|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:17 |
|
| |
פאטאקי, סארי, איך האב געשריבן מיין תגובה בעפאר איך האב געליינט דיין תגובה, ניין, איך בין "היינט" נישט קיין מאנטריאלער, אבער איך בין זייער שטארק באקאנט אין מאנטריאל, איך רעד קיין מאנטריאל כמעט יעדן טאג, מרדכי קאהן, איז נישט דער איינציגער, דארט זענען דא אפאר היציגע זאלונישע אינגעלייט, וואס וועלן טוהן מה שביכלתם צו צוברעכן א זאלוני-ריין סאטמאר, (אמת אהרונישע ווילדע אינגעלייט זענען אויך דא פלענטי, אבער זיי זענען דאך רוב), בקיצור עס פעלט נישט קיין חיות אין מאנטריאל, און דער סעלאשן איז נאר "יושר", די אהרונים מצדם זענען גרייט צו לעבן בשלום מיט די זאלונים, אבער נישט זיך לאזן דיקטירן פון מרדכי קאהן, ליידער דער רב שליט"א איז יא נכנע אינטער עם, ומעשיו בשנים האחרונות יוכיחו, דער פאקט איז, אז יושר דארף דיקטירן, און יושר לויט יעדענס פארשטנד, איז וואס די אהרונים האבן אנגעטראגן, א זעלבסשטענדיגע קאמיטע, פון עלטערע בעלי בתים צוזמען מיטן רב, און "אלע" מוסדות דארפן ווערן איבער געשריבן אויף זייער נאמען, און דער ערשטער מי שברך ביי קריאת התורה איז פארן רב רבי דוד שליט"א, און דערנאך קען יעדער מאכן פאר וועם ער וויל, (א זייער גרויסער קאנסעשאן פון די אהרונים, אבער למען השלום זענען זיי גרייט דערויף, אבער ליידער נישט די זאלונים).
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:19 |
|
| |
מקוה איד איך ווייס נישט צו די ביסט א מאנטריאלער
2 נקודות
1) דער דיין דארט האט נישט קיין ווירקונג און גשמיות'דיגע קהלה ענינים ער איז נאר בעל בוס אויף די ישיבה און די תלמוד תורה (אויב נאך היינט איז ער נאך אויך) און נאר די רוחניות'דיגע חלק פון די תלמוד תורה און די קהלה האט ער נישט קיין ווארט און אין דעם ענין איז ער בכלל נישט אריינגעמישט
2) די רב דארט קען נישט און וויל נישט גיין קעגן דעם דיין (אויב ביסטו א מאנטריאלער ווייסטו מסתמה פארוואס)ער קען אים נישט זאגן אז ער זאל פערזענליך האלטן פונעם רבי'ן ער קען נאר טון בשייכות אין זיין קהלה און דער דיין האט טאקע נאך נישט עפעס געטוהן דארט און מאנטריאל ער האט נאר געטוהן אין ישיבה אדער און נוי יארק אבער ווי געזאגט האט ער נישט קיין בעלות אויף די קהלה בכלל
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:23 |
|
| |
איך בין נישט פונקטליך באקאנט מיט די פרטים פון מונטריאל
אבער איך בין נישט יונג איך האב שוין גענוג אין מיין לעבען געזען.
1) עס איז נישט דא אזא זאך ווי נוטראל,
2) מ'קען זיך איינרעדען אז נוטראל איז דער דרך השלום אבער פון היסטוריע ווייסט מען אז פונקט פארקערט נוטראל איז א רעסיפי פאר מחלוקות אהן א סוף
3) א חסיד'ישע ביהמ"ד איז נישט א סתם א קהילה. דאס איז א שוהל ווי חסידים פון א רבי וואס זענען בדעה אחד זאלען האבען א פלאץ ווי צו דאווענען אין ווערען דערווארמט פון זיין צוזאם מיט אחים לדעה.
4) דער ר' דוד מאכט דא זיין טעות זיין גאנצער יחוס איז ווייל ער איז דעם אדמו"ר'ס אן איידעם ממילא האט אים דער אדמור פארשאפט א פאסטען (ער קען זיך איירעדען אז ער איז דארט בזכות עצמו) - אבער ער איז דארט ווייל דער שוהל איז א "סאטמאר" שוהל וזה הוא! און א סאטמאר שוהל איז עס ווייל דארטן דאווענען סאטמאר'ע חסידים! נישט ווייל דארט דאווענט ר' דוד דער איידעם פון דעם פריערדיגען רבי'ן.
