בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

די שבועות לעגענדע פין ר' מאיר בעל אקדמות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-7/6/2006 02:59 לינק ישיר 

און יא ר' נבוד, דוקא די פסוק גואלנו ד' צבאות, דאס איז אריגינעל איז די נוסח התפלה. פין ווי האסטו דאס גענומען וואס די האסט געשריבען?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/6/2006 06:38 לינק ישיר 

שלוםשטוב

אין די סידור פון בעל התניא שטייט נישט צור ישרא-ל, נאך ה' ימלוך זאגט מען ונאמר גואלנו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/6/2006 18:13 לינק ישיר 

מצורף קובץ

שלום שטוב

זאלסט מיר מוחל זיין, אבער איידער דו שרייבסט אן ענין דארפסטו וויסן דעם גאנצן ארום, האסט אויסגעמישט עטליכע זאכן.

1. צו זאגן צור ישראל פאר שמונה עשרה ווערט שוין געברענגט אין ירושלמי, כאטש אביסל אנדערש, עיין מסכת ברות פ"א ה"ו, וצריך לומר צור ישראל וגואלו.

2. דו ברענגסט א "ראיה" פון מחזור ויטרי אז דארט שטייט נישט צור ישראל, האסט דאך געקענט ברענגען פון סידור רס"ג און רע"ג און נאך אנדערע? דארט שטייט פונקט אזוי נישט צור ישראל, עס ענדיגט זיך ביי ד' ימלוך לעולם ועד.

3. בכל אופן, פון וואו איז דיין ראיה אז עס פעהלט איז געוויסע נוסחאות אז ר' מאיר ש"ץ האט עס פארפאסט? נאר וואס דען, עס איז א אלטע מחלוקה צי מען זאל יא זאגן צור ישראל אדער נישט, דער ראבי"ה (מסכת ברכות סימן צ"ב) שרייבט בזה הלשון: אין אומר דבר בקשה אחר אמת ויציב. פירש רבינו ורבינו חננאל כדי שיהא סומך גאולה לתפלה משמע שזולת הכלולים בברכה שפיר דמי לומר בהם בקשה וכן צור ישראל קומה בעזרת ישראל שהיא קודם חתימת גאל ישראל אבל בפרק קמא בירושלמי איתא הכי צור ישראל וגואלו.

4. און יעצט ברענג איך דיר א שטיקל פון "פירושי סידור תפלה לרוקח" פאר שמונה עשרה: ומצאתי כתוב וז"ל גם בזה שגו צרפתים הרבה מאוד ששמעתי שמוסיפים בצור ישראל ואומרים (בצור ישראל ואומרים) גואלינו ה' צבאות שמו קדוש ישראל, וסמך שלהם על מה שנמצא כתוב שר' מאיר ש"ץ זצ"ל היה אומרו, וטעות הוא בידם, כי חלילה שעלה על לבו אותו צדיק מעולם לאומרו, כי בקי היה ר' מאיר ש"ץ זצ"ל בסודות [ובמדרשים] וטעמים, שהרי בצור ישראל י"ד תיבות וששים אותיות, כנגד ששים רבוא שנגאלו ממצרים בי"ד בניסן וכו'. דער קורח לייקנט אז נישט נאר אז ר' מאיר האט נישט פארפאסט צור ישראל, נאר ער האט אויך נישט צוגעשטעלט דעם פסוק גואלנו ד' וגו'.

5. און להבדיל בין קודש לחול בין חולין לטהרה וועל איך דיר קודם ברענגען א ראיה פון דאווידזאהן אין אוצר השירה והפיוט ביי די מפתחות אז ר' מאיר ש"ץ איז נישט דער פארפאסער פון צור ישראל, ער האט דאך צונויפגענומען אלע פיוטים, און ר' מאיר ש"ץ איז געווען א גרויסער פייטן, אין מחזור ווארמס (געדרוקט אין קבץ על יד ג) ווערט ער דערמאנט אלס "שתיקן שבחים למקום", אבער צור ישראל דערמאנט ער נישט אונטער ר' מאיר ש"ץ, און בכלל דערמאנט ער עס נישט אלס "פיוט" עס ערשיינט נישט צווישן די פיוטים, נאר עס איז א טייל פון דאוונען, וכמפורש בירושלמי וכמשמע מדברי הרוקח. אויב כ'ועל האבן צייט וועל איך שפעטער סקענען דעם בלעטל פון אות צ' וואו עס וואלט געדארפט זיין דער פלאץ פאר צור ישראל.

6. נאך דעם וועל איך דיר ברענגען דעם "מצאתי כתוב" אויף וועלכן דער רוקח באציהט זיך, און דאס האב איך געשריבן.

