בית פורומים כל העולם כולו

דרשה במאנטריאל???

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/5/2006 01:42 לינק ישיר 

יא יא קאנאדא, יעצט איינמאל מיט אלע ניו יארקער ניק'ס
ביזט גערעכט!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 01:43 לינק ישיר 

דער ארענדאר שטימט צו:

קאנאדא\ מאנטריאל


ביסט גערעכט !!!!!

כאפטס אריין א וואדקע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/5/2006 01:53 לינק ישיר 


נאר א קעלבל פארשטייט קעלבל שפראך
דער קאנאדע איז מסביר אזוי און קורצן, אז היות 5 גנבים האבן גע גנב'ט מיזן זיי דאס צוריק געבן אבער בית אסתר דאס באלאנגט פאר זיי
יעצט דארף מען פארשטיין וועמען באלאנגט די קהל בנינים ? וועמען באלאנגט די בית אסתר בנינים ?
ווי יעדער פארשטייט דער ענטפער
איז  דער ציבור
ווער איז דער ציבור ? איבערהויפט ווען עס איז חילוקי דעות, רוב ציבור
וויאזוי ווייסט מען ווער סאיז רוב, מיט וואלן
פארוואס מאכט עטס  נישט קיין וואלן ?
ווי קומט דער ענטפער אז עס באלאנגט פאר זיי די וואס פירן די מוסד ?
דער ציבור איז בעה"ב, נישטא קיין קליינבערגער אדער קאהן ווילסט קענסטו א נאמען געבן מוסדות קאהן ודו
סאטמאר, דער רוב פון סאטמאר דארף און מיז דיקטירן ווער די נכסים טוט קאנטראלירן און סאטמאר
יא, מען וויל האלטן שלום, מאכט א אפמאך וויאזוי ביידע זייטן וועלן זיין צופרידן
אבער אז נכסי סאטמאר זאל בלייבן און הפקר הענט ? יחידים ?
בית אסתר איז געווען און איז אלץ נכסי ציבור און דאס איז נישט געווען אויף קהלס נאמען פערצופאל און דאס איז נישט אראפ פערצופאל
די ווארט איז נישט קאהן אדער א צווייטער, די ווארט איז ווער איז די ציבור וואס די בנינים אנבאלאנגט

תוקן על ידי - מתעסקים - 24/05/2006 1:54:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 03:08 לינק ישיר 

קאנאדא האט נישט מסביר געווען דאס וואס מתעסקים שרייבט:

און קאנאדא האט זיך בכלל נישט אריינגעלאזט צו וועמען בנינים אין די קהלה באלאנגען,

קאנאדא האט זיך בלויז באצויגן צום פאקט אז די פינף גנבים וואס האבן באראבעוועט די נכסי הקהלה בגזל ובגניבה, אן דעם וויסן פון קהל, אן דעם וויסן פון רב, אן דעם וויסן פון דיין, און אן דעם וויסן פונעם עולם. און זיי האבן דערנאך פארקויפט די גניבה פאר מענטשן פון ניו יארק.

די גנבים האבן פרובירט צו פארגלייכן זייער גניבה צו די זאך אז קהל יטב לב האט איבערגעשריבן בית אסתר צו די בעלי בתים פון בית אסתר, איך האב נישט געזאגט אז ס'איז רכושם הפרטי וכדומה, נאר צום טפשות פון מענטשן אין ניו יארק וואס קויפן אפ א נארישן סלאגאן און זינגען דאס ווייטער.

עס איז נישט קיין ספק אז נכסי הציבור דארפן געהערן צום ציבור, און יעדער דארף זיין געהעריג פארטראטן דערין, אבער מיט די גניבה האט דאס נישט קיין שייכות.

דער רב שליט"א האט דערמאנט אין זיין דרשה אז אלעס דארף צוריקגיין אזוי ווי ס'איז געווען, און דערנאך וועט מען יעדן צופרידן שטעלן על צד היותר טוב.

ס'איז דא אין מאנטריאל גענוג ערנסטע מענטשן פון ביידע צדדים וואס פארשטייען דאס נחיצות פון לעבן צוזאמען בשלום און באחדות, און מען וועט זיך בעזהשי"ת אדורכקומען.

