|
|
| נשלח ב-24/5/2006 22:56 |
|
| |
מצורף קובץצושטייטעלעך, לאמיר צוריק מישן א בלאט צו דף ב' עמוד א' און לערנען די רש"י ד"ה שהוא גבוה, דארט איז רש"י זייער קלאר מסביר וויאזוי די חצרות ומבואות האבן געארבעט, און לויט דעם האב איך געמאלען מיין בילד.
נאר איך מוז צוגעבן אז אין מיין עוז והדר גמרא האב איך געזען אז ער לייגט צו א ווארט פון כתב יד: וחצירות פתוחות לו ויוצאות ובאות בו לרשות הרבים. ווייל אן דעם ווארט איז אונז שווער געווען אז מען גייט דאך נישט אריין און ארויס פון חצר דירעקט צום רשות הרבים? מען מוז דאך דורך גיין דעם מבוי?
נאר רש"י איז דא מסביר די מציאות פון א מבוי, ממילא זאגט רש"י אזוי: ראשו (פונעם מבוי) פתוח לרשות הרבים, וחצירות פתוחות לו (צום מבוי) ויוצאות ובאות (די חצירות) בו (דורכן מבוי) לרשות הרבים. דערנאך איז רש"י מסביר פארוואס מען ברויך אן עירוב, און פירט אויס: ולפי שאין לו (פאר'ן מבוי) מחיצה רביעית "וקרוב הוא להיות דומה לרשות הרבים" הצריכו היכר בראשו וכו'...
יעצט גיי מיר צוריק צו די רש"י אויף דף ג'.
אין די ערשטע ד"ה ואין מערבין בו, איז רש"י מסביר דעם חיוב עירוב ווען מוויל טראגן פון בית צום חצר. רש"י דערמאנט בכלל נישט דעם ווארט מבוי. און דאס וואס רש"י זאגט והן יוצאין דרך חצר "לרשות הרבים" קען זיין אדער צום מבוי און רש"י רופט דאס אן רשות הרבים ווי ער זאגט אויף דף ב' "וקרוב הוא להיות דומה לרשות הרבים" אדער אויף אן אופן ווי עס איז נישטא קיין מבוי נאר דער חצר גייט גלייך צום רשות הרבים.
און די צווייטע רש"י ד"ה "ואין משתתפין בו" איז רש"י מסביר דעם חיוב עירוב ווען מוויל טראגן פון חצר צום מבוי. און רש"י זאגט קלאר: שתיקנו חכמים על כל חצר הפתוחה למבוי, (א נייעם מין עירוב) "כדרך שתיקנו" עירוב לבתי החצר (ווי רש"י האט שוין מסביר געווען אין פריערדיגן ד"ה).
איך האף אז איך לערן גוט פשט און אויב נישט ביטע רופט זיך אן רבותי!
ביי די וועי, אויב וועל איך אמאל ווערן א מגיד שיעור, האף איך אז נישט אויפן פארק... עס קאסט צופיל צייט...
זייט מיר געזונט חברים, איך דארף שוין גיין צום שיעור...
תוקן על ידי - זענטער - 24/05/2006 23:04:19

 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/5/2006 23:29 |
|
| |
דא האט עטס די לשון הרמב"ם פרק א' מהלכות עירובין
הלכות עירובין פרק א
א חצר שיש בה שכנים הרבה, כל אחד מהם בבית לעצמו--דין תורה הוא, שיהיו כולן מותרין לטלטל בכל החצר, ומבתים לחצר, ומהחצר לבתים: מפני שכל החצר רשות היחיד אחת, שמותר לטלטל בכולה. וכן הדין במבוי שיש לו לחי, או קורה--שיהיו כל בני המבוי מותרים לטלטל בכולו, ומחצרות למבוי, וממבוי לחצרות: שכל המבוי, רשות היחיד הוא. וכן הדין במדינה שהיא מוקפת חומה גבוהה עשרה טפחים, שיש לה דלתות ננעלות בלילה--שכולה, רשות היחיד היא. זה הוא דין תורה.
ב אבל מדברי סופרים, אסור לשכנים לטלטל ברשות היחיד שיש בה חלוקה בדיורין, עד שיערבו כל השכנים כולן מערב שבת--אחד חצר, ואחד המבוי, ואחד המדינה; ודבר זה, תקנת שלמה ובית דינו הוא.
ג וכן יושבי אוהלים, או סוכות, או מחנה שהקיפוהו מחיצה--אין מטלטלין מאוהל לאוהל, עד שיערבו כולן. אבל שיירה שהקיפוה מחיצה--אין צריכין לערב, אלא מוציאין מאוהל לאוהל בלא עירוב, לפי שהן כולן מעורבין, ואין אותן אוהלים קבועין להן.