דאס איז אזוי פשוט, און נעבעך די משפחה פון אדמורים בכל מקום שהם פארגעסען פון דעם וויכטיגען פונקט.
לגבי די סאטמארע שוהל און מאנטריאל זאל דער רוב מכריע זיין ווער דער אדמור איז דארט אבער מ'קען בשום אופן נישט ערווארטען אז א חסידיש בית מדרש זאל זיין א שיף אהן א רעדער. א לעבעדיגע רבי האט אלע מאהל נייע בקשות, תקנות, כרוזים פארן כלל, פאר קינדער, פאר בחורים וכו' וכו' און זיינע חסידים בכל מקום שהם ווילען דאווענען אין א פלאץ ווי מ'איז מקבל זיין הנהגה.
אויב דער מונטריאלער שול וועט זיך ערקלערן נוטראל מיינט דאס מחלוקת בלי סוף ותכלית
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:23 |
|
| |
יענקעלע איך האב שוין געוואלט עכט אוועקגיין אבער...
די זאגסט: געבן פאר א נייטראלע (כ'מיין זעלבסשטענדיגע) באורד
און איך זאג: מען זאל עס צוריקגעבן פאר די ארונישע און פרא ר' דוד און האבן מיטן דיין קנאפ שייכות שמואל יעקב שפיטצער יעקב מאראווקע יודל ווערצבערגער
ווער זעט א חילוק צווישען אונז צוויי?
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:28 |
|
| |
איך האב נייעס פאר ענק די היסטאריע פון די דריי אמאליגע באורד
יעקב מאראווקע און יודל ווערצבערגער האבן געהאלטן א דרשה אין די שבעה ווי זיי האבן מכתיר געווען דעם רבי'ן אלץ רבי
שמואל יעקב שפיטצער ווייסט יעדער איז אלעמאל געווען א הייסע חסיד פון רבי'ן שליט"א
יענקל וואס איז שלעכט מיט זיי? פארוואס הייסט עס נייטראל? ווער האט אין די לעצטע זיבן יאר באקומען מער כבוד פון די מאנטריאלע שול (נישט די ישיבה)? דער רבי צו ר' זלמן? ר' דוד צו ר' משה מנחם?
קוק פליז נאך די היסטאריע א דאנק און גוט שבת
BTW איך וויל למען דיין טובה זאלס אביסל פארעכטען דיינע ערשטע תגובות קעגן ר' דוד עס איז נישט קיין כבוד פאר מיר און פאר דיר און פאר כל העולם כולו ווארהייט און בא ללמד גוט שבת
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 19/05/2006 22:32:58
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:28 |
|
| |
פאטאקי, עפעס באגרייפסטו נישט, ! ! ! דער רבי דארף "נישט" מאנטריאל, מאנטריאל דארף דעם רבין... די סאטמארע חסידים אין מאנטריאל דארפן און ווילן זיך אנרופן חסידי רבינו, זיי ווילן זיין "סאטמארע" חסידים, און מען שטערט זיי, מרדכי קאהן, פירט אן א אפאראט וואס דער ציל איז צו זיין א קעגן רבינו שליט"א, ביי משה מנחם איז דאס 100%, ביי רבי דוד איז דאס 50%, (מיטן תירוץ פון שלום), אבער דאס איז זיין ציל, און די חסידי רבינו, ווילן דאס נישט, דא רעדט מען נישט פון כבוד רבינו שליט"א, ער האט פלענטי כבוד, דא רעדט מען פון כבוד "חסידי" רבינו, וחסידי סאטמאר, און דאס איז די אישוי, אגב, מיין קאנטאקט אין מאנטריאל, איז א ערענסט באזעסענער איד וואס זיין נאמען ווערט דא כסדר ערוועינט, און איז א רוהיגער ערענסטער מענטש לכל הדיעות, פאטאקי, שלום מיינט נישט אויף געבן, שלום מיינט נישט א איינזייטיגע קאפיטילאציע, שלום דארף זיין צוויי זייטיג,
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:31 |
|
| |
פאטאקי. ס'קוקט אויס אז דו האסט חשק איך זאל זאגן אפן א זאך וואס איך האלט מיך שוין זייער לאנג איין... לענינינו. יעדער דא ווייסט אז איך בין דירעקט נישט קיין היציגער, טראץ דעם האלט איך זיך אבסאלוט ביי מיינע פריערדיגע ווערטער. מרדכי קאהן, טאקע אדאנק זיין איי. קיו. איז איינער פון די ערגסטע זאליס איבער די וועלט ! ער פרעגט ר' דוד אסאך ווייניגער ווי איך פרעג אים. און ווילאנג ער שרייבט נישט איבער דעם בית אסתר, טאר מען גארנישט איבערשרייבן ! נכסי הציבור איז נישט קיין הפקר וועלט וואס איז אויסגעשטעלט צו קאפריזן פון ... אפילו אויב ער איז דער גרעסטער רחמנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:35 |
