עפשטיין, "אמאל איז געועון א גרויסע התנגדות דערצו", ביזט א דייקן. התנגדות איז געווען אמאל, אבער די סיבה צו די התנגדות איז נאך קאי וקיים, כאטש ווי די מתנגדים זענען נישטא.
קוק אין די הסכמות אויף די ענגלישע ארטסקראל, יעדער שרייבט אז דער היתר אויף ארטסקראל איז פשוט עת לעדות לד' ווייל עס האבן זיך געמערט גמרות מיט ענגלישע איבערזעצונגען וועלכע זענען נישט געמאכט געווארן דורך תלמידי חכמים דעריבער ויבאלד עס איז שוין דא מאכט מען א ריכטיגע פירוש כדי לדחוק רגלי הפירושים המסולפים.
דאס איז אבער נישט קיין היתר צו איבערזעצן דעם ירושלמי אויף ענגליש, אין צוגאב צום איסור פון איבערזעצן די תורה אויף פרעמדע שפראכן איז דא אן אנדער פראבלעם וועגן די אגדתות, דיינו מיט די איבערגעזעצטע אגדות פון בבלי, אויף וועלכע עס זענען געשריבן געווארן אסאך פירושים דורך גדולי הדורות קען מען זיך עפעס אן עצה געבן, אנדערש ווי די אין ירושלמי, און מען קען ווייט פארקריכן וד"ל.
און ווי געזאגט, הגאון הישיש הרב וואזנער שליט"א האט נישט געשריבן די הסכמה אויף דער איבערזעצונג.
***
איך שטיי און שטוין פון דעם נייעם מושג פון "קידוש השם" וואס עמיצער האט דא ערפונדן, יעדער מאכט זיך אייגענע חשבונות וואס איז חילול השם און וואס איז קידוש השם. מיט אזא שטייגער קידוש השם קען מען אונטערברענגען די גאנצע תורה, וואס דארף מען אויזעהן פאנאטיש כלפי די אלגעמיינע וועלט? מען קען זיין א פיינער איד ווען מען גלייכט זיך אינגאנצן צו די גאס, מעג איך דען צוברענגען אז דער גוי זאל אראפקוקן אויף מיר צוליב מיין אידישקייט?
לאמיר זעהן וויאזוי דער רמב"ם האט אפגעלערנט קידוש השם (סה"מ מ"ע ט'): והמצוה התשיעית היא, שצונו לקדש השם, והוא אמרו, ונקדשתי בתוך בני ישראל. וענין זאת המצוה, אשר אנחנו מצווים לפרסם האמונה הזאת האמתית בעולם, ושלא נפחד בהיזק שום מזיק. ואף על פי שבא עלינו מכריח גובר, יבקש ממנו לכפור בו יתעלה, לא נשמע ממנו, אבל נמסור עצמנו למיתה, ולא נתעהו לחשוב שכפרנו, ואף על פי שלבנו מאמין בו יתעלה. וזאת היא מצות קדוש השם המצווים בה בני ישראל בכללם, רוצה לומר, מסירת נפשנו למות ביד האונס על אהבתו יתברך ואמונת יחודו, כמו שעשו חנניה מישאל ועזריה בזמן נבוכדנצר הרשע, כשגזר להשתחות לצלם, והשתחוו כל העמים, וישראל בכלל, ולא היה שם מקדש שם שמים, והיתה בזה חרפה גדולה על ישראל שנעדרה המצוה הזאת מכלם, ולא היה שם מקיים אותה.
 |
|
|