| נשלח ב-22/5/2006 03:51 |
|
| |
די זאליס האבן יעצט א מיטונג אין מתיבתה ביה"מ.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 03:51 |
|
| |
דא איז דער בריוו.

|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 04:00 |
|
| |
אזויווי מיר האבן דא צו טון מיט פראפעסיאנאלע ליגנער, שפיר איך פאר וויכטיג איבערצושרייבן די פונקטליכע ווערטער פון די ראשי הקהילה, וירא הקהל וישפוט !
א. בראש וראשון עלינו לחזור, כי אין כוונת השינוי בבעלות המוסדות לשנות כלום בהנהגת הקהילה חלילה, כל ענין הנהגת הקהילה מסורה הוא בידכם, וכטוב בעיניכם תעשו לרחק או לקרב, והנהלת הקהילה המרכזית אינה תובעת כלום, ובודאי לא להתערב בשום ענין בהנהגת הקהילה, וכל מה שעשינו היה רק בתור אחראים, שכמובן היה לנו להבטיח "טובת הציבור" אפילו על צד ספק, שלא יפול בידי לא יוכלו קום.
ב. היות שהנהלת הקהילה המרכזית טרודים מאוד עם יתר הפרטים שנתעוררו לאחרונה אחר השבר אשר הושברנו בפטירת מרן רבינו זי"ע הכ"מ, ע"כ נתמנה ידידינו הרה"ח מוה"ר חיים אליעזר גראס הי"ו גבאי קהלתינו הק', שיעמוד בקשר אישית עם ראשי קהילתכם וב"כ כבוד הגה"צ המפורסם הרב אב"ד דקהלתכם שליט"א, כדי שנבוא לעמק השוה איך לסדר כל הפרטים על צד השלום ודרכי נועם, והוא יתקשר עמכם לדון יחד על העתיד.
ג. מצדינו נעשה כל מאמץ שישכון בינינו אהבה אחוה שלום וריעות כמאז ומקדם, ואנו מחכים שמיד אחר חג השבועות יסודר הכל על צד היותר טוב.
ד. ביני לביני, אם יש בדעת שום אחד לעורר על הנ"ל, וירט הדרך לנגדו לעשות איזה מעשה בשינוי בעלות הבנינים הנ"ל, הננו מוכנים להתייצב לדין תורה כדת וכדין אצל זבל"א וזבל"א, ויקוב הדין את ההר.
דוכט זיך אז עס איז איבריג צוצולייגן א ווארט צו די פערל ווערטער !
תוקן על ידי - בא_ללמד - 22/05/2006 4:51:37
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 05:20 |
|
| |
איך הער יעצט פון מאנטריאל אפשר איז באלאנגט דאס און אן עקסטערע אשכול? אז מאנטריאל רב שליט"א האט שבת צפרי געזאגט ביי זיין שבת טיש פאר זיין משפחה אז ער ווייסט די צוואה פון רבין זי"ע הכ"מ אזוי ווי מאנטשעסטער רב שליט"א האט געזאגט אז רבינו שליט"א (ר'אהרן) איז רבי און ער האט געזאגט פאר זיין משפחה אז ביי זיי און דערהיים וועט מען עם ריפען רבי
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 09:11 |
|
| |
פאר מיין קלאגע קאנאדא, צווישען אזויפל ניו יארקער כאטש איין היימעשיר.
צו ענטפרן אזופיל תגובת מיט ליגענט אי אפשר, איין ליגענט נאכ'ן צווייטן, און אלעס אראפ געלייגט אלס פאקטן, די גונבי מאנטריאל צו פארענטפערן זייער אומדערהערטער עוולה, וואס עס שרייעט עד לב השמים, האבען אקטיוועזירט זייער פראפעגאנדע מאשין אהער געברענגט זייער בעסטע און געלערענט'סטע ליגנער'ס, צו מסביר זיין זייער מכלומר'שטען יושר, אבער איך וועל גיין מיין וועג עס יוזשעל, און ניכרים דברי אמת.
