| נשלח ב-26/5/2006 13:40 |
|
| |
שיר השירים איז קודש קדשים!
פארוואס איז אזא פארנאגראפישע מגילה דאס הייליגסטע פון אלעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2008 21:20 |
|
| |
עס איז נישט אזוי פשוט, עס גייט ארויף אויף די אהבה צווישן הקב''ה און כלל ישראל, עס ליגט און דעם טיפע סודות וואס מיר פארשטייען נישט.
מים רבים לא יכלו לכבות את האהבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 00:55 |
|
| |
דאס צייגט, אז די גאר באטעמטע אהבה, וואס איז נאר פארהאנען ביי א מענטש אויף דער וועלט, האט אין זיך א סארט אינסטיקט, וואס איז נישט סתם שמוץ, נאר עס איז באזירט אויף עפעס א העכערע חיונה, וואס איז 'אהבה העליונה', וואס דער מענטשעלע שטאמט פון יענע יסודות, און דאס גאנצע טעם און אהבה, געבט זיך אויס אויף דעם געביט, אקעגן דעם באשעפער וואס ער האט דאס באשאפן.
ווי אלע ווייסן, אז פון די פעולה וואס צדיקים טוהן מיט ריינע מחשבות און געבוירן דורות, זעט מען די פירות דערפון אז זיי זענען עפעס העכער'ס!
ווי נידריג א מוליד איז, אזוי זענען די פירות, און ווי געהויבן ער איז, אזוי דערהייליגט און חשוב זענען זיינע פירות, וואס אפילו גוים און סתם פראסטע זענען שפעטער מחשיב ביז גאר.
די שיר השירים איז די מאקסימאלע אויסדרוק צום באשעפער דער יוצר האהבה, וואס פאר וועמען דעם קומט זיך די ריכטיגע ליבשאפט אויב נישט צום שאפער און פארבערייטער פון די זיסע ליבשאפט אויפן וועלט, וואס געבט חיות דעם בריאה, און פארן תורה וואס דארט ליגט די זיסע חכמה וויאזוי צו ניצען די געוואלדיגע און ריכטיגע ליבשאפט במקום הנכון.
און אז שלמה המלך איז געווען דער חכם מכל אדם, וויאזוי קען מען דען פארגלייכן זיינע זיסע משלים צום שכל פונעם היינטיגער קעפעלע..
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:51 |
|
| |
הרב לאנדסמאן,
נישט צי פארשטיין דארף מען נישט דא קומן, דא קומט מען טראכטן און פארשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 01:58 |
|
| |
נו, אדרבה, האט איר עפעס צו געבן צו פארשטיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 02:44 |
|
| |
געדאנקן, האט דאך געזאגט זייער שיינע געדאנקן,
ועוד י"ל, אז אין אבות דר"נ, (נוסחה א פרק א) זעהט מען אז קודם האט מען עס גונז געווען, עד שבאו אנשי כנסת הגדולה ופירשו אותם, דהיינו אז די אנשי כנה"ג האבן מסביר געווען, אז ס'איז א משל אויף די אהבה בין כנס"י והקב"ה, און כדי דאס צי מחזק זיין האבן זיי גזאגט, (מסכת ידים פרק ג משנה ה, ובמדרש תנחומא פרשת תצווה סימן ה) שכל כתובים קדש ושיר השירים קודש קדשים.
