|
|
| נשלח ב-22/5/2006 22:52 |
|
| |
קרישקעלעך פון די נעכטיגע "קאנסעשען" אסיפה אין מאנטריאל אין בית מדרש מתיבתא
עס זענען געווען קנאפע 50 סיגעטע מרי נפש
און עס האבן אויפגעטרעטן:
1) עמיצער "וואלטער" (דוכט זיך אז ער איז א גראסערי מאן)
2) יושע לערנער, חתן פונעם דיין הרב טירנויער
3) אברהם מייזעלס
אלע ווי איינער האבן געוויינט און געקלאגט מיט אומבאשרייבליכע יאוש, איבער דעם גרויסן בראך, און דער "וואלטער" האט געקלאגט אז דער דיין איז פארלוירן, דער רב איז פארלוירן, און דער מצב איז האפענונגסלאז.
דערנאך האט גערעדט יושע לערנער, און געוויינט אויפן מצב און אפעלירט פאר מסירת נפש, און געשריגן אז: מיר גייען נישט אוועק פון שול, מיר וועלן קעמפן מיט ציין און נעגל,
מיר בלייבן דא, דא בלייבן מיר,
און חיים הערש לעווי דער פאנד רעיזער האט אריינגעשריגן , ש... ש.. שא..
נישט, דא (אין מתיבתא בית מדרש) בלייבן מיר. נאר אין שול וועלן מיר קעמפן. 
און אלע אנוועזענדע האבן זיך פארשאסן אין א דערביטערטער גילעכטער...
דערנאך האט געליארעמט אברהם מייזעלס, וזה מתק לשונו
נישט נאר דעם בית המדרש האבן זיי באראבעוועט, נישט נאר די תלמוד תורה האבן זיי באראבעוועט, נאר אונזערע הייזער האבן זיי באראבעוועט, רבותי מיר וועלן מוזן זיך אוועקציען פון דא, מיר וועלן אלע מוזן איבערלאזן די שטאט, עס איז א גזירת גירוש .
*****
אלזא טייערע ברודער
אקוראט אזוי וואלט געווען דער מצב, אויב מיר וואלטן דערלאזט אז די כת מוסרים ומסרבים לדין, וואלטן מצליח געווען אונז צו באראבעווען אין מאנטרעאל.
און נאר אדאנק די מסירות נפש, און העראאיזם פון די ראשי קהלתינו הקדושה, האט מען מקדים געווען פני הרעה.
מיר רופן אויס בפני כל הקהל הקודש
ה' עמכם גבורי החיל
תוקן על ידי - געשמאק - 22/05/2006 22:56:59
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:01 |
|
| |
קאנאדא איך וועל דיך באלד ענפערן אויף דיינע שקרים
נאר יעצט אפאר פונקטן
1 דיין חזיר פיסל אז די ביסט א נערישער זאלי און איינער פון די מחריבי סאטמאר זעהט מען פון דאס וואס די שרייבסט
קשיא 1: די אהרונים זענען רוב. ענטפער: שקר. די אהרונים זענען 37% פון די קהלה. די זאליס זענען 37% פון די קהלה.
עס איז דא פונקט 37 קעגן 37....
און
9'טע קשיא איז אז די האסט איין ספק אדער אפילו א ספק ספיקא שבעולם אז ווען משה גבאי ווייסט ווען ווי גרינג עס איז געווען צו טוישען די דיעט פון די קהלה וואלט ער עס נישט געטאן?
10 קשיא אז משה גבאי וואלט עס יא געטאן, וואס איז דיר ענדשער אזוי ווי יעצט אז די אהרונים האבן עס, אדער משה גבאי מיט זאלי?
ווען די קשיות וועסטו מיר ענטפערן וועל איך דיר ענטפערן די אנדערע זאכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:40 |
|
| |
צום 100'סטע תגובה וויל איך פרעגן, אפשר וויסט איינער פארוואס פון הרב טירנוער זעלבסט הערט מען נישט קיין סטעיטמענט'ס, קללות, דרשות, שיטות וכו'...?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:48 |
|
| |
1} שטיינמאן ליגט אים נאך אין גארגעל
2} למעשה מיינט ער זיך. אין ווי ער שטייט ווייסט מען דאך, דאס אז זיי ווילן כולו שלי ווייסט
מען אויך
נאר יעצט למען "שלום" ווייזט ער אז מקען צאמלעבן בענעזאם.(ווי אויך וויל ער שטארק אז די
"דיין" אידן זאלן זיך אויפוועקן) און מפריש חלה זיין
דוק ותשכח
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:02 |
|
| |
איבער וואס איז די גאנצע געשלעג אין מאנטריאל
די ת"ת געהערט פאר מאור הגולה, פרעגט אייך נאָך ביי די עלטערע יודן אין שטאט ווי אזוי די סאטמארע הבען עס באקימען מיט די באקאנטע הלכה פון כל דאלים גבר.