היינט איז געווען אסיפה פון יונגעלייט וואס ווילן נישט מחלוקות, און אלע ראשי קהלה זענען אנגעקומען אומגערישט, ר' שלמה יעקב שפיטצער האט גערעדט בשם אלע ראשי קהלה, ר' שלמה יעקב האט קלאר געזאגט אז ער האט געטרייעט אלע וועגן צו פארהאנדלען און ער איז געווען גרייט אויף אלעמען וואס זיי האבן געוואלט אבי מען זאל צוריקגעבן די גזילה און צוריקשטעלן דאס נארמאל לעבן אין די קהלה , אבער זיי האבן געמאכט ליצנות איינמאל און נאכאמאל אין זיי האבן נישט געוואלט פארהאנדעלן, זיי ווילן איין זאך מחלוקות און חרוב מאכן די קהלה!
דאס זענען זייער קלארע ווערטער, זאל די גאנצע וועלט וויסען מיט וועמען מען האט צו טוהן,
די ערשטע וואך האבען זיי געשריגען אין איינגערעדט יעדען איינעם אז מען מיינט גארנישט מען וויל פשוט האלב אין האלב. שפעטער האבן זיי אנגעהויבן פארפירן מען דארף בית אסתר, זיי ווילן וואלן.
יעצט מיט זייער בריוו שווימט ארויס זייער פינסטערער פלאן
אז כאטש דער רבי וויל נישט עובר זיין אויף לא תגזל! פירט אים דער חצוף יצחק ראזנבערג אריין אין א בלאטע מיט זיינע אלטע ליגענטס אין טאקטין
*******
איך זע אז די ארונים זענען געווארן ווילד אז מען האט אנגערירט זייער גאלדענע קרוין אז זיי זענען נישט "רוב" מען האט געטאטשט זייער א סענסטיווע נערוו די ארונים זענען טאקע "מער" ווי די זאליס, ווען די זאליס וואלטן גענומען חתימות מקבל מרת פאר ר' זלמן לייב וואלטען זיי נישט געהאט דעם גרויסען נומבער "76" אבער דער עולם וואס וויל שלום אין די קהלה - אז יעדער זאל זיך האלטן צוזאמען - איז אויסדרוקליך "רוב".
תוקן על ידי - מאנטריאל - 22/05/2006 9:59:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 12:34 |
|
| |
איז דען די שאלה וויפעל פערצענט וויל שלום, די שאלה איז וויאזוי עס וועט ווערען שלום
אין רוב האלטען אז ווען מרדכי קאהן וועט ווייזען א וועג אין צירוק געבען די גנבה אין פארזיכערען עס פין נאכאמאל געשעהן וועט מען אויך דאס צירוק שטעלען אזוי ווי עס איז געווען
אין במחילת כבוד הרב שליט"א ער איז נאעיוו אין טראסט יעדען וואס רעדט פין שלום
אין צי מאנטריאל וויל איך פרעגען איין קשיא
ווי ברויך בית אסתר בלייבען ביי מרדכי קאהן וואס האט דאס איבערגעשריבען בגנבה פאר זיך , אדער צירוק גיין אזוי ווי עס איז געווען אינטער קהלס נאמען
תוקן על ידי - 13Hooper - 22/05/2006 12:42:23
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 20:34 |
|
| |
קאנאדא
די ווארפסט צוזאם טאב מונקאטש באבוב מתיבתא................. איינער פלאנט צו ווארפן איינעם דא?
ברוך אברהם וועט ווייטער בלייבן זיצן לעבן הייליגן דייןת נאר בעה"ב וועלן זיי זיין
אייניגע..........
ס'שמעקט נישט אז ס'טוט זיך און אזא קהילה'לע......
אבער ס'העט זיכער נישט געשמעקט פאר מיר ווען זיי טוען עס פאר אונז
און עס איז מיר נישט קיין פראגע אז זיי וואלטן ווען .....און נאכמער "זיי" ווילן נאך יעצט
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 20:41 |
|
| |
| *-- _mName *
 |
kleinekup!! Too many dots; if the Gonvei Montreal plan to live together and not to throwout or force anyone to anything, please give it back to Montreal residents, that's the Goal of Tzad Shekeneged Gonvei Montreal
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 20:46 |
|
| |
גונבי שמונבי
פריבירסט צו מאכן ניקנעימס?
