בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

א הכשר אויף סעלפאן'ס קען עס מצליח זיין?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/5/2006 19:55 לינק ישיר 
א הכשר אויף סעלפאן'ס קען עס מצליח זיין?

די צייטונגען זענען פיל מיט מודעות די וואך וועגען כשרע טעלעפאן'ס הגם איך ווייס נישט פונקטליך וואס איז די נסיון פון די נארמאלע סעלפאן'ס אבער נישט דאס איז מיין שאלה.

די שאלה איז זענען די אמעריקאנער רבנים בכוח צו מאכען דעם עולם טוישעם טעלפאן'ס? צו וועלן זיי זיין לעג ולקלס?




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 21:05 לינק ישיר 

The Belzer Dayan will be holding a speech tonight about the Kosher Phones
I do have a question, Whats next that will need a Hechsher and who is the Baal Machsher of the new Kosher Phones



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 21:18 לינק ישיר 

וויפיהל מענטשען האבן ארויסגעווארפן די קאמפיוטערס פון דערהיים נאך די שרייעדיגע מודעות און שרעקעדיגע קאריקאטורן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 00:51 לינק ישיר 

כיון דאתאי לידי, אימור ביה מילתא, לויט ווי אזוי איך קוק אהן דעם ענין האב איך אפאר שאלות, ערשטענס וואס איז געווען די גרויסע אינטערווענצן פון די עסקנים אז די פלען זאל בלייבן די זעלבע, און ווי אויך אז די פאון זאל נישט האבן קיין טייערערע פלענס, הלמאי? פארוואס עפעס זאל ספרינט, אויב האבן זיי שוין יא מסכים געווען צו מאכן א טלפון מיט א הכשר, איז דאך לכאורה געווען געוויסע נדבנים וכדו', איז צוליב וואס זאלן זיי העכערן די פרייז פאר א פערזאן וואס פארלאנגט די טלפון, עס איז שוין פון זיי ארויסגעקומען א טלפון וואס מ'קען בשום אופן נישט אנקומען צו קיין וועב, און קיין דאונלאדס, האבן זיי דארט אויך מודיע געווען די בשורה משמחת, אז די עסקנים האבן ערלעדיגט אז די פרייז פון די פלען זאל נישט ארויפגיין פאר די וואס וועלן זיך באנוצן מיט די סארט טעלפאון.? עס איז דאך פונקט אזוי אנדערש פון אנדערע טלפונים, וואס האבן יא קשר צו אינטערנעט, איז טאקע די איינציגע סיבה אז קיין טעקסט מעסעדזשעס קענען נישט גענוצט ווערן פון די טלפונים, זיין גענוג א שטארקע סיבה אז זיי זאלן בעטן טייערער, ווען נישט די די אויפהערליכע געטרייע עסקנים האבן זיך מוסר נפש געווען בלב ובנפש אז זיי זאלן נישט הייבן די פרייז? אתמהה, דאס איז נומער איינס

נומער צוויי, קען מיר אפשר אנצייגן, וויאזוי מ'קען באקומען טעקסט מעסעדשעס, פון די סארט וואס זענען מכלה מנפש עד בשר אויף א סעלפאון? איך בין שוין א סעלפאון באנוצער פאר אסאך יאר, לעצטענס האב איך צוליב א סיבה געטוישט נומער, און איך האב אנגעהויבן צו באקומען מעסעדזשעס פון אלע סארט, און די זעלבע צייט איז מיין ביל ארויף אין די הונדערטערס, רופנדיג ספרינט, האב איך אנטדעקט אז דאס איז נאך שולדיג דער וואס האט געהאט די נומער פאר מיר, האב איך גלייך געטוישט צו א פרישע נומער, און זיי האבן מיר אראפגענומען בערך א פיר הונדערט טאלער פון די ביל, אבער אין די זעלבע צייט בין איך געוואויר געווארן אז ווער עס וויל באקומען נישט קיין אויסגעהאלטענע מעסעדזשעס (גלייבט מיר עס איז בכלל נישט געווען אזוי שמוציג, ווי די פון וואס די עסקנים רעדן לכאורה) דארף פאר דעם באצאלן אין דעם טאטענס טאטען אריין, דער יצר הרע איז בכלל נישט פאר אומזיסט, שטעלט זיך מיר די פראגע, דער וואס איז גרייט צו צאלן רבי געלט כדי צו ווערן פארדארבן, וועט דען העלפן אז מ'געט ארויס א טלפון מיט א הכשר? דער איז דאך מסכים צו צאלן דערפאר, וועט ער עס נישט האבן אויף זיין סעלפאון וועט ער עס האבן אויף אן אנדער וועג, וואס איז די רעש איבער די סעלפאונס?

