בית פורומים כל העולם כולו

לימוד מסכת סוכה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-29/5/2006 18:01 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דאס וועט אפשר העלפן פאר מאנכע צו פארשטיין קלארער די מחלוקת צווישן רבי יוסי און די רבנן סוף דף ג' עמוד ב' / אנהויב דף ד' עמוד א'.
תוקן על ידי - זענטער - 29/05/2006 18:06:20



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/6/2006 12:13 לינק ישיר 

אודה ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו!
ששמת חלקי מיושבי בית המדרש ולא שמת חלקי מיושבי קרנות וכו'

וואס מרן רבינו שליט"א האט געמאכט מיט מיר צווישן אנדערע טויזענטער סאטמארער חסידים איז אומבאשרייבליך!
איך האב ב"ה נישט אויפגעגעבען מיינע אנדערע שיעורים,
נארוואס דען? שטייט מען אויף א האלבע שעה פריער און מ'כאפט אריין אן עמוד גמרא טאַג-טעגליך.
ב"ה מ'האלט שוין ביי פינף בלאט!!!

איר ווייסט וויפיל מאל איך האב שוין פרובירט צו לערנען גמרא? ס'איז מיר עפעס קיינמאל נישט געגאנגען געהעריג, איך האב שוין לאנג אפגעמאכט אז גמרא איז נישט פאר מיר (אפשר נישט יעדער פארשטייט מיך אבער אל תדין את חברך עד שתגיע למקומו). יעצט בין איך געוואויר געווארען אז נישט נאר איך קען, נאר ס'איז גארנישט דא בעסערס פון דעם!!!

דעם געשמאק וואס מיר אלע פילן איצט ביים לערנען די יסודי התורה שיעורים, און דעם תענוג ונחת וואס רבינו שליט"א האט אזוי פונקטליך פון פאראויס מבטיח געווען "טעמו וראו כי טוב!" דאס קענען מיר קיינמאל נישט מסביר זיין פאר איינעם וואס האט דאס נישט פרובירט. א גאנצען טאג זיץ איך אין די סוכה!! קשיות און תירוצים פליען מיר ארום אין מוח בשעת די ארבעט, ביים עסן, ביים פארן, און קוים וואס מ'קען זיך מצמצם זיין דעם מוח צום דאווענען!

יא יא! ביי מיר האט דאס פאסירט!

איך וויל מסיים זיין מיט דעם וואס רבינו שליט"א האט די וואך זונטאג געזאגט אז די סוכה איז משפיע ניצוצי השמש בגבורתו, להיות מהשומעים חרפתם ואינם משיבים.
יעצט פארשטיי איך שוין זייער פשוט די רמזים וואס מ'האט געברענגט פון די ספרים אז לימוד מסכת סוכה איז מסוגל אויף שלום, ווייל דאס דארפט איר וויסן אז רבינו שליט"א וועט אי"ה מאכן ארדענונג! אז מ'וועט זיך נישט טענה'ן אפאר חדשים מיט "וויכוחי סרק" וועט אטאמאטיש זיין אסאך רואיגער און מ'וועט קענען אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן ווי ס'ברויך צו זיין, און נתעלה ווערן ברוחניות פון אלע זייטן.

אבער נישט נאר מסכת סוכה איז מסוגל אויף שלום, (מ'וועט דאך ר"ח חשון דארפן גיין ווייטער...) נאר אז מיר וועלן לערנען פלייסיג וועלן מיר אטאמאטיש ברענגן שלום ושלוה.
אזוי זאגן מיר יעדן טאג ביים דאווענען (יא ווי געזאגט קען איך מיך נישט צוריק האלטן די מחשבות...):
תלמידי חכמים מרבים שלום בעולם...
שלום רב לאוהבי תורתיך ואין למו מכשול
יהי שלום בחיליך שלוה בארמנותיך
למאן אחי ורעי אדברה נא שלום בך...