און למעשה למסקנא בלייבט די משנה דלא כר"ע, אז ס'איז יא דא א מחלוקת, נאר די הלכה בלייבט אז ס'איז יא מטמא את הידים. עיי"ש ודוק כי קצרתי
ובדרך דרש אמרתי לפרש, אז ער האט געמיינט צי מרמז זיין, אויף דאס וואס חז"ל פארציילן (יומא נ"ד ע"א) הא כיצד - דוחקין ובולטין ויוצאין בפרוכת, ונראין כשני דדי אשה, שנאמר, צרור המר דודי לי בין שדי ילין. אמר רב קטינא: בשעה שהיו ישראל עולין לרגל מגללין להם את הפרוכת, ומראין להם את הכרובים שהיו מעורים זה בזה, ואומרים להן: ראו חבתכם לפני המקום כחבת זכר ונקבה. (ושם ע"ב) אמר ריש לקיש: בשעה שנכנסו נכרים להיכל ראו כרובים מעורין זה בזה, הוציאון לשוק ואמרו: ישראל הללו, שברכתן ברכה וקללתן קללה, יעסקו בדברים הללו? מיד הזילום, שנאמר, כל מכבדיה הזילוה כי ראו ערותה. איז קען זיין בדרך אפשר אז דאס האט מען געמיינט צי מרמז זיין מיט די ווערטער "קודש קדשים" .
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-26/6/2008 18:43 |
|
| |
וואס מיינסטו צו זאגן? אז דער ריכטיגע קודש קדשים, איז חלילה נישט געווען ''קודש קדשים''?
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2008 06:04 |
|
| |
ח"ו, נאר פארקערט אז חבתכם לפני המקום דאס איז די ענין פין קודש קדשים, והיינו טעמא דשיר השירים והיינו טעמא דכרובים, ודו"ק
אין אנטשולדיגט פארן נישט שרייבן אזוי אפט, איך בין געווען זייער פארנומען די פריערדיגע טעג, איך האף אין די קומענדיגע טעג בעזהי"ת צי זיין מער פנוי צי שרייבן דא.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/7/2008 16:35 |
|
| |
אה, ברוך השם, איר זענט צירוק געקומען, איך האב שוין מורא געהאט אז איר זענט שוין אויך פארשוואונדען געווארן, אזויווי אלע געוועזענע שרייבערס.
בנוגע קודש קדשים, פארשטיי איך וואס איר מיינט, אבער וואס מיינט דאס ביים סוף, ''כל מכבדיה הזילוה כי ראו ערותה''? וואס מיינט דאס הזילום?
ולמעשה איז עס געווען א גוטע זאך וואס זיי האבן געטון? צו נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 05:34 |
|
| |
קודם כל, פרידן צו אייך, חשוב'ע חברי הפורום. איך פלעג דא שרייבן פאר צוויי יאר צוריק אונטער'ן ניק Dovidel, אזוי ווי איך געדענק נישט די סיסמא פאר יענעם ניק בין איך דא צוריק מיט אן ענליכן.
איצט צום ענין.
כאטש מיר האנדלען דא מיט בעלי דעת, אזעלכע וועלכע קענען פארנעמען מער מחשבה פון דעם אלגעמיינעם חרדי'שן ציבור, און אזעלכע וועמענס מוחות זענען ברייטער פון די גרעניצן וואו אונזער חינוך האט אונז פראבירט אוועקצושטעלן, אעפי"כ האט מיר געשטערט צו זען די ווערטער פון "שילעפיק" וועלכער האט באטיטלט דעם שיר השירים אלס "פארנאגראפיע".
עס דערקענט זיך אז שילעפיק פארמאגט נישט דעם כח ההבחנה צווישן קונסט און בילדער, צווישן הויך-ליטערארישע ווערק און מעשי קופים און צווישן ראמאנץ און ניבול.
איר האט שוין מסתמא געזען די מעלערייען וועלכע האבן פראמינענט פוגירירט אויף די שער בלעטער פון ספרים מיט עטליכע הונדערט יאר צוריק וועלכע שטעלן פאר צורות פון נקיבות אין א פארמאט וואס וואלט אנגערופן געווארן דורך שילעפיק אלס "פארנאגראפיע". (http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2378416&forum_id=19616)
די דאזיגע מעלערייען זענען בלויזע אויסדרוקן פון קונסט וואס איז אלץ באטראכט געווארן ווי א דבר של מה.
דאס זעלבע איז מיט שיר השירים. דאס איז א קונסטליכע ראמאנטישע מגילה וועלכע ברענגט ארויס די אהבה פון א מענטש צו זיין געליבטער.
