|
|
| נשלח ב-21/5/2006 19:33 |
|
| |
יאנקעלע
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 20:15 |
|
| |
נאך אדורעך ליינען אלע תגובת דא, ווי אלע ניו יארקע ניקס שלאגען זיך ארום, און ווייסען פונקלעך וואס עס גייעט דא פאר, נאך אלעמען בין איך דאך קליין שטעטלישער מאנטריאלער, און וואס האב איך מיך אריינצומישען צווישען אזעלכע גרויסע קעפ, אבער אפאר פאקטען וויל איך קלאר שטעלן.
קודם שכוח פאר פאטאקי, האטווייער,עווערעזש, פאר די שטיצע,
1) מאנטריאל רב האט געקאלט צוויי חשובע יונגעלייט ארונים, און זיי געזאגט אז עפ''י שנים עדים יקים דבר, אז ער האט געמאכט א מיסטעק מיטען אנריפען זיין שוואגער קרית יואלער רב, ער ריפט אים שוין אזוי 20 יאר, און ער האט גארנישט געמיינעט, איך האף מיט דעם איז קעיס קלאזט, און דעס איז שוין מער נישט קיין אישו.
2) עטס מאכעט אלע א מיסטעק, נישט נאר דער מאנטריאלער רב וויל אז מען זאל זיין צוזאמען, עס איז אונז רוב מאנטריאלער עולם וואס וויל זיך האלטן ציזאמען, איר קענט שרייבען אז אינז זעמיר בעלי דמיונות אבער עטס זענטס בעלי מחלוקות.
3) ר' מרדכי קאהן איז נישט א שטיצער פונעם רב, אדרבא זיין טאטע האט נישט געוואלט ער זאל קומען, און ווער ס'קען אביסעל מאנטריאל פארשטייט וואס איך מיין, תמצות מאנטריאלער רב נעמט נישט קיין ארדערס פון אים.
4) מאנטריאלער רב איז דא רב מפני יחוס עצמו, אין ווער עס קען מאנטריאל היסטארי ווייסט אז רוב קהל האט געוואלט אז ער זאל קומען. אין דוקא ער, און דער רבי ז"ל הכ"מ האט מסכים געווען.
לאמיר קלאר מאכען אונזער רב מיט די ראשי קהילה האבען קלאר געוואלט פארהאנדלען לפנים משורת דין, זיי האבן מסכים געווען אריין צושטעלען 3 ארונים און 3 זאליס אין אויכעט און בית אסתר, און די גונבי מאנטריאל האבען נישט מסכים געווען, זיי ווילען נישט אנדערש ווי מאכן מחלוקות. זיי ווילען שיקען דעם לץ ש"וו צו פארהאנדעלן, נישט פארהאנדעלן ווילן זיי, מאכן ליצנות פון אונז קליין שטעטלישע מאנטריאלע, אז אונז רוב ווילען לעבען צוזאמען, אן קיין מחלוקת.
די גרעסטער ליגענט אז זיי זענען רוב, אדרבא מאכעט וואלען און לאמיר זען ווער עס איז רוב, עס איז קלאר אז רוב עולם וויל בלייבען צוזאמען.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 22:01 |
|
| |
מאנטריאל
ווער עס האט געליינט דיינע תגובות, אויף די אנדערע זייט וואנט [חדשות ילדי סיגוט] ווייסט וואס דיין שמוציגע פענע באזיצט, און עס נישט נוגע למעשה
יענקעלע,
אני על משמרתי אעמודה, איך האב געהאלטן און איך האלט ווייטער, אז מען האט "געמוזט" עס איבערשרייבן, אבער מען "מוז" עס איבערשרייבן פאר מאנטריאלע אידן
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 22:38 |
|
| |
איי איז דער מאנטריאל א טיפיקל זאלוני ליגנער,
קודם כל א שטיקל לעקציע, לאמיר שטאטעלעך לערנען מיט דעם עם הארץ דעם טייטש פון דעם ווארט "רוב", מאנטריאל זאג שיין מיט, "רוב" איז טייטש "מער", נאכאמאל, "רוב" איז טייטש "מער", נאכאמאל שטאטעלעך "רוב" איז טייטש "מער", נאכאמאל, הויעך און קלאר, "רוב" איז טייטש "מער", מאנטריאל, נאך איין מאל, "רוב" איז טייטש "מער",
ווייל ביי די זאלונים, וואס האבן "רוב" אין קרית יואל, דארט ווי זיי געווינען כסדר די וואלן, און זיי האבן "רוב" אין וויליאמסבורג, "רוב" אין לאנדאן, "רוב" אין בני ברק, "רוב" אין בארא פארק, און אצינד האבן זיי "רוב" אין מאנטריאל, זעהט אויס אז זייער רב'ס עם הארצות האט זיך אנגעקלעבט אין זיי, און זיי ווייסן פשוט נישט דעם טייטש פון דעם לשון קודש ווארט "רוב", (הוי דן את כל האדם לכף זכות),
מאנטריאל, מען דארף נישט מאכן קיין וואלן, ווייל ענקער רב רבי דוד שליט"א, האט דאך דאס שאכטל פון די לעצטע וואלן, וואס ער האלט פארשפארט אין לאזט דאס נישט ארויס געבן, גיב עם נאר א פרעג ווער עס האט רוב...