|
| |
פאטאקי, יעדער איז מסכים און יעדער באשטייט, יאנקל מאראווקא, יודל ווערצבערגער און שלמה יעקב שפיצער, זענען אלע זייער גיט, און מיר זענען אלע מסכים לאמיר צוריק איבער שרייבן "אלע" מוסדות אויף זייערע נעמען והכל על מקומו יבא בשלום, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין !!!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:36 |
|
| |
איך האב נישט געזאגט אז נרדכי קאהן איז נישט די ערגסטע זאלי איך האב נישט געזאגט אז ער פאלגט ר' דוד
נאר א דאנק זיין איי קיו וועט מען אים קענען צווינגען דורך מיין וועג
יעצט ווייז מיר ווי אזוי ער וועט עס אונז צוריקגעבן דורך דיין וועג און דורך א אנדערע וועג נישט
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 22:43 |
|
| |
פשוט, אויב וויל ער מיר זאלן צוריק געבן די בנינים, דארף ער אויך צוריק געבן דעם בנין וואס ער האט, מיר האבן א גיטן בארגענינג טשיפ.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 23:30 |
|
| |
יאסי האט עס גוט ארויסגעברענגט. איך האב נישט וואס צו צוגעבן.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2006 00:21 |
|
| |
לאמיר פרובירן צו מאכן א שלום
אלץ איינער וואס קען אביסל - היבש מער ווי אביסל - מאנטריאל, פארשטיי איך פון ווי פאטאקי
קומט, אבער אויך פארוואס ער מאכט א טעות
די פאקטן
ווי איך האב שוין עטליכע מאל געשריבן באשטייט מאנטריאל פון איבער 70 פראצענט אהרונים, אבער
מען קען עס צוטיילן אין 4 פראקציעס, 1- מנחם ליבערמאן וסייעתו, 2-שמעון ישראל כהנא וסייעתו,
ביידע פון די זענען מער די אינגעלייט, 3- די עלטערע ווי שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא
וסייעתם, 4 - סתם עמך אידן
נאך א פאקט, א יעדע קליינע קהלה, ווצב"ש מאנטריאל, מאנסי, מאנשטשעסטער, אנטווערפען, לאנדאן,
ירושלים , בני ברק, ווען מען זאל זיי הייסן אז זיי מוזן אוועקגעבן זייערע נכסים און זיך
גענצליך אונטערווארפן "צענטראל" קהל, און מען דארף ווען מאכן וואלן איז ביי מיר ברור אז
מינימום 75 פראצענט פון יעדן פלאץ וואלט עס אראפגעשטימט, ווייל די אלע קליינע קהלות, האלטן
און פילן אז זיי האבן א אייגענעם אינדידעט, און ווילן נישט פארשלינגן ווערן אין די גרויסע
קהלה, בפרט אויב זיי האלטן אז זיי האבן דאס געבויעט, און די גרויסע קהלה איז נישט געווען ביי
בויען, פארוואס זאלן זיי ביים שניידן די פירות
דעם פאקט איז דער שליסל וואס פאטאקי און אסאך מאנטריאלע דריקן, און וואס די אלע אנדערע
פארשטייען נישט
און לאמיר דאס אביסל מסביר זיין דא בפרטיות, ווען יצחק ראזענבערג, וואלט ווען גענומען א נייע
קארפארעישאן פון "מאנטריאלע" אידן, און נאך דערצו עלטערע אידן, ווצב"ש יושע ווערצבערגע פון
קאה"א וכדומה און עס געלייגט אויף די נאמען פון 7 פארברענטע אהרונים וואלט געווען א איין מעשה
דא איז אבער געווען, 1- איבערגעשריבן אויף 163 ראדני, 2- א ליעס פאר איחוד התלמידים, 3- פאר
די מנחם ליבערמאן פראקציע וואס איז אנגעקוקט אין מאנטריאל ווי היבש עקסטרעם – ביי די אהרונים
- , 4 גענומען נאר אינגעלייט, 5- באעוול'ט די דריי עקסזעסטירנדע באורד מעמבערס, שלמה יעקב
שפיצער, יודל ווערצבערגער, און יעקב מאראווקא.