און ס'איז קלאר אז די הנהלת בית אסתר איז אויך אין דעם אינטרעסירט.

אבער פארשטייט זיך אז די גניבה מוז קודם צוריקקומען, אין די גנבים האבן נישט וואס אריינצורעדן ביי אונז אין די קהלה, מיר האבן ברוך השם א חשוב'ן רב מיט א דיין מיט ערנסטע ראשי קהלה פון אלע צדדים, און מיר האבן זיבן יאר געלעבט זייער פיין צוזאמען, כאטש אין ניו יארק האט זיך געטאן פאליטיקס, ממילא קאכט נישט קיין מחלוקת ביי אונז אין די קהלה.

די גנבים האט קיינער נישט ערוועלט זיי זאלן גנב'ענען אונזערע בנינים און אונז איינטיילן וואס צו טאן!

בנוגע די וואלן:
איך האלט אז תיכף נאכדעם וואס די בנינים זענען צוריק זאל מען טאקע מאכן וואלן.

ביידע צדדים האלטן אז זיי גייען זיכער געווינען די וואלן, לאמיר זיי געבן א טשענס.

לאמיר לאזן דעם ציבור באשלוסן!

פארשטייט זיך אז איך בין מחולק אויף דעם סטעיטמענט אז דאס זאל זיין אן רשות פון רב, אזא זאך טאר נישט פאסירן, אלעס דארף זיין אויפן גראדן וועג טאקע מיט רשות פון רב און דיין, וברשות הקהל הקודש.

ועל פיהם יצאו ועל פיהם יבואו


----------------------------------------
און יעצט  מיינע טייערע קאלעגעס, מאנטריאל, יענקעלע, אינטיים, פאקטיש, מאנרא
אז איר האט שוין אלע איינגעזען אז איך בין גערעכט, נוצט אויס אייערע הויכע קשרים זיך צו בעטן ביי די
גונבי מאנטריאל
זיי זאלן שוין נישט עובר זיין אויף
לא תגזול ולא תחמוד
און זאלן שוין צוריקגעבן די גניבה


 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 23:23 לינק ישיר 

דער רבי האט נעכטן ממנה געווען א קאמיטע וואס וועט זיך אפגעבן מיט מאנטריאל, ר' אליעזר ווייס, ר' דוד עקשטיין, און ר' חיים אליעזר גראס.

היינט זענען אראפגעפארן ר' אלישע הורוויץ און ר' הירצקא צוויבל, ר' אלישע גייט אויפטרעטן פארן ציבור אין "אור החיים" זאל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 23:40 לינק ישיר 

דער רבי האט ממנה געווען א וועד?

וואס א כח גייט דער וועד האבן?

וואס א כח האט דער רבי אליינס?

דער רבי האט דאך קלאר געזאגט וואס זיין מיינונג איז וועגן מאנטריאל און מען האט אים אנגעפיפן...

וואס איז די דזשויק פון מאכן א וועד?

אפאר באנדיטן האבן אפגעטאן א מעשה נבלה, אנשטאט מען זאל זיך אפשאקלען דערפון, און ארויסקריכן דערפון, קריכט מען אריין טיפער אין בלאטע און מען פארענטפערט זיי נאך.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/5/2006 23:52 לינק ישיר 

פאר די רעקארד.

קאנאדע און מאנטריאל זענען איין מענטש. ביטע נישט ווערן קאנפיוזד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 00:15 לינק ישיר 

אוודאי איז עס איינס

מאנטריאל איז דאך אין קאנאדע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 00:16 לינק ישיר 

קאנאדא, וואס שרייסטו אזוי? אפשר קען מען זיך אראפזעצין פארהאנדלען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 01:50 לינק ישיר 

אודאי וועט מען זיך זעצן פארהאנדעלען
תיכף נאכן געווינען דעם קאורט אי"ה, וועט מען זיך זעצן פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן, נישט מיט די גנבים וועלכע פארטרעטן קיינעם נישט, און נישט מיט ניו יארקער מחרחרי ריב, וואס ווייסן נישטאמאל וואס די מאנטריאלע אידן ווילן, נאר מיט ערנסטע מענטשן מאנטריאלע איינוואוינער וואס זוכן דעם קיום הקהלה.
און מען וועט צוריקשטעלן שלום ושלוה אהבה ואחוה אין די ראמען פון די קהלה.

