|
|
| נשלח ב-24/5/2006 01:48 |
|
| |
איז עפעס געווען נעכטן ? איך האב עפעס געהערט אז מ'האט דערמאנט דארט ראזנוואסער איינער ווייסט צו עפעס איז בכלל געווען דארט ?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 02:02 |
|
| |
איינער זאגט מיר אז מ'האט עס צוריקגעשיקט צו די "לאוער קאורט" [נידעריגער געריכט]
איז עס בכלל שייך דא ?
אויב יא, ווער איז ביי אינזער פאל דער דזשאזש ? ראזענוואסער איז שוין נישטא מער ?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 05:22 |
|
| |
ס'איז געווען אזוי די קלעריק האט געזאגט אז מ'זאל גיין פרעגן ראזענוואסער אויב ווען ער האט ארויסגעגעבן די פסק האט ער שוין אריין געקלערט און די צעטיל פון משה גבאי (ס'איז אינטערסאנט אז ער שיקט פרעגן א דזשאדזש וואס איז שוין נישט און אמט)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 21:44 |
|
| |
די קלעריק האט געשריבען א בריוו צו ראזענוואסער זאל אים זאגן צו ער האט געזעהן די בריוו פון פראדל פאר זיין פסק צו נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 21:54 |
|
| |
אין בין נישט ציפרידען פין דאס אז מען שיקט א בריוו פאר ראזענוואסער, עס מאכט מיר נערוועז
ווייל אויב קען מען שיקן א בריןן צי ראזענוואסער הערן זיין מיינוג קען מען דאך פינקט אזוי שיקן צי באראש, הערן זיין מיינוג
ביידע זענענן שוין נישט אין אמט, מאי שנא האי מהאי??
איך פארשטיי אז עס איז נישט ממש די זעלבע, אבער וואס איז די גדר?? ווען שיקט מען יא בריוון פרעגן, אין ווען נישט?? אפשר קען מען פרעגן באראש אויך, זיין אפניען איבער בערל פר"ם??
תוקן על ידי - kj_village - 24/05/2006 22:27:36
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:13 |
|
| |
אויסער דעם האב איך א גרעסערן פראבלעם,
כאטשיג איך ווייס נישט גענוי וואס פאר א עפידעוויד מיר האבן פארלאנגט ארויס צונעמען, נאר דער פאקט אז מיר האבן דאס פארלאנגט, זעהט עפעס אויס אז דאס איז א היפש שעדליכער עפידעוויד, יעצט מיר ווייסן דאך אז ביי ראזענוואסער איז נישט געווען קיין טרייעל, נאר א "סאמערי דזשאדזשמענט" דאס הייסט דער ריכטער ראזענוואסער האט מחליט געווען אז ער האט שוין "אלע" חוויכטיגע אינפארמאציעס בנוגע דעם קעיס, און ער איז גרייט ארויס צו געבן א פסק, און לויט זיין מיינונג וואלטן די צדדים במילא נישט געהאט וואס מוסיף צו זיין קיין ערנסטע הוכחות ביים טרייעל, ווי ער האט געשריבן אין זיין פסק, אז ער האט געליינט גרינטלעך יעדעס שטיקל פאפיר, אפילו די פאפירן וואס מען האט עם געגעבן נאך דעם זמן וואס ער האט באשטימט,
יעצט, וואס וועט ראזענוואסער ענטפערן?, שרייבט ראזענוואסער אז ער האט דאס נישט געליינט, דאן קען מען אינגאנצן ארויס ווארפן דעם "סאמערי דזשאדזשמענט", און צוריק שיקן צו טרייעל, שרייבט ער אז ער האט דאס יא געליינט, דאן בלייבט דארט דער עפידעוויד, וואס ווי אויבן געשריבן איז לכאורה א שעדליכער עווידעוויד.
פאטאקי, איך פראביר אריאל 10, וואס איך מיין אז ס'איז אביסל צו קליין. LETS SEE.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:19 |
|
| |
יענקעלע, סתם א שאלה, אויב א דזשאדש איז שוין נישט אין אמט, איז נאך גילטיג עפעס וואס ער זאגט יעצט? קען באראש היינט זאגן וואס ער האט דעמאלטס געמיינט אויך? וויאזוי ארבעט עס?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:29 |
|
| |
איך וועל פראבירן צו האבן א ענטפער אויף דעם אי"ה מארגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:32 |
|
| |
איך פארשטיי אז א מיינונג קען מען שוין נישט פרעגן, אבער נאר פרעגן צו ער האט עפעס געלייענט צו נישט איז סתם פעקט פיינדינג, נישט וואס ער האלט במילא פארוואס נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:33 |
|
| |
יענקעלע
לאגיק פארשטייסטע דען וואס די עפידעוועט איז שעדליך?? איז דען עפעס פין ראזענוואסערס פסק געבויעט אויף דעם, צי דער רבי זי"ע האט ליב געהאט דעם פערלשטיין אדער אים האט אים פיינט געהאט אין ער האט אפילו געשריבען א בריוו קעגן אים
מילא אפילו לאמיר זאגן אז ער האט עס נישט געזען בעפאר דעם פסק טוישט עס דען עפעס?? וואלט ער דען אנדערש געפסקנט, ווען ער ווייסט ווען אז עס איז ליגענט??
נ.ב. בכלל וואס האבן מיר פארדינט מיט דעם צעטיל קעגן פערלשטיין????
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:39 |
|
| |
KJ איך האב דאך געשריבן אז איך ווייס נישט וואס פאר א עפידעוויד מיר האבן פארלאנגט ארויס צו ווארפן?, וואס שטייט דארט?, און פארוואס איז דאס שעדליך?.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 17:46 |
|
| |
ריכטער ראזענוואסער האט גענטפערט די אפעלאט אז ער האט נשיט געזעהן משה גבאי בריוו פאר זיין פסק, די אפעלאט האט ארויסגעווארן די עפידעוד פון משה גבאי, און מען קען עס נישט ניצן אין קארט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:07 |
|
| |
איך הער אז ראזענוואסער האט געשריבון א מעמא פון 3 זייטן, וואו ער שניידט שטיקער פון די זאליס
אז ס'גייט א רויך.
איינער קען עס דא ארויפלייגן ?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:14 |
|
| |
די חילוק פון באראש ביז ראזענוואסער איז, אז ראזענוואסער האט רעטייערט אינגאנצן דריי וואכן
צוריק, און באראש האט געהאט רעטייערט פיר חדשים פאר מ'איז אריין צו ראזענוואסער אין קאורט,
און באלד א יאר פאר ראזענוואסער האט געגעבן זיין ערשטע פסק.
נאך א וויכטיגע חילוק, אז ביי ראזענוואסער איז די רעדע פשוט פון א פאקט, האסט געזען אדער נישט
געזען. ביי באראש איז די רעדע געווען פון א שיקול הדעת, וואס איז די פשט פון דיינע ווערטער,
און אויף דעם קען שוין א רעטייערטער זשאזש ליגעל נישט ענטפערן.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:16 |
|
| |
כ'פארשטיי נישט, כ'האב שוין נעכטן געפרעגט יענקעלע, האט ראזענוואסער נאך א ווארט צי זאגן וואס ער האט געהאלטן אין וואס ער האלט יעצט? מאכט דען עפעס אויס זיינע בריוון יעצט? נאכדעם וואס ער האט שוין רעזיגנירט פין אמט? אויב יא קען מען דאך פרעגן באראש די זעלבע וואס ער האט געמיינט מיט סטאטוס קווא, עפעס איז זייער נישט קלאר דא. יענקעלע די קענסט דא ארויסהעלפן.. (נישט קיין חילוק אין וועלכע פאנט.. )
|
|
|
|
|