זאג נאר, וויפיל מעמבערס האבן אינטער געשריבן אז זיי זענען מקבל מרות פון כ"ק מרן אדמו"ר מהר"א שליט"א, הא?, (שוין אראפ גערעכנט אלע אנגעשטעלטע, צו אין די מוסדות צו ביי מרדכי קאהן, וואס האבן זיך געפארכט אינטער צו שרייבן כאטש יעדער ווייסט ווי זיי באלאנגען), אדרבה, לאמיר זעהן צו איר קענט ברענגען כאטש העלפט פון דעם סכום חתימות פאר אייער רבי'ן...
זאג נאר מאנטריאל, ביסטו א לץ? צו וואס, דער מאנטריאלער רב איז מבזה זיין שוואגער און זיינע חסידם בפני עם ועדה, ברבים, און רופט אן צוויי אהרונים (?) און איז זיי מפייס, און מצדך איז דער קעיס CLOSED, ניין מאנטריאל, אויב איז דאס אמת, און ער וויל מפייס זיין, דארף דאס זיין ברבים, און זיך עפענטליך ענטשולדיגן, און דאן וועט דאס אפשר ווערן אויס אישוי.
מאנטריאל, אויב זיך באווארענען הייסט "בעלי מחלוקת", און גנב'ענען "בית אסתר" הייסט "שלום", דאן ווילן מיר אויסדריקלעך זיין בעלי מחלוקת, די אהרונים זאגן קלאר אז אויב גיט מרדכי צוריק "בית אסתר" געבן זיי צוריק די איבעריגע מוסדות, נאר רבי דוד האט נישט די גאטס דאס פון עם צו פארלאנגען, ווייל, יא, ער איז פון זיינע גרעסטע שטיצערס, און אויב זאגסטו אמת אז מרדכי קאהן איז "נישט" פון זיינע שטיצערס, דאן איז דיין רב א שקרן, ווייל דאס איז געווען זיין תירוץ, ווען ער האט זיך געבעטן אז מען זאל מיט דעם צו ווארטן ווייל ער וויל נישט פארלירן זיין שטיצע, און פרענקלי, איך גלייב ענדערשט רבי דוד שליט"א, ווי דיך מאנטריאל, SORRY,
דאס ענין פון רבי דוד'ס יחוס עצמו, אז מען האט עם אויפגענומען נאר וועגן יחוס עצמו און נישט אלץ איידעם פון רבינו זי"ע, איז נישט ווערט קיין רעאקציע, ווייל מיט דעם נארישן סטעיטמענט האסטו דיך געמאכט ללעג ולקלס, יא, רבי דוד האט מען גענומען, נאר פאר זיין שיינעם הדרת פנים, זיין גאנות, זיין פקחות, און נאר "פערצאפאל" איז ער א איידעם ביי רבינו זי"ע הכ"מ, כא, כא, כא...