7. בלייבט נאר איבער דער אוצר הגדולים אלופי יעקב א שטיק פלא, וואס ער שרייבט "שיש שחשבו לומר" בשעת ווען דער ראבי"ה ברענגט עס פון ירושלמי. אבער עס איז מיר נישט דער ערשטער פלא אויפן מחבר, ער האט טאקע געהאט אסאך ידיעות, אבער רחוק רחוק פון א חוש ביקורת וד"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 18:15 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער מצאתי כתוב (א כתב יד וואס אוירבך האט געדרוקט אין מבוא צום לעצטן באנד ערוגת הבושם). און אויף דעם האב איך געבויט. אזויפיל קענסטו זאגן אז איך האב געזאגט אנדערש ווי דער רוקח, דער חלק איז אמת, איך האב דעם רוקח געזעהן הערשט נאכדעם, אבער ער ברענגט דאך אויך אז מצא כתוב כן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 19:31 לינק ישיר 

מצורף קובץ

אותיות מחכימות. דער בלעטל פון ראבי"ה (סימן צ"ב, ער שרייבט דאס זעלבע אין סימן מ"ד עיין בהערות) פון די נייע הערליכע מהדורה פון הרב דוד דבליצקי, ער האט געארבעט דערויף צענדליגער יאהרן, און עס איז שיין, תורה מפוארה בכלי מפואר, דער ראבי"ה איז פון די עמודים פון די פוסקים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/6/2006 19:36 לינק ישיר 

מצורף קובץ

כ'האב געהאלטן בטעות דעם ספר אויפן סקענער א בלעטל שפעטער, דער ריכטיגער בלעטל (און טאקע סימן מ"ד וועלכער איז במקומו ביי הלכות ברכות ק"ש נישט ווי שפעטער ע"ש) לייג איך יעצט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/6/2006 08:06 לינק ישיר 

ר' נבוד ביסט דיך פשוט טועה. די ירושלמי פין צור ישראל, מיינט די חתימה פין די ברכה, אזוי ווי די מנהג פין אשכנזים ביי די פיוטים איז אויסצולאזען ביי מעריב, ברוך אתה ד' צור ישראל וגואלו, גארנישט קיין שייכות מיט די "פיוט" פין צור ישראל. אלע ראיות וואס די ברענגסט ווייזען גארנישט, לגבי 1 האב איך שוין געשריבען, די ירושלמי מיינט נישט דאס. לגבי 2, ראי' לסתור? לגבי 3, איך ווייס נישט, איך האב אזוי געזעהן אין אוצר הגדולים, און נאך געשריבען, מן הסתם האט ער דאס ערגעץ געזעהן, ווי די עין נבודכנצר האט נאך נישט שולט געווען, צא ובדוק, יתכן אז ער מאכט א גרייז, אבער די ווייזט דערווייל גארנישט. און דאס וואס די ברענגסט די ראבי', אז די ראבי' ברענגט דער נוסח צור ישראל, וואס איז אייגענטלעך די ראי'? בימיו איז דאס שוין געווען נתפשט, איך האב נישט נאך געקוקט פונקטליך די יארען, אבער איך בין כמעט זיכער אז די ראבי' איז געווען היבש שפעטער פין ר' מאיר ש"ץ. לכאורה זעהט אויס אז עס איז ניתוסף געווארען ערגעץ דעמאלס, איז ווער האט דאס מוסיף געווען? דער פסוק גואלינו שטייט דאך שוין פין ר' סעדי' גאון ווי די ברענגסט, איז זיכער אז דאס איז אלט, בכלל איז נישט מסתבר אז די ברכה זאל גיין ד' ימלוך לעולם ועד ברוך אתה ד' גאל ישראל, זעהט אויס אז עס איז אן הוספה, איז ווער? מסתבר איז ווי ער שרייבט, הגם איך ווייס נישט פין ווי ער נעמט עס, דארף מען זעהן מער דערוועגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2006 16:44 לינק ישיר 

טאקע כדי להוציא מלב הטועה אז דער ירושלמי רעדט זיך פון די חתימה "מלך צור ישראל וגואלו" האב איך געברענגט דעם ראבי"ה ווי ער שרייבט קלאר אז צור ישראל קומה מיט דעם צור ישראל וגואלו פון ירושלמי זענען היינו הך, און טאקע דערפאר האב איך געברענגט דעם בלעטל פון ראבי"ה געסקענט מען זאל זעהן קליפ און קלאר ווי ער ברענגט צור ישראל קומה און אויף דעם שרייבט ער "אבל בירושלמי".

אויף די אנדערע טענות האסטו סתם גארנישט געענטפערט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 17:37 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דא איז דער שטיקל ראבי"ה סימן צ"ב וואו מען זעהט אז ער לערנט קלאר אפ אז דער ירושלמי רעדט נישט פון די חתימת הברכה

אבער דער ראבי"ה איז נאר לרוחא דמילתא ווייל דו האסט נישט געברענגט קיין שום ראיה אז ר' מאיר האט פארפאסט דעם אזויגערופענעם "פיוט" צור ישראל, מה שאין כן איך האב געברענגט: 1. א ראבי"ה. 2 א רוקח. 3. להבדיל איך וויל חלילה נישט מאכן קיין פארגלייך דאווידזאהן, וואס איז נאך געווען אזא פארשער ווי הרב נפתלי הכהן.

ביי מיר איז צור ישראל פונקט אזא נוסח התפילה ווי עזרת אבותינו, פיוט מאן דכר שמיה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2006 17:57 לינק ישיר 

פין די ראבי' איז א ראי' אז עס יא א הוספה און א פיוט, ווייל ער איז מדמה די שאלה צו זולתות, און פין ראבי' איז נישט קיין ראי' אז די נוסח הירושלמי איז אויף פאר ברוך, אדרבה, ער זאגט טאקע דאס, אז די ירושלמי רעדט פין עפעס אנדרעש, והיינו די סיום הברכה, ודו"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > די שבועות לעגענדע פין ר' מאיר בעל אקדמות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.