ד מפני מה תיקן שלמה דבר זה: כדי שלא יטעו ויאמרו, כשם שמותר להוציא מן החצרות לרחובות המדינה ושווקיה, ולהכניס מהם לחצרות--כך מותר להוציא מן המדינה לשדה, ולהכניס מן השדה למדינה; ויחשבו שהשווקים והרחובות, הואיל והן רשות לכול, הרי הן כשדות וכמדברות, ויאמרו שהחצרות בלבד, הן רשות היחיד; וידמו שאין ההוצאה מלאכה, ושמותר להוציא ולהכניס מרשות היחיד לרשות הרבים.
ה לפיכך תיקן שכל רשות היחיד שתיחלק בדיורין, ויאחוז כל אחד ואחד בה רשות לעצמו, ויישאר ממנה מקום ברשות כולן, ויד כולן שווה בו כגון החצר לבתים--שנחשוב אותו המקום שיד כולן שווה בו, כאילו הוא רשות לרבים, ונחשוב כל מקום ומקום שאחז כל אחד מן השכנים וחלקו לעצמו, שהוא בלבד רשות היחיד; ויהיה אסור להוציא מרשות שחלק לעצמו לרשות שיד כולם שווה בו, כמו שאין מוציאין מרשות היחיד לרשות הרבים, אלא ישתמש כל אחד ברשות שחלק לעצמו בלבד עד שיערבו כולן, אף על פי שהכול רשות היחיד.
ו ומה הוא העירוב הזה: הוא שיתערבו במאכל אחד שמניחין אותו מערב שבת--כלומר שכולנו מעורבין ואוכל אחד לכולנו, ואין כל אחד ממנו חולק רשות מחברו; אלא כשם שיד כולנו שווה במקום זה שנשאר לכולנו, כך יד כולנו שווה בכל מקום שאחז כל אחד לעצמו, והרי אנו כולנו, רשות אחת. ובמעשה הזה, לא יבואו לטעות ולדמות שמותר להוציא ולהכניס מרשות היחיד לרשות הרבים.
ז העירוב שעושים בני החצר זה עם זה, הוא הנקרא עירובי חצרות; ושעושין אנשי המבוי זה עם זה או כל בני המדינה, הוא הנקרא שיתוף.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 00:28 |
|
| |
איך האב געהערט א גיטס היינט פאר וואס די ארוינים לערנען סוכה, ווייל זיי דארפן וויסען די הלכה פון א טענט כמו סוכה.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 01:11 |
|
| |
העי ראדני!!
נו!!! ביטול תורה!!!!
גיי זעץ דיך לערנען ענקער סוגיא אין ראדני מס' מכות און שטער נישט
|
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 01:14 |
|
| |
ווי זאל ער גיין? אין היכל ראזענוואסער, עס איז שוין לאנג אינטערגכגאנגען
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 14:57 |
|
| |
זענטער
איך האב היינט פארטאגס איבער געלערנט די גאנצע זאך, א דאנק דיר פארשטיי איך עס מורא'דיג
לויט ווי איך פארשטיי זאגט די צווייטע רש"י (ואין משתתפין בו) אזוי:
ואם בית קטן זה פתוח לחצר שבמבוי - אויב די הויז איז ATTACHED גראד צום מבוי ואין בית אחר פתוח לה - ס'האט נישט נאך א הויז מיט זיך אין איין חצר אין משתתפין בו - איז רש"י מסביר אין צריכה ליתן בשיתוף - מיט אלע חצרות.
זאג מיר אויב כ'האב גוט געלערנט פשט.