הצלחה מריבה
ע"ש מי מריבה
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 21:14 |
|
| |
מיטן איבערזאגן א שקר 100 מאל ווערט עס נאכנישט אמת! בית אסתר האט די הנהלת הקהלה אפעציעל איבערגעשריבן פאר די בית אסתר קארפארעישאן וואס באשטייט פון די מענטשן וואס פירן דעם מוסד בית אסתר.
שוין צוויי יאר וואס מען האט עס איבערגעשריבן און קיינער האט דערויף נישט געהאט קיין טענות. און לאמיר נישט פארגעסן אז דער פרעזידענט, ווייס פרעזידענט און טרעזושער פון די קהלה זענען אנהענגער פון רבי'ן. און זיי האבן דאס איבערגעשריבן. זיי האבן דאס איבערגעשריבן ווייל זיי האבן געהאט א פראבלעם מיט קהל'ס טשארטער. און קהל האט נישט געוואלט לאזן נעמען מארטגעדזש ווילאנג ס'איז אויף זייער נאמען. ר' מרדכי קאהן איז אפילו נישט געווען אין די באורד, ער איז שפעטער אריין ווען ר' ברוך אברהם פערלמוטער האט געבעטן מען זאל אראפנעמען זיין נאמען.
די לעצטע פופציג יאר ווערט בית אסתר געפירט און אויסגעהאלטן דורך משפחת קליינבערגער און משפחת קאהן.און זיי פירן דאס ווייטער.
די קהלה איז געווארן אוועקגע'גנב'ט דורך 5 גנבים וואס האבן אין זייער לעבן נישט בייגעשטייערט צו די אפילו חסידי קרית יואל. אריינגערעכנט די ראשי הקהל. קהלה גארנישט! די איינציגסטע זאך אז קהל האט געדארפט ספענדן געלט זיי צו האלטן ביי אידישקייט! און זיי האבן עס פארקויפט פאר מענטשן אינדרויסן פון מאנטריאל וואס האבן אויך אין זייער לעבן נישט נושא בעול געווען כי הוא זה פאר מאנטריאל.
דער ציל פון גנב'ען די נכסי הקהלה, איז געווען קעגן די אינטערעסן פון רב שליט"א פון די גאנצע קהלה, כדי צו פארענטפערן די שרעקליכע עוולה קעגן תושבי מאנטריאל, פרובירט מען אפירצוזוכן אז מען האט איבערגעשריבן בית אסתר און שרייען טויזנט מאל די זעלבע ווארט, אפשר וועלן עס אפאר מענטשן גלייבן.
מיר ווענדן זיך צו די גנבים זייט נישט עובר אויף לא תחמוד און לא תגזול גיט צוריק די גניבה, צווינגט נישט ארויף אויף אונז ענקערע מחלוקת.
תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 21:46:56
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 21:31 |
|
| |
קאנאדא, הער אויף מיט דיין "גונבי מאנטריאל" ווייל רבינו זי"ע הכ"מ האט שוין געפסק'עט ביי די פרשה פון די אזויגערופענע גזילת ההויז אין קרית יואל, האט דער רבי געזאגט אז "קרקע אינה נגזלת" מען קען נישט גנב'ענען הייזער, (זעלבסט פארשטענדלעך נאר אויב מען איז גארנישט משנה, אויב איז מען יא משנה, אזוי ווי די גונבי המוסדות אין וויליאמסבורג האבן געטוהן, דאן איז דאס יא א גניבה, בשינוי מעשה) , קענסט זיי אנרופן "שומרי משמרת הקודש", אבער נטורי קרתא...