מאנטריאל, קום מיר נישט מיט "לפנים משורת הדין", וואס דו ווייסט אפילו נישט וואס דאס איז טייטש, איך וויל סתם לויט "שורת הדין", וואס יעדער איז מודה אז אחרי רבים להטות, און רוב מנין ובנין אין מאנטריאל איז מיט רבינו שליט"א, רוב עולם גלייבט די צוואה וואס דער רבי זי"ע האט געזאגט פאר הרה"צ רבי ישראל חיים האראוויץ שליט"א און פאר רבי הירצקא צוויבל שליט"א, אז על פי שנים עדים יקום דבר, און "הוא ולא אחר", אז רבינו מהר"א שליט"א זאל זיין דער ממלא מקומו בכל קצוי תבל, און שורת הדין זאגט, אז וועם עס געפעלט נישט קען זיך געזינטערהייט גיין,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/5/2006 22:54 |
|
| |
יענקעלע11 אזוי ווי אלעמאל A-1 
ויסכר פי דוברי שקר
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 00:33 |
|
| |
ברענג נייעס, מיר אלע האלטן גענוי אייניג, אז מען האט דאס געדארפט איבער שרייבן נאר כדי דאס צו פארזיכערן, אבער מען דארף דאס צוריק געבן, אויב און ווען מרדכי וועט צוריק געבן "בית אסתר" אגב, אויב קיקט מען איבער די תגובות פון ביידע צדדים, אפילו פון פאטאקי, (אויסער פון "מאנטריאל") , איז קלאר אז ביידע צדדים האלטן ממש 99.9% אייניג, די דיפערענצן זענען ממש מינדערוויכטיג, אין די בחינה פון "השיבינו ה' אליך ונשובה, מיט שובי אלי ואשיבה אליכם, (ווער עס זאל קודם צוריק געבן), מען קריגט זיך נאר פאר THE SAKE אויף צו קריגן, און נישט חלילה ווייל מען איז מחולק, דוק ותשכח.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 22/05/2006 0:37:21
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 00:57 |
|
| |
עס איז וויכטיג מען זאל דערהערן אונזער ווייגעשריי
דא אין מאנטריאל האט מען אלעמאל געלעבט בשלום און יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט צו לעבן בשלום און רוב עולם חלישט עס זאל אזוי בלייבן*:namespace prefix = o />
עס איז דא געציילטע מחרחרי ריב וואס מיט די הילף פון ניו יארקער מחרחרי ריב ווילן זיי ארויפצווינגען מלחמות אויף אונז
האלט פאר די אויגן אז 76 מענטשן האבן אונטערגעשריבן אז זיי זענען מקבל מרות פונעם רבי'ן (און קיינער האט נישט קיין טענות אויף זיי) איבער 150 מענטשן האבן אונטערגעשריבן אז זיי ווילן נישט מען זאל איינעם ארויפצווינגען "קיינעם" אויף מאנטריאל נאר אלעס זאל בלייבן ביים אלטן. אפילו די וואס האלטן פונעם רבי'ן האבן אויך אונטערגעשריבן אז מען זאל קיינעם נישט ארויפצווינגען אויף מאנטריאל
די פאקט איז אז עטליכע מחרחרי ריב ספארט שפילערס וואס ציטערן נישט פאר עבירות האבן אריינגעצווינגען א קהלה פון 230 אידן אין א מלחמה וואס זיי האבן קיינמאל נישט געוואלט וואס זיי האבן שווער געארבעט אוועקצושטיין
יא פאר זיי איז ליידער א גוטער ספארט און זיי האבן פאן אבער געוואלד הונדערטער אידן בלוטיגן עס האט שוין אפגעקאסט הונדערטער שעות ביטול תורה עס האט שוין אפגעקאסט טויזנטער דאלערס לויערס און מען האלט נאך אנהייב די גאנצע ביהמ"ד פלאקערט מיט מחלוקת
פארוואס פארוואס פארווואס
דער רב האט געזאגט פאריגע וואך ביי די דרשה ער וויל מען זאל צוריקגעבן אלעס אזוי ווי ס'איז געווען קודם ער וועט נאכדעם זיכער מאכן יעדן צופרידן צו שטעלן
דער רבי האט צוגעזאגט אז אלעס גייט צוריק אן קיין שום תנאים
דערווייל צעגערט מען נאך א טאג און מען שפילט געימס
זייט נישט עובר אויף לא תחמוד ולא תגזול גיט צוריק די גניבה
תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 0:59:12
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 01:24 |
|
| |
אויב מ'וועט מאכן וואלען, וועלן די בנינים צוריקגיין.
יבוא ספארט שפילער, וילחמו עם ספארט שפילער.
דער מושחת מרדכי קאהן וועט נישט ראבירן מאנטרעאלער מוסדות. און אויב יא וועלן קומען אנדערע יונגעלייט און אים לערנען דרך ארץ
אויב עס שמעקט נישט פאר איינעם, זאל מען דורכפירן וואלען ווי עס לויטעט די שטאטוטען
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 01:25 |
|
| |
מאנטריאל, קאנאדע,
דו מיינסט נישט דעם כבוד פון סאטמאר. רעד קיינעם נישט איין.
זאג פאר מרדכי קאהן ער זאל צוריקגעבן בית אסתר, פאר דו קומסט אונז פארדרייען א קאפ מיט גניבות.
תוקן על ידי - כל_העולם - 22/05/2006 2:40:00
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 01:33 |
|
| |
דאס האב איך געשריבן אין אן אנדערען אשכול, אבער מאנטריאל (קאנאדא) האט נישט געענטפערט. איך פרעג עס יעצט איבער דא.
איך וויך דא פרעגן דעם ניק מאנטריאל 4 קשיות. זיי מוחל און ענטפער מיר א תירוץ.
