איך זע נישט פארוואס אלע זענען דא אזוי גלייכגילטיג צו דעם סעלפאן קאמפיין און אלע האבן דא פה אחד באשלאסן אז די גאנצע סעלפאן קאמפיין איז גארנישט ווערד, איבעריג און א בלויזער וויץ.
צי ווייסן ענק טאקע נישט דער היינטיגער חורבן,
צי זעען ענק נישט ווי אלעס פארט מטה מטה, און עס שטעלט זיך נישט אפ. די יארן ביי וועלכע מען ווערט אויפגעקלערט, זה בכה וזה בכה, ווערט יונגער און יונגער, אלעס ווערט אריינגעשלעפט.
צי איז טאקע אויסגעשלאסן אז דער סעלפאן האט א גרויסן חלק דערין, ווייל דאס איז גרינג צו פארשאפן און אויב האט מען דארט צוטריט צום אינטערנעט, איז דאך דאס ווי א דירעקטארי צו וואס אימער ער דארף, און ווי א שטיקל חזיר אין מויל פונעם אויסגעהונגערטן. (און די נאטור מאכט כמעט יעדעם אין די בחינה פון א הונגעריגן...
צי נאר ווען דיין בחורל וועט דאס האבן און וועסט איינמאל פונקט קוקן די היסטאריע ווואו ער איז אלץ אריין , און וועסט זען זאכן וואס גלוסטן זיך דיר גארנישט, אדער ארגער, און דעמאלטס וועסטו אויפשפרונגען און כאפן אז עס איז שוין גאר, אויב נישט צו, שפעט.
אדער ביסטו מעגליך פשוט אומוויסנד איבער די פאקטן פון אינטערנעט אדער סעלפאן, וואס איז באמת שוין כמעט נישט קיין חילוק היינט צוטאגס.
צי וויייסטו אז אויסער דעם וואס עס איז שיין קאלירט, קענען זיך אויך זאכן באוועגן אויפן טעלעפאן, פונקט ווי ביים אינטערנעט אויפן קאמפיוטער.
און אפילו נישט, אפילו ביי די וואס ניטאמאל קיין בילדער קען ארויפקומען, אבער צי איז דאס אליין נישט גענוג אז ער קען סוירטשן "וואס ער וויל", און וואס עס פאלט אים ביי אויפן מינוט, גארנישט ארויסגערעכנט און אפילו די נישט קאלירטע, וואס האט נישט "אלע" פראבלעמען , אבער זוכן און נישטערן וואו עס פעלט נישט אויס, קען מען פונקט אזוי. וואס ער טראכט אדער חלומ''ט נאר צו וויסן ווייסט ער אין א מינוט. צי איז דאס ננשט קיין סכנת נפשות ממש. צי ווילסטו הערן פונקטליכע משלים וואס עס קען אים אלץ בייפאלן צו סוירטשן. איז א חילוק צי ער וויל נאר וויסן מער פונקטליך וואס ער האט אמאל געהערט אדער אויפגעכאפט, אדער וועט ער נאר וועלן פארשטיין וואס זאגן "זיי", אדער וואס איז די טעאריע פון דעם יעניגן, פארוואס האט יענער אזוי געהאלטן. וד"ל. צי איז דאס נישט די גרעסטע מעגליכע סכנה פאר דעם קליינעם , נארוואס צושטאנד געקומענער מוח''ל.
צי ווייסטו אז אלעס הייבט זיך אן ערגעץ, און אפילו די טעקסט מעסעדזשינג איז מעגליך נאכנישט אזא מוראדיגע פירצה אויף די מינוט אבער דאס איז אן אומגעהויערע סכנה וואס יעדער מיט אפילו איין אויג קען באמערקן, און דאס וועט אן א ספק זיין דער מיטל צו פילע עבירות חמורות. צי דארף מען דען לאזן דעם ביקס אין די האנט פון א פארדעכטיגטן, וויבאלד מען ווייסט אז "יעצט" האט ער פאקטיש נאכנישט קיין קוילן דערפאר. איז דאס דען נישט לעבנסוויכטיג אויסצוראטן ווען עס איז נאך מעגליך, נישט נאכדעם וואס עס וועט שוין זיין צו איינגעריסן, וואס דאן איז דא שוואכע שאנסן.
וארץ ישראל יוכיח, וואס דארט, וואס די טעקסט מעסעדזשעס העלפט פיל, גייט פאר. ווי א דארטיגער האט מיר פארציילט אז מען פרובירט איינס נאכן צווייטן ביז מ''קומט אן צו עפעס ''אינטערעסאנטס''. און נישט אומזיסט זענען די דארטיגע מחנכים אזוי צולאזט.
איי, איז די פראגע א שגץ איז סייווי א שגץ, און דאס וועט שוין נישט אויסמאכן.