קאנאדא, א קליינע פראגע, האט רבי דוד שליט"א ביי זיין פראטעסט דרשה, ווען ער האט אזוי שארף פאלאנגט דאס באלדיגע צוריק איבער שרייבן די נכסים כמקדמת דנא, זיך עפעס באצויגן אויף "בית אסתר", אבער האט ער באשלאסן צו אקצעפטירן מרדכי'ס גניבה, און נאר צו פארדאמען די יעצטיגע אקציעס, ווייל אויב איז דאס אזוי, איז דער פשט אז איבער שרייבן די נכסים אויף פריוואטע נעמען איז לויט ענקער רב שליט"א נישט קיין עוולה, ווי לאנג דער איבערשרייבער איז זיין א ידיד, זיין א אנהענגער, נאר אויב זענען די איבער שרייבער זענען די עכטע ראשי הקהלה מטעם רבינו הק' זי"ע ולהבחל"ח כ"ק אדמו"ר שליט"א, נאר דאן איז דאס א עון בל יכופר, און דאס גרענעצט זיך מיט היפאקראטיע, און דאס איז די סיבה פארוואס מיר באציען זיך נישט ערענסט צו אייער וויי געשריי,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 21:39 |
|
| |
לכבוד קאנאדא מיט די אנדערע בת היענה וואס שטעקן זיך אריין די קאפ אין דער ערד.
אפאר קשיות!
1) די אהרונים זענען רוב פון די קהלה ווי אזוי מעגן זיי צולאזן אז אין די קהלה פירעס זאלן זיין נאר 2 אהרונים און 4 זאליס?
2) רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע שרייבסט אין א בריוו ווען מען האט גערינדערט די קהלה אין מאנטריאל אז מען מוז זיך פירען לויט די שטאטוטען, אז מען וועט דאס טאן וועט זיין שלום ושלוה, האט מען געטאן אזוי?
3) עס איז געווען וואלן היי יאר אין מאנטריאל בהסכמות "ביידע" צדידים, די אהרונים האבן געווינען מיט 80 פארצענט וואס האט מען געטאן מען האט בטל געמאכט די תוצאות וואלן און געלאזט אלעס ביים אלטן, ברויכן די אהרונים דאס צוקוקן און שווייגן?
4) ווען נישט קהל יטב לב דסאטמאר אהרונים טוען ראטעווען די קהלה הק' אין מאנטריאל און איבערשרייבען די בנינים וואלט דער אשכול דא געווען גענוי אזוי: "גנב רויבער משה גבאי מיט אזלי גאנבענען אוועק אלע בנינים פון סאטמאר אין מאנטריאל", מיר וואלטן דא אלע געשריגן גנבים שקצים אוי עס טוט וויי, מען וואלט זיך די קאפ געבראכן ב"ה יעצט איז עס פארקערט, מיר האבן די בנינים און זיי וויינען און שרייען מיט קולי קולות.
5) מען האט נישט צוגעלאזט אין מאנטריאל קיין שום אהרוני די לעצטע 7 יאר צו קיין שום פאסטן ברוחניות ובגשמיות, ר' משה מנחם האט ארויסגעשטופט פון ישיבה יעדע אהרוני מגיד שיעור, און בחורים אהרונים נעמט ער נישט אן אין די ישיבה, ברויכן די אהרונים שטיין אין שווייגן?
6) ווער האט געגבען די רעכט פאר מרדכי קאהן איבער צו שרייבן די בית אסתר דסאטמאר?, און וואס האבן די געוועזנע ראשי קהלה געטאן עס צוריק דרייען?
8) די אהרונים האבן קלאר געזאגט מיר זענען מסכים אז מען זאל מאכן וואלן יעצט און זיי וועלן נאכדעם איבער שרייבן צוריק אלע בנינים אויף די נייע בארד וואס געווינט, און דאס איז אויך בתנאי אז מרדכי קאהן וועט דאס זעלבע טאן מיט די בית אסתר.
די זאליס זאגן ניין לאמיר יעצט צוטיילן די זאך 3 אהרונים און 3 זאליס אויף זיי זאל מען אלעס איבערשרייבן.