1) דארפן די ארונים שטיין און ווארטן ביז מרדכי קאהן וועט פארכאפן אלע בידלנגס ווי ער האט געטאן מיט בית אסתר? 2) האט מען געמאכט וואלען 2 יאר צוריק. אויב יא. פארוואס האט מען נישט פארעפנטליכט די רעזולטאטן? 3) אויב טאר מען נישט גיין קעגן א רב. פארוואס אין מאנטשעסטער מעג מען. פארוואס אין קרית יואל מעג מען יא. 4) וואס וועט יעצט געשען אויב די בילידנגס זענען אויף יצחק ראזענבערג'ס נאמען? ווער ער עס מאכן פאר א וועירהאוז? יא אדער ניין?
מאנטריאל. הער אויף מיט דיינע קינדישע שטיק. די ארונים האבן געטאן צו דער זאך. געראטעוועט נכסי הקהילה לדורות הבאים. און געארבעט העראאיש. טאקע ווילד. אבער הלכה למעשה. (הלכה ואין מורין כן).
אויב שמעקט עס נישט פאר דעם מאנטריאלער רב שליט"א. זאל ער גיין זיך לעקן צו דעם מאפיא רז"ל, וואס האט אים נישט אריינגעלאזט צו זיין שווער פאר די לעצטע 7 יאר.
לסיום הדברים
סאטמאר וועט זיך פירן לויט די שטאטוטען נישט דער רבי זצ"ל בעל בירך משה האט געקענט טאן אנדערש ווי שטאטטוען (ווארפען דעם ראש הקהל)
נישט דער רבי שליט"א האט דעם כח צו הייסן צוריקצוגעבן בנינים.
נאר די שטאטוטען וועלן פירן די קהילה. נישט קיין טעראר פון מאנטריאלער רב, מאנטריאלער דיין, נישט קיין דרוק פונעם גבאי נישט קיין דרוק פונעם רבי אליין.
נאר וואלען וועלן מכריע זיין
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 02:23 |
|
| |
קאנאדא
דו ביזט עטליכע מאל
נומער איינס, אז די ביזט גרייט מיט דיין גוט הארץ אונז צו געבן 76 אונטערשריפט פאר כ"ק רבינו
שליט"א, אנשטאט די אמת'ע נומבער פון 17.5
די זעלבע מיט צעטל צו זיין נייטראל, [וואס ווי פארשטענדליך וועסטו נישט ארויף לייגן די לשון,
ווייל דיין פרצוף פנים וועט קלאר ווערן] שרייבסטו דעם קליינעם ציפער פון 150 ווען עס איז
געווען 365 חתימות
אין די קהלה ווידער כידוע איז דא מינימום 600 מעמבערס
און אזוי ווייטער
דו גרעסטע טיפשות וואס דו האסט איז די פאקט, אז איר כאפט נישט אז פונקט ווי סאטמאר האט נישט
קיין נאנטשע שייכות מיט פאפא, קיין נאנטע שייכות צו סקווירא, די זעלבע סאטמאר האט נישט קיין
נאנטע שייכות מיט ר' זאלישל מענשטן
די באן איז שוין אפגעפארן
און דאס איז אמאל קלאר, אז פונקט ווי איך בין באאויפטראגט צו רעדן אין נאמען פון אמעריקא און
פון סאטמאר [דורך פרעזידענט בוש... און דער רבי שליט"א] ווייל איך וואוין אין אמעריקא, און
איך בין א סאטמארע חסיד, די זעלבע איז אויך קלאר, אז די ביז דער ווארטזאגער פאר קאנדא און
מאנטריאל, ווייל דו וואוינסט דארט
עס איז צום שטוינען ווי ווייט מען קען אנקומען מיט חכמה
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 02:37 |
|
| |
אזהרה,
די דעבאטעס אויף דעם פארום זענען ארויס פון קאנטראל. עס איז געווארן זייער פערסאנעל.
יעדע פערזענליכע אטאקע און גלוי שם פון איין שרייבער אויפ'ן אנדערן וועט אפגעמעקט ווערן, און דער וואס האט עס געטאן וועט מער נישט קענען שרייבן אויף דעם אשכול.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 02:43 |
|
| |
אנטשולדיגט פאר'ן פארדרייען די שמועס.
אבער אזוי ווי מען רעדט פון ספארטס, וואס האלט דער עולם? וועלכע סאקער טיעם וועט געווינען די ווארלד קאפ?
כ'וועל ענק זאגן דעם אמת. מיך אינטערסירט עס נישט, אבער פאר מרדכי קאהן גייט עס בנפשו.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 03:04 |
|
| |
sorry for writing in english
1) mordche kohn has always been a against reb duvid, and for tirnauer
2) it had to be done
3) average montreal ppl dont like te idea of ny ppl takin over
4)nothing should be conceded
5) a lil window dressing is needed to fix the general outlook
6)montreal has always been riddled by macloikes, going back the last 60 years
7) its a storm in a teacup that shouldve and couldve been dealt with behind closed doors given that most of the old board is our ppl anyway
|
|
|
|
|