די סך הכל פון דעם, די 5 פונקטן, ובעיקר אז די קליין שטעטלישע מאנטריאלע פילן ווי זייער האב
און גוטס אין אריינגעפאלן אין דעם ריזיגן טאפ וואס הייסט 163 ראדני, האט געמאכט ביי זייער
אסאך מאנטריאלע אידן, א אנגעצויגנקייט, א אומבאקוועמליכקייט.
יעצט צוריק צום יסוד הענין, עס איז קלאר אז מען האט געדארפט טוען פעולות ווי איבערשרייבן די
בנינים, פאר עטליכע סיבות, איינס, די איצטיגע קארפארעישאן קהל יטב לב- גוד הארט, האט אויפן
באורד 5 נפטרים, און ווער ווייסט וואס דער קראנקהאפטער משה פרידמאן דורך זיין שרץ יושע העשל
פון מאנטריאל וואלט אנגעדרייט, צווייטענס, ארויף צו ברענגן אויפן אויבערפלאך די גזילה פון דער
מטורף מרדכי קאהן, די פראגע איז נאר וויאזוי עס צו טאן, און ווער עס האט געליינט מיינע פאריגע
תגובות, האלט איך טאקע אז מען דארף עס צוליב די אויבענדערמאנטע סיבות צוריק שרייבן צו א דריטע
ארגענעזאציע, פון עלטערע און מער און מאנטריאלע אידן, וואס פארטרעט אלע פראצקציעס, און אלע
פראקציעס מיין איך טאקע אז איינער אדער צוויי פון ניין-צען זאל זיין פון ר' דוד שליט"א
מענטשן, און נאכדעם וועט די דרוק וואקסן אויף דעם מרדכי קאהן
אבער די דריטע סיבה פארוואס עס איז גוט אז מען האט איבערגעשריבן די בילדיגנס איז, ווי איך האב
עס שוין געשריבן, און ווי יוחי718 – אלץ דרויסענדיגער – האט עס קלארער ארויסגעברעגנט, אז
נייטראל איז א אחיזת עיניים, עס איז נישטא אזא באשעפעניש, און פארדעם און פארדעם אליין וואלט
ווערט געווען איבערצושרייבן די בנינים, אז מען זאל קלאר פארשטיין, אז עס איז נישטא קיין זאך
ווי נייטראל,
און דא, פארפאר איך פון פאטאקי און מאנטריאלע רב שליט"א, עס מוז זיין איין איבערוועגנדע
מיינונג אין בית המדרש און אין די קהלה, עס מיינט נישט אז מען דארף עס ארויף צווינגן אויף
יעדן, און אוודאי נישט אז אויב איינער וויל נישט זאל מען אים ארויסווארפן פון די קהלה, עס
מיינט אבער יא, אז מען דארף קלאר שטעלן מיטן גאנצן קלארקייט, אז די קהלה געהערט אויף איין
וועג און נאר אויף איין וועג, און נאר אזוי קען אזא קהלה אנגיין
און מר. פאטאקי בנוגע מאנטריאלע רב שליט"א, איך בין מיט דיר איינשטימיג 100 פראצענט ווי די
מאנריאלע רב שליטא און מאנטריאלע רעבעצין שליטא האלטן, וואס זייער מיינונג איז, אבער יענקעלע
11 איז זייער גערעכט מיט זיין אפשאצונג, אז 'אין הארץ' איז נאריש און איבעריג, איך האב
גארנישט פון זיין הארץ, איך האב פון זיין רעדן, מילא ווען די זאגסט אז עס איז אים שווער אדער
א ענליך תירוץ פארשטיי בפרט נאך זיינע איבערלעבענישן ל"ע ול"ע, אבער די הארץ איז 'קיין אישו'
למעשה איז גאנץ קלאר אז מאנטריאל פונקט ווי אלע שטעט, האט סאטמאר א איבערוועגנדע מערהייט, און
אז מען נעמט אוועק די נייטראל\טוירד פארטי מיינונגען פון דעם בילדהאט סאטמאר קעגן די זאליס 80
פראצענט אדער מער
וואס וועט בלייבן אין מאנטריאל קען מען נאר שפעקעלירן, אבער דאס איז זיכער אז נייטראל וועט