יעצט ווי איז די אחרי רבים להטות פארוואס אז די אהרונים האבן רוב טארן זייי נישט האבן צו 5 אהרונים און 1 זאלי, ווי איז דער אחרי רבים להטות, און די שטאטאטען וואס רביה"ק זי"ע האט געמאכט שטייט ווי אזוי די וואלן דארף גיין, רוב איז רוב.
ווער איז גערעכט ענטפער די אליין!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 21:57 |
|
| |
איך האב גרעסער געמאכט די "בית אסתר" מהלך באותה שעה פאר די וואס ווילן עס דערהערן, ווען, ווי און פארוואס בית אסתר האט געמוזט ווערן איבערגעשריבן, פליז גיי ארויף און ליין עס איבער אויב די ווילסט זיין אינפארמירט און קענען רעדן ווי איינער וואס איז פארשטייט דעם צשכג"מ (צד שכנגד גונבי מאנטריאל).
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 22:31 |
|
| |
שור שנגח:
קשיא 1: די אהרונים זענען רוב. ענטפער: שקר. די אהרונים זענען 37% פון די קהלה. די זאליס זענען 37% פון די קהלה.
26% פון די קהלה זענען אומפארטייאיש. 58% קהלה האט אונטערגעשריבן א צעטל אז זיי וילן די קהלה זאל בלייבן פאראייניגט אונטערן רב און דיין, פונקט ווי ביז יעצט אומגעענדערט דעם סטאטוס. 2) ענטפער: מען האט זיך געפירט לויט די שטאטוטן! דו האסט נאך קיינמאל נישט געזען די מאנטריאלע שטאטוטן. אונז יא.
3) עס איז "היי יאר" נישט געווען קיין וואלן פאר צוויי יאר צוריק איז פארגעקומען "פריימעריס" ביי וועלכן מען האט אויסגעקליבן 21 מענטשן וואס זאלן לויפן אין די וואלן. דער ציל פון די וואלן איז געווען ווייל מענטשן האבן געהאט טענות אז קהל בויעט נישט דעם נייעם חלק פון ביהמ"ד און די מקוה וכדומה, האט מען געוואלט צושטעלן נייע כוחות לטובת די קהלה אין "מאנטריאל", אזוי ווי עטליכע היץ קעפ (ובעיקר דער הויפט פון די פינף גנבים וועלכע האבן פארקויפט אונזערע בנינים) האט דעמאלט גערודעט אין ביהמ"ד אז מען זאל מאכן די וואויטס א רעפערנדום אויף וויליאמסבורג קרית יואל פאליטיק, האט דער רב געהאלטן אז עס לוינט זיך נישט די מחלוקה, און גע'פועל'ט ביי די אנשי הקהלה זיי זאלן מסכים זיין צו בלייבן. אלע חברי הנהלת הקהלה און אלע חברים אויף די ספעציעלע "וואל קאמיטע" (אסאך אהרונים) האבן מסכים געווען אפצושטעלן די וואלן. עס איז טעכניש נישט מעגליך געווען אז די אהרונים זאלן געווינען יענע וואלן, ווייל מען האט געוואויט פאר 21 מענטשן וואס האט פארזיכערט אז אלע קאנדידאטן האבן געהאט א טשענס צו געווינען די פריימעריס.
4) ווען די גונבי מאנטריאל וואלטן נישט פארכאפט די בנינים וואלט קיינער דאס נישט געטשעפעט, פארקערט יעדער האט אייביג געוואוסט אז בעלי בתים אין קהל וואס פירן פאקטיש די קהלה זענען אהרונים, ובראשם הרה"ח ר' שלמה יעקב שפיצער שליט"א וואס איז שוין קרוב צו דרייסיג יאר אין די קהלה. עס זענען געווען יונגעלייט וואס האבן געהאט טענות פארוואס ער איז דער אויסשליסליכער בעל הבית, אבער וויבאלד ער האט פאקטיש געטראגן דעם שווערן עול פון דעקן דעם בודזשעט פון אונזער (ארימע) קהלה האט יעדער געהאט פאר אים דרך ארץ, אפילו די זאליס. חוץ מזה גלייב איך נישט אז די זאליס וואלטן געטאן אזא נארישע אומלעגאלע זאך וואס מען קען אין קאורט גאר שנעל צוריקדרייען.