די פירושים וואס מען קען דערין אריינטיישן איז שוין א סוגיא פאר זיך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 20:22 |
|
| |
אה! ב''ה, ס'איז גוט צו האבן דא א געוועזענער שרייבער, ישר כוח, פאר צוריק קומען אויפצולעבן די פורום.
ולגופו של ענין, מיינט איר צו זאגן אז שלמה המלך, האט געמאכט א גאנצע מגילה נאר פאר אהבת איש ואישתו? דאס קען מען אפשר פארשטיין, אבער אויב אזוי איז שווער די קשיא פון "שילעפיק", פארוואס איז דאס קודש קדשים? און אנגענומען איבעראל, אין אלע קהילות?
דרך אגב, ס'איז זייער אינטרעסאנט, דאס וואס איר האט געברענגט, פון די צורות אויף ספרים, כ'האב קיינמאל נישט געוואוסט פון אזא זאך, אפשר קענט איר אביסעל מער מרחיב זיין איבער דעם, איז עס געווען מקובל אזוי צו מאכן? איז קיינער נישט ארויסגעקומען אקעגן דעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 04:38 |
|
| |
אקעדעמיש גערעדט איז יא, גארנישט שלעכט פון א מגילה וואס שילדערט די אינטימע אהבה פון א מענטש צו זיין געליבטער (וואס איז אגב נישט איש ואשתו און אויך נישט דוקא צו א נקיבה, לדוגמא:
רֹאשׁוֹ כֶּתֶם פָּז, קְוּצּוֹתָיו תַּלְתַּלִּים שְׁחֹרוֹת כָּעוֹרֵב: (יב) עֵינָיו כְּיוֹנִים עַל אֲפִיקֵי מָיִם, רֹחֲצוֹת בֶּחָלָב יֹשְׁבוֹת עַל מִלֵּאת: (יג) לְחָיָו כַּעֲרוּגַת הַבֹּשֶׂם מִגְדְּלוֹת מֶרְקָחִים, שִׂפְתוֹתָיו שׁוֹשַׁנִּים נֹטְפוֹת מוֹר עֹבֵר: (יד) יָדָיו גְּלִילֵי זָהָב מְמֻלָּאִים בַּתַּרְשִׁישׁ, מֵעָיו עֶשֶׁת שֵׁן מְעֻלֶּפֶת סַפִּירִים: (טו) שׁוֹקָיו עַמּוּדֵי שֵׁשׁ מְיֻסָּדִים עַל אַדְנֵי פָז, מַרְאֵהוּ כַּלְּבָנוֹן בָּחוּר כָּאֲרָזִים: )
די נקודה איז אז דאס איז קונסט.
אידיש גערעדט איז פארשטענדליך די סיבה פארוואס מען האט גענוצט דעם משל פאר די אהבה צווישן אידן און גאט, ווייל דאס איז דער שטערקסטער משל וואס אן ערדישער מענטש קען פארשטיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 21:12 |
|
| |
כ'פארשטיי נישט די טייטש פון די פסוקים.
אבער שטעלט אייך פאר, אז היינט, וואלט ארויסגעקומען אזא מגילה, וואלט גלייך ארויסגעקומען איסורים אויף דעם, און ס'וואלט זיכער נישט געווארן אקצעפטירט אין אלע קהילות, אפילו די מחבר וואלט געזאגט, אז ער האט עס געמאכט אלס משל פאר די אהבה צווישן אידן און גאט.
נו איז וואס איז טאקע פשט?
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2008 00:10 |
|
| |
די פסוקים וואס איך האב געברענגט פון שיר השירים ווייזן אז געוויסע פון די אהבה אויסדרוקן זענען געצילט צו מענער. ווי עס דייט אן דעם לשון זכר פון די פסוקים.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/7/2008 00:46 |
|
| |
נו, ליב האבן קען מען מענער אויך...
ס'מיינט נישט גארנישט.
|
|
|
|
|