און ווידער דעם בנין הבית המדרש געדענקן מיר נאך ווי און איר ערשטער יאר אין יאַרע 1987 האט די Montreal gazette איר באצייכענט אלץ the most awful building of the year.
אלזא שלאגט אייך קינדעלעך
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:15 |
|
| |
שור שנגח קודם טענק יו פאר די קאמפלימענטס. 1) חזיר פיסל. 2) נערישער זאלי. 3) מחריבי סאטמאר. אז דו מוזסט נוצן די סארט שפראך איז דאס א גוטער סימן אויף דיין גאנצן מהות.
1) די ליסטע בין איך איבערגעגאנגען עטליכע מאל צוזאמען מיט נאך חברים וואס קענען יעדן פערזענליך אין מאנטריאל, און איך האלט מיך צו די פאקטן וואס איך האב געשריבן.
2) דו טענה'ס דאך אז מען האט איבערגעשריבן בית אסתר פאר פאליטיק, האט מען דאך געוואוסט ווי גרינג עס איז פארוואס האט מען טאקע נישט איבערגעשריבן די קהלה? ווייל קיין שום נארמאלער מענטש אין מאנטריאל וואס זוכט דעם תכלית פון די קהלה, און דעם תכלית פון זיינע קינדער וואלט אזא זאך קיינמאל נישט געטאן, צו דעם האט מען געדארפט האבן די פינף גנבים וועלכע זענען א גרופע ליידיגייערס, וואס עס באדערט זיי נישט קיים שום ערנסטע זאך, נאר זיי האבן דאס געקענט טאן.
3) משה גבאי קענסטו אנרופן שייגעץ טעראריסט, וויאזוי דו ווילסט, אבער א שוטה איז ער נישט!!! און ער ווייסט גאנץ גוט אז אויב וואלט ער געטאן אזא שייגעץ שטיק וואלט ער נאר פארלוירן און וואלט אנגעמאכט בזיונות פאר זיך און פאר זיין גאנצע געמיינדע. איך ווייס נישט צו ער וואלט זיך געזוכט צו שלאגן מיט אונזער רב, אבער אפילו ווען יא וואלט ער נישט געטראפן אין מאנטריאל קיינעם וואס זאל מיטארבעטן מיט אזא מעשה נבלה.
און צום שלוס מר. שור שנגח. דערשרעק מיר נישט, און שטעל מיר נישט קיין תנאים ווען דו ענטפערסט יא און ווען נישט, ביזט בכלל נישט מחויב צו ענטפערן, און אז דו האסט נישט וואס צו ענטפערן, ענטפער נישט. אדער קענסטו נוצן דעם תירוץ כללי "נארישער זאלי"....
דארפסט פארשטיין אז איך שרייב הונדערט פראצענט אויף מיינע אייגענע טערמינען און איך וועל ווייטער אויך נאר ענטפערן לויט מיין געשמאק און גיסטע...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:50 |
|
| |
די רעדסט אהער און אהין
אבער האסט נישט גענטפערט אויף קיין איינע פון די צוויי קשיות
9'טע קשיא איז אז די האסט איין ספק אדער אפילו א ספק ספיקא שבעולם אז ווען משה גבאי ווייסט ווען ווי גרינג עס איז געווען צו טוישען די דיעט פון די קהלה וואלט ער עס נישט געטאן?
10 קשיא אז משה גבאי וואלט עס יא געטאן, וואס איז דיר ענדעשער אזוי ווי יעצט אז די אהרונים האבן עס, אדער משה גבאי מיט זאלי?
ענטפער וואס מען פרעגט דיר יא אדער ניין
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 03:34 |
|
| |
איז דא עפעס נייעס?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 04:03 |
|
| |
שור,
איך האב הנאה אז די ערשטע 8 קשיות, זענען שוין פארענטפערט געווארן, און די האלטסט שוין ביי 9 10, אדרבה פרעגט, און מיר וועלן דיר דערציילען, וואס עס טוהט זיך אין מאנטריאל.