איז קודם , צי דערפאר ברויך מען אפילו נישט פרובירן. צי וועט עט ליסט מעגליך זיין צו ראטעווען די וועלכע האבן נאך יא מורא פון זייער טאטע, ווייב וכדומה, וואס וועלן פרעגן , וואס עפעס מוזטו דוקא די ברייטע סעלפאנס, אינדערצייט וואס מ''האקט אזוי דערויף. מען מעג דאך פרובירן ראטעווען וואס מ''קען.
שנית, צי ווייסטו דען נישט אז ערליכע מענטשן האבן אויך (אויב נישט נאך א גרעסערע) א תאוה, און זיי קענען פשוט נייגעריג ווערן צו זען וואס איז דא, און וואס מ''קען אלץ זען, ער וויל דאך פשוט וויסן אויף וואס האקט מען אזוי. און ער וואונדערט זיך וואס קען ארויפקומען ווען איך לייג דאס און דאס, און מען פאלט אריין אינעם נעץ פאר מ''כאפט זיך און נאכדעם וואס דער מוח איז פארגאפט און די כוחות פארלאזן
צי פארשטייסטו אויך נישט אז דזשעי נעט איז בעסער, און וואס איז דאס אנדערש. דאס איז ווי דזשעי נעט נאר אויף א טעלעפאן, וואס דער טעלעפאן איז דאך א געהעריגער אינטערנעץ
מיין טאטע און פילע פונעם פאריגן דור, וואלטן למשל נישט געוואוסט אז עפעס איז נישט גוט מיט די גרויסע ברייטע סעלפאנס, און צוליב אזעלכע שרייענדיגע צעטלעך און גרויסן קאמפיין כאפן זיי, אדער הייבן זיי כאטש אן צו נאכפרעגן וואס איז די גרויסע געפאר און אזוי ווייסן זיי צו לייגן דרוק אויפן קינד אז ער זאל האבן די מאושר''דיגע. און איצט איז כאטש נאך דער מצב אז מ''האט נישט קיין תירוץ צו זאגן אז מען דארף דוקא יענע.
יא, עס איז דא גענוג וואס מסתמא וואלט זיי טאקע נישט געשאדט אזא פאן אבער צי זענען די אנדערע הונדערטער אויב נישט טויזנטער זיכערע קרבנות נישט ווערד אזא קאמפיין וואס וועט זיי קלאר צוריקהאלטן פון אנקומען וואו זיי ווילן ?
נאך אלעם קענען דאך היינט צוטאגס רוב בחור''לעך נישט אזוי גרינג אנקומען צום אינטערנעט , עס פעלט זיך אויס א קאמפיוטער און קאנעקשאן, וכדומה, אבער דער טעלעפאן מאכט דאס אזוי גרינג ווי צו האבן א טעלעפאן וואס דער פאקט איז אז עס איז גרינגער פון גרינג, און אויב וועט כאטש זיין דער גבול אז מ''האט נישט קיין אינטערנעט דערויף, איז דאס בעיני א גאר גאר גרויסע אויפטו, און איך זע נישט וואס איז דא נישט צו פארשטיין.
און אפילו יונגעלייטלעך, ארבייטער, וואס נאך אלעם קענען פילע נישט טון כל מה שלב(ה)ם חפץ, ווייל זיי האבן א ווייב , א בעל הבית , א חבר וכדומה וואס זעט אדער קען זען און נאכקוקן די היסטאריע , אדער איז די שרעק אז עס וועט פשוט ארויפשפרונגען, אבער אויף זיין פריוואטן היימישן סעלפאן, איז דאס ארויס פון אלע גרעניצן און ער האט אלעס אויף די שפיץ פינגער , און די אלע טיילווייז מעגליכע אפוטרופסים פאלן אוועק, ער איז אפ פאר עניטינג.
יא, איך קען פארשטיין ווער עס קויפט נישט באלד אזא פאן, אבער צי איך פארשטיי דעם קאמפיין? טויזנט און איין פראצענט. און זיך ארויפכאפן פונקטליך וויאזוי דער קאמפיין ווערט געפירט, לאזט זיך אפשר דעבאטירן אבער דאס איז נישט די פאוינט. מען דארף און עס איז וויכטיג צו קאמפיינען דערקעגן.
אין איין ווארט, ווער עס זעט דעם חורבן פונעם נעקסטן דור, דארף גאר גוט פארשטיין אז די סעלפאן-אינטערנעט מלחמה, איז א מינימאלע אפהאלט אינעם פארשטריט פון כאטש פרובירן צוריקהאלטן א טאטאלע פארניכטונג פונעם יונגן דור. אויב האלט איר אז אינטערנעץ בכלל קען זיין א פראבלעם, נו וואס איז אנדערש מיט דעם טריא סעלפאן.
אגב, איך בין נישט קיין אגענט פאר זיי.