|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:19 |
|
| |
קודם בעט מען יעדן בכל לשון של בקשה צו שיקן א הודעה פאר די מערכת, עס איז אן ענין פון לא תעמוד על דם רעך. מען זאל קלאר שרייבן אז יענע חברה טוען עס דירעקט אין א צייט ווען אין מדינת ישראל איז שוין נאכט, כדי די מערכת זאל עס נישט קענען אויסמעקן פאר אפאר שעה. אויב די מערכת וועט גארנישט טון דערצו וועלן מיר דעמאלטס זען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:21 |
|
| |
איך קען א ביסל פארשטיין די קאנסורן פון שור שנגח ודאית ליה, ווייל די פאקט איז אז זיי פרובירן צו אינטימידעיטן די אהרונים מיט דעם וואס זייער פורום איז דא א הפקירות, און זיי ווייסן אז אונזער פורום איז קאנטראלירט, ממילא זענען זיי פארזיכערט אז ס'וועט נישט זיין קיין קאנסעקווענצן.
איך ווייס נישט צו מ'מעג זיך לאזן אריינשפילן און זייערע הענט, פון די אנדערע זייט וויל איך נישט ברעכן די פרינציפן פונעם פורום, וואס א דאנק דעם איז אונזער פורום אויף אזא הערליכען און שטארקן פאזיציע. אפשר זאל מען מאכן אזא מין "דשעניווא קאנווענשן" אפמאך מיטן אנדערן פורום, אז למען הסיוויליטי זאל זיין געוויסע רולס וואס יעדער זאל זיך האלטן דערצו. פון די אנדערע זייט האב איך זייער ווייניג טראסט און די מנהלים דארט, זיי קוקן מיר אויס צו זיין זייער עקסטרעמע זאליס וואס זייער אגענדע איז בלויז די פאליטיק.
אדרבא, זאל דער עולם זאגן א מיינונג.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:35 |
|
| |
מקוה ס'וועט קיינמאל נישט ארבעטן מיט יענע מנהלים, לאמער ווארטען ביז מארגן זעהן וואס די מערכת וועט זאגן, ווער ס'וויל שוין יעצט שרייבן זאלי נעמען זאל גיין און די זאלי פורום שרייבן נעמען.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 00:41 |
|
| |
נאר שרייבען ראשי תיבות
די סיבה איז פשוט.
פאר די וואס דערשרעקן זיך ווען זייער נאמען שטייט דא, איז גענוג מיט ראשי תיבות, דאס וועט זיי שוין צירוק האלטען פארן קימענדיגען מאל נישט איבערצידרייען.
פאר די אנדערע ברייט באקאנטע שלעגער וואס זענען שוין סייווי באקאנט מיט זייערע נעמען, וועט עס גארנישט אויפטיהן און עס וועט נאר אראפ ברענגען דעם הויכען ניווא וואס אינזער פארום האלט יעצט.
כן נראה לפי ענית דעתי
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:04 |
|
| |
לדעתי דארף מען שרייבען אלע נעמען דא אויף הייד פארק פון די זאלי'ס וואס שלאגען זיך אין בארא פארק,*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
דאס איז די איינציגע וועג זיי אפצושטעלען פון באשמיצען אומשולדיגע אינגלייט (אגב נעמן זיי דווקא די אינגלייט וואס זענען נישט געווען אריינגמישט אין די שלעגרייען, נאר זיי נעמן די אינגלייט וואס העלפן בויען די קהילה פאזטיוו מיט א מוראדיגע איבערגעגעבענקייט הן ברוחניות און הן בגשמיות, און זיי האפן אז מיט דעם וואס מען וועט מאכען בלבולים אויף זיי וועלען זיי זיך ארויס לאזען אינגאנצען פון עסקנות, און זיי רעדן זיך איין אז אזוי וועט די קהילה אונטער גיין ח"ו )
און יעצט צו די אלע וואס האלטען אז מען טאר נישט שרייבען די זאלי שלעגער'ס נעמען, וויל איך ענק זאגען אז עטס רעדטס אזוי, ווייל עטס האטס דאס קיינמאל נישט געשפירט אז מען זאל אייך צושמירען ברבים ,עטס ווייסט נישט וויפיל שלום בית פראבלעמן עס מאכט אן ,עטס ווייסט נישט וויפיל קינדער האבען זיך צוקריגט מיט זייערע עלטרען וועגען די סארט זאלי רשעות,
מיר מיזען שטיין צו די רעכטע האנט פון די קרבנות, און זיך אן נעמן פאר זיי ,דאס איז די איינציגע וועג זיי אפצזשטעלען, אידיש בלוט איז נישט הפקר ,
די אלע וואס וואטען אויף נישט, ווי אזוי וואלסט די געשפירט ווען די קימסט אהיים פון א טאג ארבעט און דיין ווייב ווארט דיך אפ מיט א פסק פארוואס עס איז דא פון דיך א פיקטשער אויף הייד פארק???