9) דער פאקט איז אז משה גבאי האט עס נישט געטוהן, נאר עטס צדיקים, אין יעצט דארפט עטס עסן ענקער מיסטעק.
10) אויב משה גבאי וואלט ווען דעס געטוהן וואלטן מיר יעצט צוזאמען געארבעט "יא מיט דיר שור" אקעגן משה גבאי.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 04:25 |
|
| |
קאנאדא
די הייבסט שוין אן צי מאכן א רושם כאילו די ביסט באמת א מאנטריאלער, נישט סתם א נערישער וומסב"ג זאלי אין די מחלוקה טיט דיר באמת וויי, פשוט ווייל מ'מאכט מחוקות אין דיין קהלה, ווי די וואינסט באמת
קאנדא, קיינער דא ווערט נישט איבער גענימען,פין דיינער פארקרימטע השגות יעדער ב"ה פארשטייט וואס מען האט געטיען, אין פארוואס מען האט עס געדארפט טיען אינקלאנדיג די נערמאלע זאליס,זיי פארשטייען עס אויך {אויב עס איז בכלל דא....}
קאנאדא, עצה טובה קמ"ל הער אויף צי טרויען אין קלאגן, אויף מאנטריאל בילדינגס א זאך וואס איז 600 מייל ווייט פין דיר , איון די האסט גארנישט דערמיט
בקרוב האפן מיר צי געווינען די קארט אין וומסב"ג,
דאו וועסטע קענענן קלאגן אויף דיין בילדינג ווי דאווענסט יעדן טאג, פארוואס מען נעמט דיר עס צי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 04:25 |
|
| |
נאך די גנצע טענות ומענות קוקט מיר אויס אז די גאנצע זאך קאנצענטרירט זיך אין איין קארדינאלע נקודה: צו וועט מאנטריאל בליבן איין קהילה ? איז מעגליך אז זאליס און אהרונים זאלן עמטליך וואוינען אונטער איין דאך ? מיין ענטפער איז קלאר: ניין ! און במילא איז בכלל נישטא וואס צו טענה'ן, די אהרונים זענען פשוט אין א בחינה פון א מציל מלועו של ארי, און קיינער קען צו זיי נישט האבן קיין טענה. ווידער צובראכן די קהילה האבן זיי נישט, ווייל די קהילה איז במילא צעבראכן.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 05:15 |
|
| |
איך שפיר פאר וויכטיג ארויסצוברענגען נאך א נקודה, בנוגע די גאנצע אנגעווייטאגטע פרשה.
איך פארשטיי זייער גוט די געפילן פון די מאנטריאלער אידן וועמען עס דוכט זיך כאילו מען האט
פון זיי עפעס צוגענומען.
אבער עס פעלט זיי א וויכטיגער יסוד אין די סוגיא.
מיר דא אין וויליאמסבורג וכו', זענען אויך יארן לאנג געווען "שיינע אידן", מיר האבן זיך
געלאזט שפייען אין די קאשע, מ'האט זיך געלאזט שלאגן, שטויסן, טרעטן פון א גרופע מופקרים,
געשולטע לאנגיעריגע טעראריסטן וועלכע האבן פוסע געווען על ראשי עם קודש מיט די גרעסטע מאס
רשעות און אכזריות. קיין שום מיטל איז פאר זיי נישט געווען פסול צו דערגרייכן זייער ציל.
ס'האט גענומען יארן לאנג, ביז מיר האבן זיך ארומגעזען אז אונזער גאנצער עתיד גייט פארפאלן, עס
איז "לא עת לחשות", און "החלש יאמר גבור אני", בלית ברירה האבן מיר אנגעהויבן צוריקצוקעמפן
מיט די רשעי הדור מיט אלע מיטלען, און אזוי זיך אנגעהויבן עטוואס צו שטעלן אויף די פיס.
איר דארטן אין מאנטריאל האלט נאך ביים אנפאנג, איר ווייסן נאכנישט מיט וועלכע אוממענטליכע
חיות מ'האנדלט דא, איר האט נישט געהעריג מיטגעהאלטן וואס זיי האבן געטון אין בני ברק, צי אין
לאנדאן, צי אין בארא פארק, און נאך פילע מקומות, ווען מען איז אויפגעשטאנען איין צופרי און
געהערט אז אינמיטן די נאכט זענען די בנינים געווארן איבערגעשריבן פאר א נייעם באורד, און יעצט
קען מען גיין בארן קלאפן.
