|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:21 |
|
| |
יענקעלע
קודם די פאקט
מען רעדט פון א אפידעוויט ו
ווער: משה גבאי האט אריינגעבן
ווען: פעברואר 8 [משה האט אונטערגעשריבן דער 7'טער אבער דער לויער דאטום איז דער 8'טער
וואס: א צעטל צו לייקענען דעם צעטל אז שאול פערלשטיין איז ארויסגעווארפן געווארן פון רבין זי"ע
יעצט די מאושען
ווער: דזעפרי באס
ווען: אפריל 30 - צוויי טאג נאכן אריינגעבן אונזערע פאפירן, און א חודש נאך וואס די דשוינט אפענדיקס איז ארייגעגעבן
וואס: אז אזויווי ראזענוואסער'ס פסק איז האט דער דאטום פעברואר 9 און אין פאקט איז שוין געווען צו באקומען פעברואר 9 אינמיטן טאג, מוז בהכרח זיין אז דער צעטל וואס משה האט געסיינט פעברואר 7 און דער לויער פעברואר 8 האט נישט געקענט זיין ביי ראזענוואסער וועט ער האט געשריבן זיין פסק, און דעריבער איז אריינגעגעבן געווארן צו שפעט, און דעריבער דארף מען עס ארויסווארפן פון די רעקארד
פארוואס: דזשעפרי באס האט זיכער דאס פארלאנגט - לויט מיין מיינונג - ווייל אין דעם אפידעוויט וואס איז 6 זייטן, און די לייקענען אז דער רבי האט עס געשריבן איז נאר עטליכע שורות, איז די איבעריגע איז א העץ קאמפיין קעגן דזשעפרי באס, דעריבער וויל ער - באשטיין קען ער זיכער - אז עס זאל נישט זיין קין דער רעקארד
די פאקט: עס איז קלאר אז אויף די קעיס, איז עס נישט משנה, ווייל אויב יא, האבן די זאליס שוין געווינען נעכטן, ווייל די גאנצע דיון, אויב רבינו ז"ל האט ארויסגעווארפן ר' בערל, רבינו ז"ל האט אויך ארויסגעווארפן שאול פערלשטיין, רבינו ז"ל האט נישט ארויסגעווארפן שאול פערלשטיין, מיינט נאר איין זאך, אז רבינו ז"ל קען ווארפן און אויב האט ער געווארפן איז יענער אינדרויסן, און אז נישט נישט
פארוואס יעצט: נאך א ראי' אז עס איז נאר א קלייניקייט, ווייל די זאליס האבן אריינגעגעבן פאפירן מארטש 31, מיר האבן אריינגעגעבן אפריל 28, זייער צווייטע מאי 5'טער, איז אזוי, לויט די ריכטערס פארארדענונג האט מען אריינגעגעבן א 'דזשוינט אפענדיקס' [מפתח כללי] אויף "אלע" פאפירן, און עס איז געמאכט געווארן פון ביידע זייטן, עס איז אריינגעגעבן געווארן ווען די זאליס האבן אריינגעגעבן געווארן זייער ערשטע פאפירן מארטש 31, יעצט אויב זאל עס זיין א קריטישע פונקט, פארוואס האבן מיר דאס נישט געטשאלענדזש תיכף ומיד, אין פאקט, האבן מיר עס ערשט געטאן צוויי טאג נאכן אריינגעבן אלע פאפירן, ווען עס איז שוין נישט געווען בעסער וואס צו טאן, נאר הוא הדבר אשר דברתי, אז עס איז סתם א שריט פון מר. באסס קעגן סקאט מאלען פאשקעווילן קעגן אים
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:22 |
|
| |
געגאנגען, דיין ערשטע חלק מאכט נישט קיין סענס, וואס איז א חילוק איין טאג אדער א יאר? ריטייערט איז ריטייערט! דיין צווייטע חלק לייגט זיך שוין מער אויפן שכל, אבער ס'איז נאך אלץ נישט נוגע זיין מעמא (MEMO) וואס ער האט געשריבן? יא צי ניין?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:31 |
|
| |
ס'איז דא א TIME LIMIT ביז א געוויסע צייט נאכדעם וואס א זשאזש גייט ארויס, וואס ער קען נאך
אריינרעדן אין זיינע אלטע קעיסעס, איך מיין ביז דריי חדשים.
אונז האמיר ספעציעל געווארט ביז נאך די TIME LIMIT אריינצוגעבן די מאושען ביי ראזענוואסער, אז
באראש זאל שוין נישט קענען אריינרעדן.
אויסער דעם וואס שאול פערלשטיין האט ערשט דעמאלטס געשיקט זיין בריוו צו דוד עקשטיין...
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:33 |
|
| |
אהה.. שכויח פאר די אינפארמאציע. עס איז נייעס פאר מיר. אקעי אלעס שטימט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 18:57 |
|
| |
חיים נחום, די זאך איז זייער פשוט, וואס באראש האט "געמיינט" מיט STATUS QUO איז בכלל נישט קיין שום חילוק, דאס טוישט נישט דעם מציאות, וואס ס'איז באמת געווען STATUS QUO, על כן קען מען נישט און מען דארף נישט פרעגן באראש וואס ער האט "געמיינט" דערמיט, און צולייגן מיינונגען אדער מאדיפייען דעם פסק האט ער בכלל נישט קיין כח, על כן פרעגט מען עם נישט אן, ווידער ביי ראזענוואסער, פרעגט מען עם נאר א מציאות, הראית או לא, האסטו דאס געזען, און א דזשאדזש אפילו נאך זיין רעטייערן איז נאך אלץ א רעספעקטפולער מענטש און א טראסטבארער מענטש, און מען גלייבט עם אז ער וועט זאגן דעם אמת,
בכלל, נאך א שטיקל אינפארמאציע, די אפעלעט דזשאדזשעס, בעסער געזאגט דער הויפט פון די אפעלעט דזשאדזשעס, האט א רעכט צוריק צו ברענגען א רעטייערטן דזשאדזש צו פרעזיידן אויף א קעיס, אפילו נאך זיין רעטייערמענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:02 |
|
| |
יענקעלע, אבער נישט דער זעלבער דשאדש וואס האט ארויסגעגעבן די פסק...ווי איך פארשטיי...עס לייגט זיך פשוט נישט אויפן שכל...קען זיין איך בין נישט גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:03 |
|
| |
יענקעלע
גערעכט, און עס גייט נאך ווייטער
א ריכטער וואס האט "געמוזט" ריטייערן, דאס מיינט ער האט שוין אויסגענוצט "אלע" עקסטענשאן, [דאכט זיך ביי 76 יאר] איז אלץ געזעץ שוין נישט אין עקסזיסטענץ, פאר די זעלבע סיבה וואס האט ער האט זיך געמוזט אויפהייבן און ארויסגיין פון געריכט הויז, ווייל ער איז שוין צו אלט,
אנדערש איז אבער, ביי איינער וואס האט ריטייערט, קען ער צוריק קומען ווערן א ריכטער ווען ער וויל, דעריבער איז זיין מיינונג אינטערעסאנט, און מען קען און מען מעג זיך רעכענען דערמיט
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 19:15 |
|
| |
מקוה איד, און ברענגנייעס, איר זענט ביידע זייער גערעכט. בכלל איז א זייער זעלטענע ערשיינונג מען זאל דארפן צוריק ברענגען א דזשאדזש פון רעטייערמענט, דאס פאירט נאר ביי א אויסער געווענדליכער קעיס וואס מען וויל דארט א ספעשל דזשאדזש.
|
|
|
|
|