד, (אדער אין שאטער)
די ערשטע טאג יו"ט: נאכ'ן מאריך זיין ביים דאווענען קומט פאר די קרעפל טיש, וויבאלד ס'געפאלט פרייטאג וועט מען מסתמא ליינען די תנאים ביים קרעפל טיש, נאך אלעם וועט שוין זיין היבש שפעט, מ'גייט אהיים מאכן א סעודה, מ'גייט אין מקוה לכבוד שבת,
מיטל נאכט יו"ט - ליל שב"ק: מ'צינדט נרות שבת, מ'גייט צוריק אין ביהמ"ד דאווענען, מ'מאכט די סעודה. דערנאך קומט פאר די שלחן הטהור.
צווייטע טאג יו"ט - צפרא דשבתא: נאכ'ן דאווענען מאכט מען די סעודת שבת ויו"ט דערנאך לויפט מען שנעל צוריק כאפן א פלאץ צום כתובה, נאכ'ן טיש דאווענט מען מנחה, דערנאך איז של"ס מיט אויסגעלאשענע לעקטער, דערנאך זונגט מען לכבוד נעילת החג, מ'דאווענט מעריב, נאכדעם מאכט די רבי הבדלה, נאכדעם איז די באגלייטען.
דעס איז אלעס בקיצור און אויך נאר וויאזוי איך געדענק פון אמאל און וואס איך שטעל מיך פאר אז ס'וועט זיין היי יאר,
ווער ס'ווייסט אנדערש זאל לאזען וויסען,
אויך ווערט עכטע_נייעס געבעטן צו שרייבען וועלכע טיש ס'גייט זיין אין טענט, און וועלכע אין ביהמ"ד.
תוקן על ידי - chiken - 26/05/2006 17:34:21
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:38 |
|
| |
chiken
איך מיין אז אלע טשן גייען זיין אין טענט.
ווייסט איינער צו ס'גייט זיין צובאקומען פאומ'ס/מאטראצען?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:54 |
|
| |
מה טובו
פאר פאוםס און מאטראצען קענסטו רופן: (845) 774-7260
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 20:01 |
|
| |
וועט זיין מוזיק ביים באגלייטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 21:28 |
|
| |
פון לאנדאן איז שוין דא איינגעשריבן איבער הונדערט מענטשן וועלכע קומען אי"ה אויף שבועות.
ביי די סיגוטער, אפילו גדלי' עסטרייכער צאלט אלעס אויס, און די גאנצע פארן קאסט נאר 120 פונט,
(אנשטאט 350 פאר א טיקעט, 150 פאר א זיץ (וואס די סיגוטער שפארן זיך עניוועי...) און נאך 500
דאלער פאר אן אכסניא, ועוד) איז דא דערווייל נישט מער ווי 20 מענטשן.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/5/2006 01:50 |
|
| |
ביטע נישט מאכען קיין קאמפערעישאן (ס'איז אפילו נישט שייך)
|
|
|
|
|