בכלל פארפירן זיי אז א פינף מינוטיגע אומשולדיגע שמועס פון א אינגערמאן - בחור - מיידל, אויף א סעלפאון, קען איהם אינגאנצן אראפפירן פון דעם אידישן וועג, איז לכאורה וואס איז דאס אנדערש פון א האום פאון, וואס לכאורה דאס איז דאך בכלל אינגאנצן פרייוועט, דא קען מען כמעט אפילו נישט נאכגיין די טלפון נומערן וואס מ'האט גערופן, אנדערש פון א סעלפאון וואס יעדן חודש קומט אהן א אינוויאויס דיטעילט יעדע טעלפאון רוף, איז פארוואס זאל עמיציר זיין פאראינטערסירט צו ווערן פארדארבן דווקא דורך א סעלפאון אנדערש פון א פשוטע טלפון אינדערהיים? לפי זה וואלט מען ווען געדארפט ארויסקומען מיט א הכשר טלפון, פאר די שטוב, אזוי ווי דזשעי נעט, אז מ'זאל נישט קענען רופן נאר היימישע טלפאן נומערן, אדער אויב דאס איז נישט מעגליך זאל מען דאס בכלל אסר'ן, און סיזאל נאר זיין בארעכטיגט זיך צו באנוצן מיט די כשר'ע סעלפאונ'ס. (איך האף אז סיוועט נישט קומען דערצו)

דערויף וואונדערט מיר קיינער פון די רבנים רעדן בכלל נישט אויב דארף איינער האבן שאדן, למשל איך האב איצט שאדן, ווייל איך האב צוויי וואכן צוריק אויפגעסיינט מיט א נייע קאמפאני, אויף צוויי יאר, און דאס וועט מיר בכלל נישט אנקומען ביליג צו קענסלען, אזא פאל וואלטן די רבנים געדארפט דן זיין, צו איז טאקע די מגפה אזוי גרויס, צו איז טאקע אמת אז דער עולם ווערט פארדארבן אין די מאסן, א דאנק די טעקסט מעסעדזשינג? אדער איז דאס נאר צוליב הרחק מן הכיעור, אדער איז דאס א גדר פאר אונזערע קינדער, ווייל אפשר וועט דא ווערן אזוי ווי איינער האט מיר געזאגט אז אין ארץ ישראל, צו די ווילסט צו די ווילסט נישט באקימסטו מעסעדזשעס פאר שמוץ, ממילא האט מען דארט געדארפט מאכן א נייעס כשר'ע סעלפאון, אבער כפי ידיעתי איז זיי אויך נישט בייגעפאלן צו בלאקן טעקסט מעסעדזשינג אינגאנצן, איז דאך דאס ממש א פלא, איז טאקע נאר אין חו"ל דא אזא פראבלעם? אינטערסאנט אז דער ציווילער מענטש האט זיך נאכנישט אנגעשטויסן מיט אזא פראבלעם נאר די עסקנים, און די חברה וואס די עסקנים נעמען קער, איז דאך כאמרן, דער פראבלעם הייבט זיך נישט אהן און ענדיגט זיך נישט ביי דעם סעלפאון, די פראבלעם איז אז עס שטינקט ביים קאפ, די טעקסט מעסעדזשעס איז שוין נאר א פועל יוצא פון פארדארבענקייט, בין איך גערעכט אדער נישט?

ווער עס קען מיר געבן א קלארע דעה אין דעם ענין וועל איך איהם מכיר טובה זיין, ווייל ביז איצט זעה איך נאר שרייעדיגע צעטלעך, וואס הערן נישט וואס מ'רעדט צו זיי, און פארענפערן נישט קיין שאלות, נאך אביסל וועט מען נאכשרייען סעלפאון פאר די עבירה פון טראגן א סעלפאון אהן א הכשר אינדערוואכן, אויב איז עס ריכטיג אדרבה, אויב אבער נישט וויל איך נישט פארשעמט ווערן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 01:15 לינק ישיר 

די עיקר פראבלעם איז אין ארץ ישראל, עסקנים כאפען נישט, און מאכען דא דעם זעלבען געטומעל ווייל זיי מיינען אז דא איז דא די זעלבע פראבלעם ווי דארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 04:24 לינק ישיר 

דא קען ליידער יעדער צוקמען צו אינטערנעט ממיל איז א פתרון פארן טעלעפאן נישט קיין ישועה.

טון אז דער עולם זאל מאכען J-NET וואלט געווען אסאך וויטיגער.

און בכלל ניצט מען נישט דאהי א טעלעפאן פאר די זאכען, און אין ארץ ישראל יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 08:10 לינק ישיר 

I hear that the phones are able to do text messages



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 17:59 לינק ישיר 

יא!!!

