בית פורומים כל העולם כולו

דרשה במאנטריאל???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/5/2006 07:46 לינק ישיר 

קאנאדא
איך האב געפרעגט אויף פעידז 5 אין מאנטריאל האט נישט געענטפערט צי דער זאך
האב איך נישט געזיכט אויף פעידז 7
קענסט מסביר זיין פינקטליך פארוואס מען האט געדארפט מאכען א נייע קארפ אין אריין שטעלען עס דארט
לויט דיר ווען מען האט אריין געלייגט דעם רבין זי"ע האוס אין א נייע נאמען בית פייגע איז אויך נישט געווען א גנבה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 19:58 לינק ישיר 

קען מיר אפשר עמיצער העלפן איבערשרייבן די עמפייער סטעיט בילדינג אויף מיין נאמען?

איך זע דא אז ס'איז זייער א גרינגע זאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 20:08 לינק ישיר 

13 הופער


איך האב נישט ליב איבערצוזאגן די זעלבע זאך אפאר מאל, אבער אזוי ווי איך זע אז דו פארשטייסט נישט וואס איך האב געשריבן וועגן בית אסתר וועל איך דיר דאס קלאר מסביר זיין:

1) בית אסתר איז די סאטמארע מיידל סקול אין מאנטריאל, וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך הרה"ח ר' לייבוש קליינבערגער ומשפחתו ועוד אנשים חשובים.

2) ווען מען האט געקויפט דעם בילדונג אויף ווען הארען האט מען דאס געלייגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב, קהל האט נישט צושטייער געגעבן קיין געלט צו קויפן בית אסתר. מען האט עס געלייגט אויף זייער נאמען ווייל אין קאנאדא איז זייער שווער צו מאכן א נאן פראפיט ארגאניזעשאן.

3) הרה"ח ר' חיים אביגדור קאהן שליט"א האט געגעבן דאס געלט צו קויפן דעם בנין, און נאך טייערע אידן האבן צושטייער געגעבן נדבת לבם.

4) ווען ר' חיים אביגדור וואלט נישט געווען אזא עניו, וואלט דער בנין געהייסן "בנין קאהן" אבער אזוי ווי ר' חיים אביגדור איז אייביג אוועקגעשטאנען פון פרסום, האט ער באצאלט דאס געלט און פארטיג.

5) בית אסתר קארפארעישאן האט געצאלט אלע מענטענעס און געהאלט פאר די טיטשערס אבער דער בנין איז געווען אויפן נאמען פון קהל יטב לב.

6) פאר צוויי יאר צוריק האט קהל געהאט פראבלעמען האבן זיי פארלאנגט פון בית אסתר זיי זאלן דאס אריבערלייגן אויף זייער אייגענעם קארפארעישאן. און אזוי האבן זיי טאקע געטאן.

7) ר' מרדכי קאהן איז אפילו נישט געווען אויפן באורד מען האט אים שפעטער ארויפגעלייגט ווען ר' ברוך אברהם פערלמוטער האט געבעטן מען זאל אראפנעמען זיין נאמען. מען האט ר' מרדכי ארויפגעלייגט אויפן באורד נישט כדי ער זאל פארדינען נאר כדי ער זאל "באצאלן".... און זייט נישט באזארגט עס קאסט אים אפ אוצרות מיט געלט יערליך, בית אסתר קען זיך נישט דעקן און זיין שטיצע.

8) פאר די געלט וואס ר' חיים אביגדור און ר' מרדכי קאהן האבן אריינגעפאמפט אין בית אסתר במשך די יארן, וואלט מען געקענט קויפן נאך צען בית אסתר'ס.

9) די קהלה אין מאנטריאל באשטייט פון 250-260 מענטשן בערך, זיי זענען נישט ביכולת זיך אליין אויסצוהאלטן, משפחת קאהן פאמפט אריין יעדעס יאר אינעם מאנטריאלן ציבור הונדערטער טויזנעטער דאלארן, דורך פארשידענע אופנים.

10) תמצית, דער באורד פון בית אסתר באשטייט היינט
ר' לייבוש קליינבערגער, זיין איידעם ר' הערשל פליישמאן דער מנהל פון בית אסתר, און ר' מרדכי קאהן דער נושא בעול פון בית אסתר
איז וואס איז די גניבה? אפשר ביזסטו מיר מסביר?
מען האט איבערגעשריבן בית אסתר פאר בית אסתר!

ווער באצאלט די טיטשערס?

ווער באצאלט די באסעס?

ווער באצאלט די היידרא בילס?


אז בית אסתר זאל געהערן פאר בית אסתר פארשטייסטו אז ס'איז גניבה? הא?

אבער אז פינף יחידים גנבים יונגאטשעס און מחוצפים, זאלן פארקויפן דעם ביהמ"ד אויף האטשיסאן מיטן אלטן בית המדרש אויף סט. אורבען פאר א מחרחר ריב אין ניו יארק, ווייל מען וויל מכלומר'שט א "טובה טאן" פאר די מאנטריאלע אידן, דאס פארשטייסטו נישט אז ס'איז גניבה וגזילה ?????

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 20:28 לינק ישיר 

קאנאדא שרייבט

אבער אז פינף יחידים גנבים יונגאטשעס און מחוצפים, זאלן פארקויפן דעם ביהמ"ד אויף האטשיסאן מיטן אלטן בית המדרש אויף סט. אורבען פאר א מחרחר ריב אין ניו יארק, ווייל מען וויל מכלומר'שט א "טובה טאן" פאר די מאנטריאלע אידן, דאס פארשטייסטו נישט אז ס'איז גניבה וגזילה ?????



אזעלכע שרעקליכע גנבאים
פארוואס ריפטס עטס נישט קיין פאליס?....


אפשר זאגסטו מיר די טיפוש
אז די דארפסט עס צוריק

מאך וואלען, און פטור
באקומסט עס צוריק.

זענען מיר מחויב צו לאזן אז אזלעכע יונגאטשען
ווי

מרדכי קאהן
יוסף שמואל פאוזען
משה פרידמאן


זאלן אוועקרויבן די בנינים

מאך וואלען און דער רב וועט זיין באלעבעס.

צי ר' דוד מייזעלס איז מסכים אדער נישט
צו ר' משה מנחם איז מסכים אדער נישט

צו משה בן פראדעל איז מסכים אדער נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 20:32 לינק ישיר 

קאנאדא,

הייסט לויט דיר ברויך "בנין מארקאוויטש" אין קרית יואל  באלאנגען פאר די אחים הנגידים מארקאוויטש ?
עס באדארף צו זיין אויף זייער נאמען, וויבאלד זיי האבן דאס געבויט ?

"בנין אהל יהושע" די היכל הכולל  אין קרית יואל דארף זיין אויף שלום ווייס'ס נאמען ? און נישט אויף די נאמען פין קהל יטב לב,  ווייל ער האט עס געבויט ?

אז ר' ישראל גאלדבערגער געט פאר יו"ט פסח און סיכות $200.000.00
פאר די מוסדות , פאר די מלמדים און די טיטשערס דארף די בניני המוסדות ליגען אויף זיין נאמען ?

ס'איז נישט קיין חילוק ווער עס בויט דאס, אדער ווער עס האלט עס אויס, !




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/5/2006 20:41 לינק ישיר 

וואס האט איר טענות צו די זאלונים,
קווינס קעמפ איז אויף משה שמואל זופניק'ס נאמען,
מירטל עוועניו בית המדרש בית יעקב נחמי' איז אויף דוד לייבוש און בערל'ס נאמען,
די זאלונים טראסטן נישט קיינעם און לאזן אלעס אויף זייער נאמען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 20:52 לינק ישיר 

זיי טראסטען נישט משה פמן
וואס ווען עס לוינט עיהם מאכט ער שלום מיט זיינע גרעסטע שונאים כדי צי באגראבען זיינע לעצטע פריינד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/5/2006 22:15 לינק ישיר 

איך זע אז איר האט אלע גוט פארשטאנען וואס איך האב געשריבן וועגן בית אסתר, און איר האט דערפאר פרובירט צו פארקירעווען דעם שמועס צו א אינטרעסאנטע טעמע אויב נדבנים וואס זענען עפעס מנדב האבן רעכט דערויף.

די נקודה פון בית אסתר האט איר גוט ארויס:

1) בית אסתר האט געקויפט א בילדונג אין געלייגט אויפן נאמען פון קהל יטב לב.
2) קהל יטב לב האט פארלאנגט בית אסתר זאל עס נעמען אויף זייער נאמען.
3) בית אסתר קארפארעישאן איז אויפן נאמען פון די מענטשן וואס פירן בית אסתר, איין נאמען אויפן באורד איז הרה"ח ר' מרדכי קאהן, און אויך נישט ווייל ער האט געוואלט, נאר ווייל ער האט "מסכים געווען".

די איינציגסטע סיבה פארוואס מען זוכט ליגענטס צו באשמוצן ר' מרדכי איז צו פארענטפערן די מיאוס'ע אקציע פון די גונבי מאנטריאל, וועלכע האבן ווי פראסטע גנבים אוועקגעכאפט די בנינים פון די מאנטריאלע אידן און עס פארקויפט אויף ניו יארק.

דער רבי האלט עס איז א עוולה. און מען דארף עס צוריקגעבן כדי נישט עובר צו זיין אויף לא תגזול ולא תחמוד!

אונזער רב פון מאנטריאל האלט עס עוולה.

יעדער נארמאלער מענטש אין מאנטריאל בלוטיגט און איז אנגעווייטאגט. מען האט דורכגעפירט די גניבה קעגן די חברי הנהלת הקהלה וועלכע איז באשטאנען א גרויס טייל פון אהרונים.

און ווער האט עס דורכגעפירט?

אפאר ווילדע יונגאטשעס, וואס איך דארף מיך איינהאלטן מיט אייזערנע קייטן נישט צו שרייבן מקצת מעשיהם הטובים. און יעדער טאנצט זיי נאך, די פערד שלעפן די רייטערס, אריין אין א טיפע בלאטע, און אלע געלערנטע שרייבערס פארענטפערן דאס?

מען איז קלוגער פון רבי'ן
מען איז קלוגער פון עלטערע ראשי הקלה מיט ווייסע בערד וואס זענען שוין דרייסיג יאר אין די קהלה און פארשטייען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט אנשי מאנטריאל.

אפאר יונגאטשעס וואס שרייען הויעך שלעפן נאך יעדעם איינעם אריין אין א טיפע בלאטע, און מען האט נישט די גאוטס זיי אפצושטעלן !!!!!

מען טרייט זיי צו פארענטפערן !!!

אנשטאט צו פאלגען דעם רבי'ן און צוריגעבן די גזילה, פלאטשקעט מען אין בלאטע און מען ווערט שמוציגער און שמוציגער.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 00:04 לינק ישיר 

דער נארישער קאנאדא, וואס איז נישט אמאל קיין זאלוני,
ער איז סתם א צודרייטער וואס האט זיך אנגעכאפט אין א אישוי,
וואס האט מיט עם לגמרי נישט קיין שייכות, און ער מאכט סתם
משוגע די וועלט, הער זיך איין קאנאדא, טאמער ווילט איר לעבן בשלום
ובשלוה, נו, ווער לאזט אייך נישט, ליין נישט היידפארק, וועסטו בכלל
נישט וויסן אויף וועמענס נאמען די מוסדות זענען, עס וועלן ווייטער דינען די
זעלבע אלטע גבאים, דער זעלבער דיין און דער זעלבער רב, די זעלבע מקוה,
די זעלבע קאווע, אלעס גענוי ווי ביז איצט, נו, מה כל הרעש, איי (דיין ליגענט) אז דער
רבי שליט"א האט געזאגט מען זאל צוריק געבן די בנינים, און מען פאלגט עם
נישט, וויל איך דיך בעטן, נעם דיך נישט אן פאר אונזער רבינס כבוד,
ער פארשטייט זיך אליין זיין שטעטל,
ער האט גענוג כבוד אן דיין אינטערווענץ.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 00:37 לינק ישיר 

יענקעלע:


עס איז גוט צוזעהן אז קאנאדא, האט געמאכט א גוטען דזשאב מיט דיר, ער האט דיך ארויס גענומען פון די גלייזען, אז די ווייסט שוין נישט וועלכע זייט ער שטייט איין,
קאנאדא  

ביי דע וועי פאר די לעצטע צוויי טעג איז שוין נישט דא קיין קאווע ביי אונז.

תוקן על ידי - מאנטריאל - 24/05/2006 0:47:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 00:46 לינק ישיר 

מאנטריאל,

איין  עצה איז דא אז עס זאל זיין צירוק קאווע אין ביהמ"ד.
 