און אז מיר זענען מחותנים מיט די תורה (די וואס האבן ביז יעצט אויך געלערנט, זענען געווארען דאפעלטע מחותנים...) און די תורה איז אונז קענטליך קענען מיר זיך גרייטן צו קבלת התורה
ה' עוז (אין עוז אלא תורה) לעמו, יתן ה' יברך את עמו בשלום!

א לוסטיגן און פרייליכן יום טוב!
(און פארגעסט נישט צו מאכן אן עירוב תבשילין, און איבערחזר'ן די פינף בלאט...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2006 16:30 לינק ישיר 

דער עולם האלט נאך מיט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/6/2006 17:12 לינק ישיר 

אודאי האלט מען מיט, היינט איז א שווערע עמוד, דאס קען מען נישט לערנען און א האלבע שעה,
צו דעם עמוד דארף מען האבן א קאפ צו רעכענען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 14:20 לינק ישיר 

אונז האב מיר דאס אפגעלערנט זייער גרינג אין א האלבע שעה (פארטאגס פארשטייט זיך!)
נישט מען דארף קענען רעכענען צו פארשטיין די גמרא, פונקט פארקערט! די גמרא לערנט אונז אויס וויאזוי אויסצורעכענען זאכן וואס מיר האב בכלל נישט פארשטאנען וויאזוי אויסצורעכענען!

אמת ווען מען האט אנגעהויבן דעם שיעור האט מיר אויסגעזען ווי איך מוז שוין לויפן צום קאמפיוטער ווייל איך וועל מיר נישט קיין עצה געבן, אבער נאך יעדן שטיקל זענען מיר ממש געשפרונגען וויאזוי חז"ל האבן אונז אזוי פשוט אויסגעלערנט חשבון!

אהיימקומענדיג נאכ'ן דאווענען איז מיר אויסגעקומען צו מאכן א פערזענליכער קאמפליצירטער חשבון, דער קאפ האט מיר ב"ה געארבעט אזוי קלאר אז אין סעקונדעס האב איך געהאט דעם פונטקליכען סך הכל. און דאס איז שוין נאך עטליכע נעכט וואס איך האב דאס דורכגעטראכט און געקומען צו אן אנדערן פאלשן חשבון.

האט מיך טאקע רבינו שליט"א געמאכט פאר א גמרא קאפ???

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 14:35 לינק ישיר 

אגב, ביים ענדע שיעור איז מיר בייגעפאלען אויסצופרובירן דעם עולם, צו דער עולם האט טאקע קלאר ארויס די חשבונות.

איז אזוי ר' יוחנן וואס זאגט אז א רונדיגע סוכה דארף קענען אריינעמען 24 מענטשן האט די גמרא איינגעזעצט לויט רבי וואס האלט אז א שיעור סוכה איז ד' אמות על ד' אמות, אין די גמרא מאכט פארשידענע חשבונות וויאזוי מ'קומט אן צו 24. למעשה פסק'נט מען נישט ווי רבי, נאר א סוכה איז אויך כשר ביי ז' טפחים על ז' טפחים.

יעצט ווער קען אויסרעכענען וויפיל מענטשען ברויך מען קענען אריינזעצן אין א רונדיגע סוכה וואס איז כשר לויט ווי מיר פסק'נען אז ס'איז גענוג ז' טפחים על ז' טפחים?

צינדט אן דעם סטאפ-וואטש איידער איר הייבט אן רעכענען... מיר האט עס (ב"ה) גענומען אונטער א האלבע מינוט!

טעמו וראו כי טוב...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 14:43 לינק ישיר 

איינער האט מיר געבעטען אין "פערזענליך" (אנטשולדיגט איך קען נישט רעדן די טמא'נע שפראך) ארויפצולייגן דא שיעורים אויפ מס' סוכה.

איך האב נישט קיין אנונג ווי מען טוס דאס און ווי מען נעמט דאס. אויב איינער קען טוהן אין דעם וועט עס זיין א געוואלדיגער זכות.