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 01:29 |
|
| |
ס'קען זיין אז עס איז דא א סברא פון ' עין תחת עין ' , אבער אזוי ווי דא רעדט מען פון ' נפש תחת נפש ' , דארף מען שוין אביסל מער מעיין זיין לכאורה........ כן נראה לי.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:00 |
|
| |
בשום אופן זיך נישט אראפלאזן צו דעם נידריגן מושחת'דיגן ניווא פון יענעם פארום. זיי זענען צו קליינקעפיג און צו קינדיש פאר אונז אז מיר זאלן זיך וויסנדיג מאכן פון זיי. די אטמאספערע דארט איז אזוי משוגע אז אפילו אזא נארמאלער מענטש ווי kjfireman, וואס איז אמאל באוואוסט געווען אלס א מעסיגער שרייבט לעצטנס אזעלכע שטותים, אז ס'מאכט מיר וואונדערן אויב עס איז נישטא קיין עפידעמיע דארט ביי די זאליס, אז אפילו די נארמאלע מענטשן ווערן משוגע.
וואס יא? לאמיר גיין אויסזאגן די שלעכטע קינדער פאר זייערע רבי'ס. לאמיר שיקן תיבה אישית פאר די מערכת און זיי אויפמערקזאם מאכן איבער דעם פראבלעם, און האפנטליך וועט עס געלייזט ווערן דורך דעם וועג.
און אז נישט איז נישט. מיך גייט גאנץ קנאפ אן ווען א קליינע שלעכטע יונגעלע טשעפעט מיר. וועם עס גייט יא אן, באלאנגט נישט אויף היידפארק.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:01 |
|
| |
,לענ"ד איז אזוי,
פון איין זייט וויל מען נישט שרייבן קיין נעמען וועגן אפשר וועט עס די מערכת אויסמעקן,
פון די צווייטע זייט וויל מען יא שרייבן וועגן עין תחת עין,
די בעסטע לייזונג פאר ביידע זאכן מיין איך אז ווער עס וויל שרייבן נעמען זאל שרייבן ביי זיי און ח. ש. ס. ממילא טאמער אויסמעקן וועט מען אויסמעקן זייער פארום, און מען וועט האבן געענטפערט עין תחת עין,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:12 |
|
| |
איך וואוט אויף ניין און צו די וואס וויינען מיט קראקאדיל טרערן אז מ'דארף זיך אננעמען פאר די וואס ווערן באשמוצט , איז אזוי קודם ווער האט מחליט געווען אז ווען זיי האט געכאפט די קד... און זיך גענומען האקן נעמען , דארפן מיר אויך משוגע ווערן , און אויב מיינסטו עס ערענסט אפשר לייגסטו דיך אריין און ווארפן פאשקעווילן האלסטו נישט אז דאס וועט זיי מער אפטוהן ? און די וועסט ענדערש אויפטוהן ? און אין איינוועגס וועט אונזער פורום בלייבן מיטן אויסגעטרויטענעם וועג ווי ביז יעצט , און אויזער דאס אלעס מיין איך אז זיי ווארטען אויף די רגע אונז זאל מיר ווערן אזוי נידעריג ווי זיי כדאי זיי זאלן זיך שפירן אביסל בעסער ,
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:14 |
|
| |
ווער ס'האט נאך נישט געשיקט קיין אישי און ער שיקט יעצט זאל לייגן נאך א לינק צו נאך א אשכול וואס איז יעצט געפענט געווארן דער עולם וועט שוין אליין פארשטיין וועליכער אשכול איך מיין
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:45 |
|
| |
איך האב היינט צופרי געהאלטן אז מען דארף נישט שרייבן קיין נעמען.
אבער נאך קוקן יעצט חדשות זאלי זעה איך אז עס איז נשיט דא קין ברירה מען "מוז" שרייבן אבער שוין זיי רין נישט איין זיי האלטן און איין עפענען נייע אשכולות צו באשמיצען אינגעלייט.
עס אזי אן ענין פון לא תעמוד על דם רעיך.
וואס איז ויכטיגער ווי צו האבן א שיינע פנים און נארמאלקייט.
עס איז אומנערמאל...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 02:59 |
|
| |
איך האב א מורא'דיגן איינפאל פאר די היציגע פון אונז, ווי זשוליאני און שור שנגח: עפנטס אויף אן אייגענעם פארום נאר פאר דעם צוועק, און לייגטס אהער א לינק. איך גלייב אז א לינק וועלן די מנהלים לאזן דא לייגן.
יענער פארום וועט פארשטייט זיך זיין שטארק פאפולער, און וועט קענען דינען ענקערע אינטערעסן פון אויפדעקן דעם שלייער פון די בארא פארקער בעלי מחלוקת.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 03:05 |
|
| |
א חידוש אזא איידיע , און פון א פערד נאך דערצו , אבער פארפאלן א געוואלדיגע עצה , און ווי אויך אזוי ווי איך האב פריער געשריבן , פאשקעווילן , פנים אל פנים , דעם פורום אבער לאזן ריין .
|
|
|
|
| נשלח ב-23/5/2006 03:16 |
|
| |
-
תוקן על ידי - עכטע_נייעס - 23/05/2006 3:25:53
|
|
|
|
|