זאג פאר די פאנדרעיזער פון די קאווע,
דער אינגערמאן וואס נעמט א גאנץ יאר צוזאם געלט און באשטייערונגען פאר די קאווע,

"ער זאל שוין צירוק גיין צו זיין ארבעט, און אויפהערן צו שמוסן פאליטיק" ,

ער זאל ווייטער צוזאם נעמען געלט, ארויס לייגן די פרישע מילך, זעהן ס'זאל זיין גענוג צוקער.
דער עולם וועט אנדערש אויסגיין פאר דארשט !




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 00:51 לינק ישיר 

יעדער ווערט העפליך געבעטן אלץ מצות צדקה, צו זאגן פאר דעם אויבער חכם קאנאדא "ביזט גערעכט"

נו, אלע צוזאמען, מר. קאנאדא "ביזט גערעכט"

לאמיר הערן נאכאמאל מר. קאנדא "בבייזזטט גגעעררעעככטט"

אה, יעצט מר. קאנאדא איך בין זיכער אז דו פילסט שוין בעסער

אבער ווען די האסט ווען אביסעלע קאמען סענס, - איי קיו האסטו  אבער איך רעד פון שכל הישר - וואלסטו פארשטאנען אז ווען מען שרייבט איבער די בילדינגט "צייטווייליג" [וואס יעדער ווייסט אז עס צייטווייליג] אויף א נאמען, צו קענען זיכער מאכן אז משה פריעדמאן דורך זיין זוהן זאלן נישט קענען איבערשרייבן דעם ביהמ"ד אויף מרדכי קאהן נאמען, [ווייל מרדכי קאהן און זיין טאטע האבן דאך געגעבן אסאך געלד] דעריבער איז אינגאנצן נישטא קיין פלאץ פארן "הכצעקתה"

נאר איין זאך וואס איך האב א לימוד זכות אויף דיר, אז די שרייבטס וואס דו שרייבסט נאר ווייל יעדער שרייבט דא פארקערט, ממילא ביזטו איבערגליקליך אז דו קענסט שרייבן פארקערט

און פארדעם טאקע האסטו גענומען אזא פאזיציע אז די ביזט אן אהרוני, און דאך קעגן די  אהרונים [הגם איך ווייס אז אין מאנטריאל איז דא עטליכע אהרונים וואס זענען אנגעווייטאגט] זיכער מאכן אז עס איז נישטא מער ווי 10 מענשטן וואס האבן דיין מיינונג אזוי ארום ביי יעדן שמועס אין שוהל, אין די גאס, אויף היידפארק, קענסטו האבן א פארקערטע מיינונג, סארא פארגעניגן

נו, לאמיר אים עס גיבן נאך איין מאל, מר. קאנאדא ביזט גערעכט




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 01:02 לינק ישיר 

פאקטיש

האסט דאך עס אזוי גוט ארויסגעברענגט

אז דער עולם וועט אנהייבען דא זאגען פארקערט, וועט עטץ זעהן אז ביז א מינוט האט ער שוין א נייע ניק און פאנגט אן ווארפען פיקחות מיט ראיות און טענות אויף פונקט פארקערט וואס ער שרייבט שוין די לעצטע פאר טעג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 01:26 לינק ישיר 

אאפס ! ! !  מאנטריאל, האסט מיך געפאקט ביי די מעשה,
איך בין פשוט ארויס פון די גלייזן, איך טריי שוין עטלעכע שעה צוריק אריין אין די גלייזן,
און פשוט און גראד, עס גייט מיר נישט, דער "נישט" זאלוני "נישט" אהרוני (טומטום או אנדרוגינס)
וואס רופט זיך קאנאדא, האט מיך פון דארט ארויס דערווישט, און איך קען בשום אופן נישט צוריק
אריין, אפשר האט דאס צוטון מיט די קאווע, וואס עס איז ביי אייך נישטא צו באקומען ווייל
מען האט ענק צוגענומען די בנינים, כא, כא, כא,,, איך וואלט גערופן דעם בעל הבית
פון די בנינים ר' יצחק ראזענבערג שליט"א צו דין תורה (נישט חלילה בערכאות)
אז הלמאי ער שטעלט נישט צו קיין קאווע פאר זיינע קעלבלעך,
 (די אהרונים באקומען דאך יא קאווע),

מאנטריאל, איך בין שוין אלל מאסט צוריק אין די גלייזן...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 01:30 לינק ישיר 

לאמיר אלע אויסשרייען נאכאמאל:
מר. קאנאדא "ביזט גערעכט"!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דרשה במאנטריאל???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 6 7 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.