אבער איך פארשטיי נישט פארוואס דער נייער נומער פון שיעורי יסודי התורה ארבעט נאכנישט.
צו וואס זאלן מיר ברויכן הערן דף-היומי שיעורים פון אומאויסגעהאלטענע מגידי שיעור? ווען מיר האבן ב"ה אויסגעצייכענטע היימישע גוטע בעלי הסבר. ווער עס קען שטופן די זאך זכותו גדול מאוד. איך קען א איד וואס ליגט שוין אין בעט עטליכע טעג און בעט זיך אז מען זאל עפעס צושטעלן אויפן טעלעפאן.

אויב איינער פארפאסט איין טאג א שיעור, קען אמאל פארגיין דער אפעטיט אז מען פארשטייט נישט געהעריג די ווייטערדיגע גמרא. אבער אז מען קען זיך צוריק כאפן דורך א שיעור אויפן טעלעפאן וואלט געווען אן אנדערע מעשה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 15:34 לינק ישיר 

אנטשולדיגט איך בין צוריקגעבליבען,

איך האלט ביי דף ה' ע"ב אונטן,
איך פארשטיי נישט וואס די גמרא זאגט "אז לויט ר' יהודה וואס ער זאגט אז א אמה בבנין איז 6 און א אמה בכלים איז 5 , מאי איכא למימר?"

די גמרא איז מסביר "אז די ארון קומט אויס איז געווען תמניא ופלגא -אכט א האלב-
די כרובים איז געווען חד סרי ופלגא - עלעף א האלב-"

איך פארשטיי נישט די חשבון, פארוואס קומט אויס אז די ארון מיט די כפורת איז געווען 8 א האלב?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 16:57 לינק ישיר 

דא האט איהר א מגיד שיעור נפלא אויף גאנץ ש"ס

הרב ר' אברהם קארפ ז"ל

http://www.kolavrohom.com/index.asp?continue=1

שמעו ותחו נפשכם



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 17:11 לינק ישיר 

ר' מאנראו

פשוט
די ארון איז גיווען אמה וחצי קומתו
1 אמה = 5 טפחים
1/2 אמה = 2.5 טפחים
1 טפח כפורת

קומט אויס 5 + 2.5 + 1 = 8.5




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 17:55 לינק ישיר 

יישר כח ווער-בין-איך

כ'האב געמיסט דעי פוינט אז די ארון איז געווען אמה וחצי, (כ'האב געמיינט אז ס'שטייט אז ס'איז געווען 9 טפחים)
און איך שוטה מיטשע מיך א האלבע שעה אויף די גמרא ווי א נער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 16:57 לינק ישיר 

רש"י איז זייער קלאר מסביר:

אינה נתרת אלא בצורת הפתח
מיינט אז די טפח וואס מ'האט געהייסן לייגן ביי די דריטע וואנט מוז מען מאכן ווי א צורת הפתח, דאס הייסט א האלבע טפח אויף איין זייט (נעבן איינע פון די ווענט) און די אנדערע האלבע טפח אויף די אנדערע עק, און איבער זיי לייגט מען א קנה ווערט עס א צורת הפתח. (נישט ווי אייןסאטמאר האט געזאגט אז מ'דארף נישט די טפח).

און דאס וואס דו פרעגסט צו וואס מ'ברויך די הללמ"ס איז טאקע דאס אז א צורת הפתח מיט צוויי דינע קנים (אזוי ווי ביי עירובין) איז נישט גענוג ביי סוכה נאר מ'ברויך דוקא א האלבע טפח אויף יעדע זייט, און ווי תוס' (ד"ה ואינה נתרת) איז מסביר ווייל גבי סוכה החמירו דבעינן מחיצות הניכרות.

וצריכה נמי צורת הפתח מיינט אז מברויך סיי א (גאנצע) טפח נעבן איינע פון די צוויי ווענט, און אויך א קנה ביי די אנדערע עק וואס איבער זיי לייגט מען א קנה פאר א צורת הפתח.
דאס הייסט אז דער חילוק צווישן ערשטן לשון מיט'ן דריטן לשון איז, אז לויט'ן ערשטן לשון ברויך מען נאר איין טפח צוטיילט אין האלב, און לויט'ן דריטן לשון ברויך מען איין גאנצע טפח אויף איין זייט און נאך א קנה (משהו) אויף די אנדערע זייט.