נישט בלייבן, און ווי שנעלער אלץ בעסער און גרינגער וועט עס זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/5/2006 02:22 |
|
| |
ברענג נייעס איך בין מיט דיר כמעט.. 100 פראצענט
אלץ איינער וואס קען אביסל - היבש מער ווי אביסל - מאנטריאל, פארשטיי איך פון ווי ברענג נייעס קומט... אבער אויך פארוואס ער מאכט א טעות
נאך שבת ווייטער אי"ה
די חילוק איז אז יענקעלע און די אנדערע זענען אין מאנטריאל קיינמאל געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 17:49 |
|
| |
ווי אזוי איז אדורך דער שב"ק אין אזאלעכע אנגעצויגענע אומשטענדן ? עפעס דרשות, בקשות, קללות וכו' ???
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 18:47 |
|
| |
וואס איז דען געשען אין מאנטריאל?, אויף וואס קריגט מען זיך?,
דער פאקט איז אז די סיגוטער מאוומענט בראותם כי כלתה עליהם הרעה, ווי זיי פארלירן צוביסלעך אלעס, האבן מחליט געווען אנצוהייבן צוטוהן וואס זיי האבן געטוהן אין וויליאמסבורג, צו צונעמען די בנינים, אזוי ווי זיי פראבירן אין לאנדאן, בני ברק, בארא פארק, מאנטשעסטער, וכו' על כן האט מען באשלאסן זיך צו פראטעקטן, און פארזיכערן אז די בנינים בלייבן אין פארזיכערטע הענט, איז דען געווארן עפעס א שינוי זייט מען האט דאס איבער געשריבן?, ניין ! ! ! האט מען עמעצן ארויס געוארפן?, ווידערום ניין ! ! ! האט מען געטשעפעט דעם רב?, ניין ! ! ! האט מען געטשעפעט דעם דיין?, ניין ! ! ! האט מען געטשעפעט די גבאים?, ניין ! ! ! האט מען בכלל איינעם געטשעפעט?, ווייטער ניין ! ! ! נאר וואס דען, דער חמת הזאלונים האט זך אנגעצינדן ווייל מען האט זיי מיאוס אויסגעשפילט, און רבי דוד שליט"א, וואס איז אינגאנצן נכנע אינטער מרדכי קאהן וסייעתו, פרבירט צו ראטעווען דאס פנים פאר די זאלונים, און למעשה פארלירט ער אלעס, אפילו די אזוי גערופענע נייטראלע, ווייל ס'איז אמת אז לכתחילה איז געווען דער דעת הקהל אקעגן דעם איבערשרייבן די נכסים אויף פריוואטע נעמען, אבער ווי עס האט זיך ארויס געוויזן אז די אהרונים זענען גרייט צוריק איבער צו שרייבן די נכסים אויפן נאמען פון א ערענסטע קאמיטע, און רבי דוד שליט"א מיט מרדכי קאהן זענען די וואס ווילן נישט, האט זיך דאס רעדל א דריי געטוהן, און דער דעת הקהל איז מיט די אהרונים, פארפאלן, יושר זיגט ! ! !
פאטאקי, איך מיז מודה זיין אז איך בין נאך אין מיין לעבן אין מאנטריאל נישט געווען, ( ) -ווי גלייך דאס איז די אישוי- אבער פאטאקי לעבן, איך בין נאך אין מיין לעבן אין איראק אויך נישט געווען און איך האב א מיינונג איבער דעם..., איך בין נאך אין קיין תפיסה ב"ה קיינמאל נישט געווען, און איך האב א מיינונג איבער אידן וואס זיצן ליידער אין תפיסה, און דער רבי זי"ע, איז ביי קיין בחירות קיינמאל נישט געווען, און ער האט אויך געהאט א מיינונג איבער דעם...
 |
|
|
|
|
|