אודאי בלית ברירה וועט מען לויפן אין געריכט, אבער ביז וואס וואו ווען שטייט מען אויס פון זיי
צרות יגון ואנחה.
אזוי ווייט, אז אפילו אין בני ברק, וואו עס איז לית מאן דפליג (אפילו יוסף90 דער בעל
החלומות...) אז די סאטמארע חסידים האבן אן איבערוויגנדן מערהייט איבער די זאליס, לפחות 70%,
שעמען זיי זיך נישט צו האלטן פארמשכונ'ט דע ם ערליכן ציבור, און זיי טעראריזירן מיט כל ערליי
שיקאנירונגען און סטראשונקעס, בלויז פאר דעם איינעם חטא פון מקיים זיין צוואתו הקדושה פון
רביה"ק זי"ע הכ"מ, און זיך אונטערווארפן אונטער מ"מ כ"ק רבינו שליט"א !
מיר דא פארשטייען עס זייער גוט, מיר ווייסן אויך אז "אין חכם כבעל הנסיון" און דעריבער איז עס
אייך נאך שווער צו פארשטיין, אבער די געטרייע ראשי הקהילה זענען אנטשלאסן צו שטיין על המשמר
און נישט דערלאזן אז די רשעים זאלן קענען טון די זעלבע זאך אין מאנטריאל.
פארשטייט זיך אז עס וועט נישט זיין כגנב הבא במחתרת, מען וועט זיך אראפזעצן און פארהאנדלען אז
עס זאל אלעס זיין על צד היותר טוב לויט אייער געשמאק און רצון, אבער האלט פאר די אויגן דעם
באקאנטן משל פון הייליגן חפץ חיים איבער די לויות ביים גרעניץ שטעטל, "עס איז בעסער צו
וויינען פריער א קליינעם געוויין, ווי צו וויינען שפעטער א ביטערן געוויין".
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 05:43 |
|
| |
מאנטריאל אין קאנאדא איך האב נאך אלס נישט באקימען א תשובה וועגען דעם גנבה פין בית אסתר וואס עטץ האלטס, ווייל עס זעהט אויס אז דער תירוץ איז אימבערעסינג פאר ענק
יעצט פרעג איך א אנדערע קשיא
ענק מיינען דעך נאר שלום אין זאגען אז אויך בית אסתר איז אויף דעם טיש נא פארוואס ריפטס עטץ אינז אלס גונבי מאנטריאל אין מרדכי קאהן הייסט נישט הגנב דבית אסתר
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 07:05 |
|
| |
13 הופער די ענטפער אויף בית אסתר האב איך שוין געשריבן אויף פעידזש נומ 7. קוק דארט אויב דו פארשטייסט עס נישט ביים ערשטן מאל קוק עס איבער עטליכע מאל.
די סיבה פארוואס די גנבים ווערן אנגערופן "גונבי מאנטריאל" איז פשוט ווייל זיי האבן גע'גנב'ט די בנינים פון מאנטריאל. משא"כ איינער וואס האט נישט געגנבט איז נישט קיין גנב.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 07:09 |
|
| |
בא ללמד טו אונז נישט קיין טובות און מאך אונז נישט קלוג, קלער אונז נישט אויף אז מיר זענען ממילא צובראכן....
אונז קליינשטעלישע נארנים צו וועלכע די גרויסע טאטע ראשי קהלה האבן נאר צייט אפשר נאך שבועות, האבן די לעצטע זיבן יאר געלעבט צוזאמען באהבה ואחוה, און אפילו נאך די פטירה פון רבינו בעל ברך משה זצ"ל האט יעדער פון ביידע זייטן אויסגעדרוקט זיין רצון און ווילן אז מען זאל ווייטער לעבן און זיך האלטן צוזאמען.
ביז דער חצוף יצחק ראזנבערג האט מסביר געווען פאר די פינף גנבים אין מאנטריאל אז מען קען "עניוועי" נישט לעבן צוזאמען...
בא ללמד הער גוט איבער די ערשטע דרשה פון אונזער רב שליט"א, הער אויף צו צינדן מחלוקת, זאלסט וויסן ס'איז א שפיל מיט פייער. מאך נישט חרוב א קהלה נאה בישראל, וואס קען, און בעזהשי"ת וועט, לעבן באחדות, כאטש מען האלט פון אנדערע רביים, און די ניו יארקער אינטערעסן שפילט בעסער אז מיר זאלן זיך קריגן.
|
|
|
|
|