|
|
| נשלח ב-23/5/2006 18:14 |
|
| |
אפשר איז דא איין ניק וואס איז גרייט יעדן טאג פארצולערן די דף? ס'וואלט געווען מורדיג
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 18:15 |
|
| |
לימוד התורה בכל עת ובכל זמן .... ! ! ! אפילו על.... 'הייד פארק'....! ! !
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 18:57 |
|
| |
מענטשעלע, איך מיין אז רש"י ברמז אדרעסירט דיין קשיא און עמוד א' ד"ה "למען ידעו", איך מיין אז די חילוק פון רבה און ר' זירא איז אז רבה לערנט עס ארויס פון א פסוק און חומש וואס רעדט פון מצות סוכה, ממילא א פסוק אין די תורה איז די כלל אז מען האט א רעכט צו ארויסנעמען דרשות אויסער די פשוטע פשט, ווידער ר' זירא קומט מיט א פסוק אין נ"ך וואס רעדט בכלל נישט פון מצות סוכה, וואס מ'קען נישט מוצא זיין די פסוק מידי פשוטו, און די גאנצע לימוד איז נאר וואס די פירוש המילה פון "סוכה" איז בכל התוה"כ, ממילא אויף אזא מין אופן איז שייך צו פרעגן "ההוא לימות המשיח", ממילא קען מען נישט דרשנען קיין דרשות.
עס האט פשט וואס איך זאג?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 19:42 |
|
| |
הדור האחרון
איך מיין אז רש"י איז עס ענדערש מסביר אויף עמוד ב'
די סיבה פארוואס די גמרא פרעגט נישט צוריק וואס רבה וועט ענטפערן דערויף, ווייל רבה'ס פשט זעט אויס זייער דוחק'דיג, און די גמרא האט עס טאקע מיט דעם אפגעוואנדן, אז רבה'ס פשט שטייט בכלל נישט אין פסוק, ווייל "ההוא לדורות", דער פסוק רעד דא פון גאר עפעס אנדערש, אז די דורות הבאים זאלן וויסן אז מען האט אין מדבר אריינגעזעצט די אידן אין ענני הכבוד.
מה שאין כן ר' זירא האט נאר ארויסגענומען זיין פשט פון א דיוק, אז סוכה ווערט אנגערופן צל. ער האט גארנישט משנה געווען פונעם משמעות הכתוב. האט די גמרא בהוא אמינא געקלערט אז ר' זירא לערנט אז "דאס" וויל טאקע דער פסוק דא זאגן, אז באדייט פון סוכה איז "לצל". אויף דעם פרעגט די גמרא, אז נישט דאס וויל דער פסוק דא זאגן, דער פסוק וויל דאך דא עפעס זאגן וועגן ימות המשיח. ענטפערט דערויף די גמרא, אז דאך, קען ר' זירא ארויסלערנען פון א דיוק, ווייל ער וואלט עס געדארפט אנרופן חופה וכו'.
כ'האף כ'אב מיך גענוג מסביר געווען
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 21:00 |
|
| |
איך גלייך זייער דעם סיסטעם, אז מ'לערנט ווייניג און גרינטלעך, דף היומי איז צופיל, אויב איך ענדיג שנעל דעם עמוד, לאז איך מיך אריין און א תוס' וראשונים,
וואס האלט עטס?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 21:08 |
|
| |
הדור האחרון,
רש"י פירט דארט אויס (כ'געדענק נישט דאס לשון) אז עכ"ז לאזט זיך דער פסוק אזוי דרש'ענען. און בכל אופן דארף מען פארשטיין רבי זירא.
אחי הגדול MENCH,
איך פארשטיי וואס דו זאגסט; אבער למעשה זאגט דאך די גמרא באלד איז דאס איז מן התורה. איז דאך לכאורה רבי זירא'ס לימוד נישט גלאט אזוי אן אסמכתא אדער א "זכר לדבר." כ'בין גערעכט?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 21:15 |
|
| |
אויף עמוד ב' איז וויכטיג צו לערנען 2 תוספות צו פארשטיין פשוט פשט,
ד"ה "יש בה", און ד"ה "כמאן דלא כחד"
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 21:21 |
|
| |
גערעכט, דאס אז למעלה מכ' פסולה, דאס איז א דאורייתא אזוי זאגט רש"י און עמוד א' ד"ה "סוכה מדאורייתא", לויט ר' זירא לערנט מען עס ארויס פונעם פסוק ב"סוכות" תשבו שבעת, וואס מיינט דאס א סוכה? אויף דעם געפין מיר א פסוק אין ישעי' אז דער שם "סוכה" איז "לצל", ממילא ווען די תורה זאגט ב"סוכות" תשבו מיינט דאס "לצל"
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 01:41 |
|
| |
נישט פארגעסן צו לערנען היינט דף ג עמד א
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 19:07 |
|
| |
אויף דף ג' עמוד א' אונטען, ברענגט די גמרא "מאן תנא להא דת"ר בית שאין בו ד' על ד' פטור מן המזוזה וכו' ואין מערבין בו ואין משתתפין בו וכו'" רש"י איז מסביר וואס ס'מיינט אין מערבין בו, אז "דרך בתיהם להיות פתוחין לחצר וכו'" און אין משתתפין בו מיינט "שתיקנה חכמים על כל חצר הפתוחה למבוי וכו'"
לויט ווי איך פארשטיי מיינט אין מערבין בו אז ס'פלעגט זיין איין פראנט יארד פאר אפאר משפחות, און אין די פראנט יארד האט מען נישט געמעגט טראגען נאר אויב מ'האט געמאכט א עירובי חצרות. און דעס זאגט ער אז ווען די הויז איז אזוי קליין נישט מער ווי ד' על ד' דארף די הויז נישט מיט מאכען צוזאמען מיט יעדן א עירוב.
אבער דעס וואס רש"י איז מסביר אויף אין משתתפין בו פארשטיי איך נישט, וואס מיינט חצר הפתוחה למבוי?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 21:41 |
|
| |
יישר כח
כ'האב איבערגעלערנט די רש"י, אבער ס'קוקט אויס אז רש"י רעדט פון צוויי מציאות'ער, נישט אז די חצר איז אפען צו א מבוי, רש"י זאגט דאך (די ערשטע רש"י) והן יוצאין דרך חצר לרשות הרבים דאס טייטשט אז מ'איז געגאנגען גראד פון חצר צום ר"ה, מ'איז נישט דורך געגאנגען א מבוי,
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:34 |
|
| |
איך זע דער עולם האקט שטיקער דא אפשר קען עמיצער ארויף לייגן די שיעורים אויפן פארק כדי די וואס זענען טרוד על המחי' ועל הכלכלה זאלן קענען מיטהאלטן דורך הערן אין ביינאכט אין היכל וועט עס זיך שוין גריגער לערנען
אין קרית יואל איז די שיעורים פון עזר התורה יעצט מס' פסחים און מען קען טאקע יעדן טאג עס הערן אויפן טעלעפאון 212-461-8880 און מס' סוכה זאגט למה נגרע פארוואס קען מען עס נישט טוהן מיט מיר אויך אז ס'וועט זיין אויף א טעלעפאון קען איך עס אראפ כאפן פון טעלעפאון אריין אין מיין קאמפ. און עס ארויף לייגן דא אויף די כוואליעס אויב עס וועט זיין אינטערסירטע
|
|
|
|
|