מקוה איד: רבינו שליט"א האט געזאגט מ'זאל זיך נישט צוטאן מאכן פון "מענטשן" וואס מאכן ליצנות... ולא יבוש מפני המלעיגים...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/6/2006 17:10 לינק ישיר 

זענטער, דאס הייסט ברצות ה' דרכי איש גם אויביו ישלים אתו

ווער האט געגלויבט אז טאקע נישט קיין אנדערער ווי דער זענטער וועט זיך אפלאזן פון ספארטס און אנהויבן לערנען מס' סוכה...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/6/2006 12:25 לינק ישיר 

אז ס'איז נישטא קיין נייעס, לאמיר כאטש לערנען אביסעל מס' סוכה...

איך וואלט זייער דאנקבאר געווען אויב עימיצער קען מיר מסביר זיין די רש"י אויף דף י: ד"ה וקורא קריאת שמע. רש"י זאגט אז וויבאלד די כילה איז נישט קיין אוהל, איז עס פונקט ווי ער שטעקט ארויס זיין קאפ פון העמד און ס'איז נישטא דער פראבלעם פון ולא יראה בך ערות דבר.

איך פארשטיי נישט פארוואס נישט? ווען ער איז אנגעטוהן מיט א העמד איז סוכ"ס דא א הפסק, אבער דא וואס איז מפסיק?

אויב אין א בית אדער אין א כילה וואס איז הויך צעהן טפחים זאגט מען אז ווייל ס'איז א אוהל גייט דער קאפ נאכ'ן גוף און ס'העלפט נישט ארויסצושטעקן דעם קאפ, פארוואס זאל עס זיין אנדערש ווען ס'איז נישט קיין אוהל? ס'איז דאך אין זעלבן רשות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/6/2006 17:56 לינק ישיר 

הרב זענטער

ווען די כילה איז נישט קיין אוהל, איז עס ווי א ריזיגע העמד, אדער לאמיר זאגן א ריזיגע .... איך ווייס עס נישט ווי אזוי אן צו רופען, אקעי, טלית, אדער די אראבישע טראגע מיט וואס להבדיל אידן פלעגן אויך אמאל גיין.

ווען איינער איז אנגעטאן מיט א גרויסן נאכט העמד איז אים דער קערפער למעשה צוגעדעקט, נישט קיין חילוק וואו דער קאפ ליגט, און אפילו זאלסט זאגן אז דער קאפ ווערט נאכגעצויגען נאכן גוף, איז, ווי געזאגט, למעשה דער גוף מכוסה, נאר פונדעסטוועגן דארף מען זיך ארויסשטיפן דעם קאפ, ווייל אויב ס'איז אינעווייניג קען ער למעשה זיין לב רואה את הערוה


און ווערט דען די הלכה אנדערש ווען איינער איז א "שלאכע" ווי מען רופט עס ביי אונז, און ער האט אן א ריזיגע העמד? אדער ווען איינער איז געווען 300 פונט און מען האט אים אפערירט און די נאכט העמד איז אים היינט פינף מאל זיין סייז?... ניין, און דאס זעלבע איז מיט א כילה, א ריזיגע נאכט העמד, ווי איינער וואס האט זיך אויפגעכאפט פינף מינוט צום סוף זמן קריאת שמע און ער גיסט זיך אפ שנעל נעגל וואסער און ליינט קריאת שמע אזוי ווי ער שטייט און גייט.

מה שאין כן ווען כילה איז א אוהל, און ווי רש"י איז מסביר אז דער קאפ ווערט נאכגעשלעפט נאכן גוף, איז ער נאקעט, און ער טאר נישט ליינען קריאת שמע

כן נראה לעניית דעתי, און ווי שטענדיג, זאג איך נישט קבלו דעתי, אדרבה אויב בין איך נישט גערעכט, לאמיר זיך מפלפל זיין כדרכה של תורה תוקן על ידי - Mench - 19/06/2006 18:09:19



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > לימוד מסכת סוכה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.