קהל איז בכלל נישט אינטרעסירט צו בעפארצוגן איינעם אויפן צווייטנס חשבון. נאר יעדער איינער זאל זיך פילן באקוועם אין די קהלה.

תוקן על ידי - קאנאדא - 25/05/2006 1:52:47



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 02:40 לינק ישיר 

קענעדע

איך מיין אז דיין רב ר' דוד טוט זייער וויי וויאזוי די שרייסבט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 03:06 לינק ישיר 

קאנאדא
ענק האבן שוין אריינגעגעבן א דעקלערעשאן שוין . עטץ האטס שוין געווינען ליידער האט שוין קהל יטב לב אויך געכאפט א פראסק אין בארא פארק וואס לדאבונינו האט מען ל"ע אויך אריינגעגעבן א דעקלערעשאן , אוי לנו כי חטאנו
קאנדא צום ווידער זעהן בעזהשי"ת ווען ענק גיין זעהן וואס עס קומט יעצט.............



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 03:20 לינק ישיר 

פאטאקי:
אוודאי איז אונזער רב שליט"א צובראכן כחרס הנשבר, נאך די גרויסע מעשי אכזריות וואס עטליכע יונגאטשעס האבן קעגן אים אפגעטאן.

ער האט נעבעך פרובירט אלע מיטלען צו פארהאנדלען און נאכגעבן, ער האט שוין אפילו געפועלט ביים רבין מען זאל עס צוריקגעבן. און ער איז אין ערגעץ נישט אנגעקומען.

און אנשטאט עטץ זאלטס ענק שטלען אויפ'ן רבינ'ס זייט, מוזט עטץ נעבעך פארענטפערן אפאר גנבים שפלים ונבזים.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 03:44 לינק ישיר 

אקעי קאנאדא מען האט שוין געגעבן סופינעס... זיי העפי... די האסט אלעס ערלעדיגט  עס קומט דיך גרויס קרעדיט  די קליגסטע מאוו וואס די סיגוטע אין מאנטריאל קענען יעצט טוהן איז ארויס פרינטען אלע קלוגע פערל ווערטער פין דעם מאנטריאל/קאנאדא אין עס ווייזען פארן JUDGE זאל ער וויסען וואס דא גייט פאר  די שענסטע איז נאך צי זעהן ווי אויף איין פלאץ וואס קיינער האט אים נישט גענפערט שרייב דער חכם פין זיין נאמען קאנאדא אויף זיין נאמען מאנטריאל "דער מאנטריאל זאגט גיט ער שרייב זייער צום זאך ..........................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 04:01 לינק ישיר 

אה ענדליך

אבער קודם נישט געכאפט

מר. קאנאדא ביזט גערעכט!!

אקעי יעצט צוריק

ענדליך

ענדליך האט מר. קאנאדא אונז ארויסגעגעבן זיין ריכטיגער פרצוף פנים, אלץ א  אנגעגעסענער מטורף אויף די גאנצע וועלט, אלץ א אויבער חכם, אלץ א אומוויסנדער פערזאאנן, אלץ א פארביטערטער באשעפעניש

נאך אלע מיטלען צו פרובירן זיך צו האלטן צום שפיל פון סאטמארע חסיד, דא האט איר מר. קאנאדא זיסע רייד

""""""""""""""דער רבי האט ממנה געווען א וועד?

וואס א כח גייט דער וועד האבן?

וואס א כח האט דער רבי אליינס?""""""""""""""""""""""""""""

קאמענטארן זענען איבעריג

וועט איר אוודאי מיינען אז דעם צוריק געבליבענער נער, וועט אויספהערן צו נוצן דעם לאזונג דער רבי שליט"א געזאגט.... לא תחמוד....אלעס צוריק צו ווי פריער..........לא תגזול........., דאן ווארט נאר ווארט, מר. קאנאדא וועט אונז נישט  אנטוישן

יעצט לאמיר איבערחזר'ן מר. קאנאדא ביזט גערעכט!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דרשה במאנטריאל???
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 7 8 9 10 לדף הבא סך הכל 10 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.