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 17:17 |
|
| |
מוחה מוחה מוחה, בכל תוקף ועוז
איך בין מוחה מיט אלע מיינע כוחות קעגן די פירצה נוראה פון אריינברענגעגן דא דעם אפיקורסות נוראה
ווי באקאנט האט דער רבי זכככותו יגן עלינו נישט געהאלטן פון עירוב
קומט מען דא און מען שמועסט אויס עירוב, מען ברענגט נאך צו רמב"ם הלכות עירוב,
באלד וועט שוין נישט גענוג זיין אז מען האט געמאכט א עירוב אין וויליאמסבורג נאר מען וועט נאך מאכן א עירוב אויף כל העולם כולו
אזוי הייבט זיך עס אן, היום אומר לו עשה כך ומחר אומר לו לך עבוד ע"ז (עירוב זרה)
דער אהרן האט מיר איינגעפירט נייע זאכן, מען לערנט גמרא, א זאך וואס דער רבי זכככותו יגן עלינו האט קיינמאל נישט געוואלט, און יעצט פירט ער מיר אריין דעם עולם אינעם טמא'נעם עירוב רחמנא ליצלן
ב"ה ביים עכטן סאטמארע רבי כ"ק אדמו"ר מממיעייעך וממחבייעך שליט"א וועט דאס נישט פאסירן, ער וועט נישט הייסן לערנען יענעם און ער וועט אליין נישט לערנען קיין גמרא, וועט מען נישט צוקומען נכשל צו ווערען אינעם עירוב וואס איז מינות וכפירה
ברוך ה' אשר לא השבית לנו גועל
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 20:12 |
|
| |
מאנרא קודם האסטו זייער גוט געטון, רבינו שליט"א זאגט אלעמאל אז פארטאגס איז דער מוח קלאר צום לערנען און די לופט איז ריין. איך האב אויך היינט אינדערפרי אסאך בעסער פארשטאנען דעם שיעור. יעצט לאמיר נאכאמאל פרובירן מסביר זיין וואס כ'האב נעכטן געזאגט: ווען עס איז דא עטליכע בתים אפען צו יעדן חצר, און עס איז דא עטליכע חצירות אפען צו איין מבוי (אזוי ווי כ'האב געמאלען דעם בילד), דעמאלס ברויך מען מאכן צוויי זאכן (נאר נעכטן האב איך זיי ביידע אנגערופן "עירוב"): 1) עירובי חצירות - כדי אלע מענטשן פון איין חצר זאלן קענען טראגן פון זייער הויז צום בשותפות'דיגן חצר אדער צו אן אנדערען הויז אין זעלבן חצר. 2) שיתופי מבואות - כדי אלע מענטשן פון אלע חצירות זאלן קענען טראגן פון זייער חצר צום בשותפות'דיגן מבוי.
די צוויי נעמען ווערן אויך דערמאנט אין דעם רמב"ם וואס ווער-בין-איך האט אריינגעשטעלט - הלכה ז'. עס איז אויך דא פארשידענע חילוקי דינים צווישן די צוויי מיני עירובין ווי די גמרא זאגט ווייטער אויף עמוד ב'.
יעצט די ערשטע רש"י "אין מערבין בו" זאגט אז ביי א בית שאין בו ד' על ד' ברויך מען נישט מאכן קיין עירובי חצירות. און די צווייטע רש"י "ואין משתתפין בו" זאגט אז ביי א בית שאין בו ד' על ד' ברויך מען נישט מאכן קיין שיתופי מבואות. אבער דאס (אז מען דארף נישט מאכן קיין שיתופי מבואות) איז דוקא אויב דער בית איז אליין אין א חצר. דאס הייסט אז אין זיין חצר איז ער דער איינציגער הויז. ווייל וויבאלד שיתופי מבואות איז געמאכט צו קענען טראגן פון חצר צום מבוי, ממילא אויב איז דא נאך א הויז אין דעם זעלבן חצר וואס איז יא ד' על ד', ווערט דער גאנצער חצר שוין מחויב מיט שיתוף.
און דאס איז רש"י זייער שיין מסביר: ואם בית קטן זה פתוח לחצר שבמבוי - אויב די הויז איז אפען צום חצר וואס איז אינעם מבוי, (נישט גראד צום מבוי). ואין בית אחר פתוח לה - ס'האט נישט נאך א הויז מיט זיך אין איין חצר (זייער גוט!) אין משתתפין בו - איז רש"י מסביר אין צריכה ליתן בשיתוף - מיט אלע חצרות. (זייער גוט!)
קאפטשאוסט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/5/2006 20:24 |
|
| |
מיין רבי זענטער
מיין שיעור געווענליך איז נאר פארטאגס.
איך האב עס היינט איבער געלערנט מיט מיין חברותא, מיט דיין פיקטשער, ס'האט געארבעט וואונדערבאר. איך בין געווארען זייער קלאר אין די גאנצע זאך.
א גרויסען יישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-26/5/2006 23:31 |
|
| |
איך וואלט פארגעשלאגן אזא עצה:
אז נאך יעדע בלאט זאל זיך איינער מתנדב זיין און ארויפלייגן א בחינה אויפן פארק פון יענע בלאט.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 04:39 |
|
| |
רבינו שליט"א איז יעצט און הופפער דרייט זיך צו ווישן עולם זעהן ווי אזוי מ'לערנט סוכה
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 04:56 |
|
| |
איז נישט היינט די דינער פאר ייטב לב?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/5/2006 05:16 |
|
| |
אינזער רבי קען ב"ה ביידע ער איז געווען און הופפער זיך אימקוקען און האט זיך געזעטס לערנען דערנאך איז ער אריבער צו די דינער
|
|
|
|
|