5) שקר וכזב! מען האט אויפגענומען נייע איינגעשטעלטע סיי אין די קהלה סיי אין תלמוד תורה און סיי אין בית אסתר, פון אלע סארט מענטשן, אהרוני זאלי פאליטיק האט בכלל נישט געשפילט קיין פאקטאר אין ערגעץ, איך גיי נישט שרייבן קיין נעמען פון יחידים. אבער ס'איז דא הייסע אהרונים וואס האבן קוים געענדיגט שנה ראשונה און זענען שוין היבש אקטיוו אין די קהלה.
6) איך האב דאס שוין איינמאל געענטפערט, בית אסתר איז אויפן נאמען פון משפחת קליינבערגער און משפחת קאהן. ר' מרדכי קאהן פערזענליך איז לעצטנס אריינגעקומען אין באורד נאכדעם וואס ר' ברוך אברהם פערלמוטטער האט רעזיגנירט.
8) די אהרונים האבן "קלאר" יעדן טאג געטוישט וואס זיי זאגן. און אפילו נאכדעם וואס דער רבי האט קלארגעשטעלט זיין מיינונג, שפילן זיי ווייטער ארום און מאכן ליצנות פון זיינע ווערטער, און ווייזן פאר די גאנצע וועלט אז כאשט ער איז א שטארקער "מנהיג" זענען זיינע הוראות כחספא בעלמא, אז זיינע אייגענע מענטשן אין ניו יארק פאלגן אים נישט, וויאזוי קען מען פארלאנגען עס זאל זיין "וישמעו רחוקים ויבואו", פארוואס זאלן מאנטריאלע אידן האבן טראסט אין זיינע הוראות אז ער איז נישט בעל הבית אויף זיינע אייגענע ראשי קהלה.
עס איז די גרעסטע ליצנות צו זאגן "די אהרונים האבן קלאר געזאגט", ווייל נישט די "אהרונים" נאר דער רבי אליין האט אויך "קלאר געזאגט" און זיינע ווערטער זענען גארנישט ווערד, ס'איז כחספא בעלמא, יעצט לאמיר זאגן אז ס'איז דא וואלן אין די "מאנטריאלע אידן" געווינען, די וואס ווילן נישט מחלוקת, און ווילן מען זאל נישט צוטיילן די קהלה, האסטו א ספק אז יצחק ראזנבערג וועט זיך אנפייפן? מה דאך ווען דער הייליגער רבי געט ארויס א קלארן באפעל וואס צו טאן פייפט מען אים אן, וועט מען פאלגן אפאר נארישע תמימות'דיגע מאנטריאלע אידן, גרויסע שוטים וואס פארשטייען נישט אליין וואס זייער טובה איז, פלעין ווייל זיי זענען רוב?
פון וועמען מאכסטו ליצנות?
תוקן על ידי - קאנאדא - 22/05/2006 22:56:05
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/5/2006 22:44 |
|
| |
מיין תגובה, אויף וואס קאנאדא באציעט זיך, איז ארויסגעפאלן {אפשר קען מיר איינער מסביר ווי אזוי!!!}
כ'האב געבעטן דעם עולם אז ווילאנג קאנדא, וועט נישט ענטפערן וואס מען פרעגט אים זאל מען זיך מער נישט באציען צי אים!!!
שור שנגח, האט דא אראפגעלייגט א גיטע תגובה מיט 8 אכט גיטע קשוית אין קאנדא האט גע'ענפערט.... בית אסתר........
ער באציעט זיך נישט צי דאס וואס מען שרייבט צי אים, נאר ער הייבט אן יעדעס מאל אן פין דאס ניי כ'האב דאס שוין עטליכע מאל באמערקט, טאמער ווענט מען אים גיט אפ,ענפערט ער נישט, נאר ער קימט צוריק ווי א תם, מיט זיין סלאגאן גונבי מאנטריאל
תוקן על ידי - moshe06 - 22/05/2006 22:48:13
|
|
|
|
|