מיר האט איינער היינט ביי שחרית געוויזען איינער פון די כשר סעפאן'ס און מען קען נארמאל אריינשיקען טעקסט,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/5/2006 21:26 לינק ישיר 

נו איז וואס דער חידוש פון די כשר'ע סעלפאון, אזא סעלפאון איז שוין אין די מארקעט א גוטע פאר חדשים, וואס איז גווען די שווערע באמיהאוגען פון די עסקנים???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 22:19 לינק ישיר 

 וואס איז גווען די שווערע באמיהאוגען פון די עסקנים???

אנצופילן די צייטונגען מיט אדווערטייזמענטס, און סטראשענען סעל-פאון סטארס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/5/2006 23:58 לינק ישיר 

נאך א שאלה

איינער וועט האבען איינער פון די כשרער טעלעפאן'ס אין וועט קלינגען צו ספרינט אז ער וויל טוישען זיין פלאן, וועט דער וואס זיצט ביים טעלעפאן אים נישט לאזען טוישען אויף דעם כשרער # צו א נישט כשרער פלאן?

קען מען דאס בכלל געהעריג אהערשטען אז דאס זאל ארבעטן?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 00:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

דער תירוץ איז..............

$$$$$$$$$$$$$$$$$$

לייגט ארוף דם בילד פאר "וואלפעיפער" אויפ'ן סעלפאן וועט איר מקיים זין
מצוה לשמוע דברי חכמים.





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 01:23 לינק ישיר 

I saw today a kosher number 646648.... on a Sprint Camera phone 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 22:26 לינק ישיר 

וויאזוי קען מען אריינשיקן דעם בילד צום סעלפון ?

איך האב גראדע א יו עס בי קעיבל פון מיין סעל צום קאמפוטער, דאס קען מען דא נוצן ?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 22:49 לינק ישיר 

עפשטיין

מקען נישט שיקען קיין טעקסט מעסעדשזעס אויף דעם טעלעפאן!
זיי אליין שרייבן אזוי אין זייער בראשור.

אויך נישט נוצען דעם טעלעפון פאר א קעמערא
אויך נישט קיין BLUETOOTHE
אויך נישט קיין PTT
אויך נישט קיין GPS

זיי האבן איינגעקויפט אלטע טעלעפון'ס אויף איין אקשן פאר א דאלער אשטיק, און פראוון דאס אנצושמירן אויף דעם כלל

ולא נתקררה דעתם ביז זיי האבן געמאכט איין "איסור" אויף אלע אידען נאר צו נוצען זייער טעלעפון.

כל הסריקין אסורין וסריקי בייתוס מותרין

האסט א פראבלעם מיט בחורים?

ממה נפשך?

איז ער אוואילער בחור צו וואס דארף ער א סעלפאן?
אלא מאי א שייגעץ וואס האט אין אייגענעם סעלפון, וועט ער פאלגן דיינע צעטלעך?
ער וועט נאר האבן דעם שמוץ אין די טאש, דעטס אל!

אלא מאי איונגערמאן?
איז ער אוואילער איונגערמאן? היט ער זיך דאך די אויגען
אלא מאי א שייגעץ? דארף ער דיין אנגעזעצטן סעלפון? האט ער אינטערנעט אינדערהיים ועושה מה שלבו חפץ.

פאר וואס דארפסטו מאכן אלע אידען פאר שקצים?

נדמה לי אז דאס איז די גרעסטע בזיון הרבנים זייט דעם איסור אויף דעם עירוב.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 06:04 לינק ישיר 

איך האב יעצט אביסל ארום געגוגלט און איך האב אויסגעפונען אז
צו שיקן א פיקטשור אימעיל מעסעזש צו א סעלפון איז גאר פשוט.
מען דארף אריינשרייבן ביי send to: די סעל נומער @ די קעריער.
למשל איך האב א ווערייזאן, דארף איך מאכן לדוגמא:
[email protected]

ביי אנדערע קעריערס ווייס איך נישט פונקטליך . קענסט אביסל סוירטשן.

איך האב עס יעצט געמאכט, און ארויפגעלייגט אלס וואלפעיפער,
און........... מיין סעלפאון איז "מאושר" !!!


BTW , צו צוקומען צום אינטערנעט ביי ווערייזאן קאסט עס פינף טאלער א מאנאט, [איך האב עס נאך קיינמאל נישט געטרייט אפילו]
און אפילו אזוי קען מען נאר אנקומען צו געוויסע סופפארטעד סייטס נישט צו יעדן סייט.
חוץ אויף די פאלס פאונס וואס מען קען יא סוירטשן ממש ווי אויף א געהעריגע קאמפיוטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > א הכשר אויף סעלפאן'ס קען עס מצליח זיין?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext