בית פורומים כל העולם כולו

ברעיקינג: הסכם בקהלתינו מאנטריאל!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/5/2006 00:23 לינק ישיר 

ווייסט איינער פאר וואס ביי די סיגעטר שטייט נאר פרטים יבאו?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:07 לינק ישיר 

ווארהייט

איך וויל דיר אביסל אויסבעסערן



1) קהל וועט פארבלייבן די אלטע קהל און ס'וועט צוקומען נאך פיר אהרונים.
די אלטע קהל:
אהרונים:
שלמה יעקב שפיצער, יעקב מאראווקא,

זאליס:
מרדכי קאהן,  יוסף שמואל פאזן

נייטראל:
אייזיק שווארץ

גענויגט צו אהרונים:
 משה פריעדמאן


4) אין די באורד פון בית אסתר וועט מען צולייגן דריי אהרונים.

די אלטע באורד:
זאליס:
מרדכי קאהן,
 
אנטי סאטמאר פרא לייטנער קאשוי מארגענשטערן:
הערשל פליישמאן

גענויגט צו אהרונים:
לייביש קליינבערגער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:13 לינק ישיר 

אייגענטליך
איז אין די אלטע קהל געווען אויך נאך א גרויסער זאלי

יודא ליב פאל

מען הערט עפעס נישט פון אים

אויך איז געווען נאך איינער

ווי אויך איז געווען אום אפיציעל הרה"ג שמואל בנימין סופר ז"ל
שטארקע חסיד געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:13 לינק ישיר 

וועם לייגט מען צי ,  צו די 'בית אסתר' באארד ???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:19 לינק ישיר 

פּאטאקי און ווארהייט, קוקט אויס איר קומט ביידע נישט פון מאנטרעאל ווייל סיי משה פריעדמאן, סיי אייזיק שווארץ און סיי יוסף שמואל פאזען זענען מער-ווייניגער פּאלנע זאלונים.
ביז איצט איז די מאנטרעאלע קהלה באשטאנען פון פיר סיגעטער קעגן 2 סאטמארער, אינדערצייט וואס ארום 70 פראצענט פונעם ציבור געהערט צו סאטמאר. אצינד וועט עס זיין פונקט קאפויער! 6 סאטמארער (די פיר נייע פּלאָס די צוויי אלטע) קעגן 4 זאלונים (די פיר אלטע), רעפלעקטירנדיג די אמת'ע ציפערן פון די קהלה.
אין בית אסתר איז ביז איצט געווען 2 קעגן איינס (הרה"ח הישיש ר' לייבוש קליינבערגער הי"ו קעגן ר' מרדכי קאהן און ר' הערשל פליישמאן).



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 01:44 לינק ישיר 

סימן טוב
איך וויל מיך נישט טעהנ'ן ווי א קינד ער איז יא א זאלי ער איז נישט

אבער דעיס איז זיכער אז לייביש קליינבערגער איז מער ווערט פאר די זאליס ווי משה פרידעמאן און אייזיק שווארץ

ווייל ער איז שוין א אלטער איד און זיין וואוט מיינט הערשל פליישמאן (רעביצן'ס) וואוט

ווידעראום משה פריעדמאן איז קלאר מער נוטה צו ארוינים

אייגענטליך אויף וועלכע גאס אין מאנטריאל וואוינסטו?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:51 לינק ישיר 

פאטאקי און סימןטוב. איך בין מער באהאוונט מיט די פערסענאליטעט פון די ביז יעצטיגע קהל מיטגלידער ווי ענק.

אבער איך וועל זיך נישט טענה'ן מיט ענק ווייל ס'איז באמת נישט קיין נפק"מ. נאך אזא גוטן טאג פאר סאטמאר, וועמען גייט עס אן?

נאר אזעלכע פייטס צווישן אונז...

דער עיקר איז אז יעצט וועט סאטמארע קהל און די סאטמארע מוסדות זיין פארטרעטן דורך סאטמאר און נישט דורך סיגעט.פון יעצט און ווייטער וועט אן איבערוויגנדער רוב אין קהל זיין סאטמארע חסידים, און די קהלה וועט געפירט ווערן אונטער די הנהגה פון כ"ק מרן רבינו שליט"א.

דאס הייסט איינגענומען די קהלה אן קיין איין שאס!!!

תוקן על ידי - ווארהייט - 30/05/2006 2:17:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 01:57 לינק ישיר 

קאנדא

ווי ביזטו יעצט?

פאר בערך א שעה צוריק האבן ביידע לויערס מיט די קארט געסיינט די דיל אזוי ווי ווארהייט שרייבט דא און דארט שטייט אויך אז ר' מנחם ליבערמאן איז דער וואס האט געמאכט די דיל

האסטו שוין גענדיגט מאכן דיין מעשה קאנדא?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:02 לינק ישיר 

יודא לייב פאול איז נישט אויף די בארד בכלל.

די זאליס אין מאנטריא' דרייען זיך ארום אן א קעפ זיי שימפען און שעטלן, זיי האבן פריער געקאלט הגה"צ ר' דוד שליט"א אז זיי גייען אוועק דעם שבת פון בית המדרש, עס איז נישט קיין יושר.

ר' דוד האט זיי געזאגט דאס איז דער הסכם און פארטיג, די אהרונים זענען קלארע 75 פארצענט פון די קהלה אין די זאליס זענען אינגאנצן 10 פארצענט, ממילא דאס איז די החלטה און דער הסכם וועט בלייבן.

יעצט זענען די זאליס פארטאן אין זיכן א פלאץ זיי ווילן שוין אוועק גיין דעם שבת.

אשריך רבי יצחק ראזענבערג שליט"א!

מיט זיין געטריישאפט פאר קהלתינו הק' קהל יטב לב דסאטמאר בכל קצוי תבל האט ער געראטעוועט קהלתינו הק' פון די אינשי דלא מעלי!

די געוואלדיגע דערגרייכונג איז נאך א רינגעלע צו פארדאנקען רבי יצחק פאר זיין מסירת נפש פאר מלכות סאטמאר!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 02:04 לינק ישיר 

הודו לה' כי טוב ! קיין בעסערס דערפון האט זיך סאטמאר נישט געקענט ווינטשן ! סיי פארזיכערט די בנינים על צד היותר טוב, און סיי געוויזן פאר די וועלט אז מיר זענען נישט קיין פשוט'ע חיות טורפות מיט וועמען ס'איז אוממעגליך צו גיין צום טיש ! ועל כולם, דער איבערגעאיילטער ר' משה מנחם, וואס האט אין איין שאס צושמעטערט דעם גאנצן פאפירענעם בנין וואס די זאליס האבן אויפגעבויט במשך די יארן פון "הליכה לערכאות". און אויסער א מוסר פארציע פונעם ריכטער פארוואס ער גייט נישט צו דין תורה האט ער באקומען זעראו ! נול ! אויב עפעס איז דאס געווען די שטרוי וואס האט צובראכן דעם רוקן פונעם קעמל, און באוואויגן די עטליכע צוהיצטע מאנטריאלער אז זיי זאלן זיך אראפזעצן ביים פארהאנדלונג'ס טיש, וואו זיי זענען געוואויר געווארן אז זיי רעדן מיט געהעריגע נארמאלע מענטשן !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:05 לינק ישיר 


אויך טוען תלמידי וחסידי סאטמאר באדאנקען דעם העראשיען מסירת נפש עסקן

האברך החשוב לב טוב הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן ני"ו.

וואס אדאנק זיין ארבעט איז מען אנגעקומען צו דער גרויסער זמן און געשעהניש.

אשריך ר' מנחם אשריך!!!

דיין הערישע ארבעט וועט אריין גיין אין די גאלדענע היסטאריע פון מלכות סאטמאר!

תוקן על ידי - yones69 - 30/05/2006 2:06:44



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/5/2006 02:13 לינק ישיר 

ווי געזאגט איז איין וויכטיגע דערגרייכונג פאר סאטמאר, אז ס'וועט זיין וואלן אין זעקס חדשים ארום.

ביז צו די וואלן וועלן די ראשי הקהלה זיין פולשטענדיג אהרונים:

פרעזידענט: יעקב מאראווקא

וויצע פרעזידענט: יודל ווערצבערגער

סעקרעטערי און טרעזשורער: שלמה יאנקל שפיצער

גבאים: יודל ווערצבערגער און אייזיק שווארץ (וואס איז א מעסיגער זאלי). תוקן על ידי - ווארהייט - 30/05/2006 2:18:26



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:21 לינק ישיר 

דאס וואס איך האב געהאט געשריבן נומער 5, אז מען גייט נישט לעגאל קענען טרענספערן די בית אסתר בילדינג אן די הסכמה פון 100 פראצענט פון די באורד, איז צום סוף נישט אריינגערעכנט געווארן אין די דיעל. עס וועט זיך אויספעלן א רוב פון די באורד צו קענען טרענספערן די בילדינג און רוב באורד מעמבערס פון יעצט און ווייטער וועלן דאך סייווי זיין היימישע סאטמארע מענטשן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:26 לינק ישיר 

דא איז דער פלאץ אפצוגעבן דעם פאסיגן שבח און אנערקענונג פאר

הרה"ח ר' מרדכי קאהן הי"ו

כאטש ער באלאנגט צו די קליינע מינאריטעט אין מאנטריאל האט ער זיך אבער צוגעשטעלט 100 פראצענט צום דיעל און אסאך געהאלפן אז ס'זאל קענען דורכגיין. ער האט געשטערט די זאליס פון מאכן שוועריגקייטן, אלעס ווייל ער האט געוואלט ס'זאל זיין שלום ושלוה אין די קהלה.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/5/2006 02:46 לינק ישיר 

נו! יענקעלע וואס האב איך דיר געזאגט?

אבער בא ללמד פארשטייט נאך אלץ נישט
ער שרייבט:

איינגענומען די קהלה אן קיין איין שאס

דער אמת:

דעפענד אונזער קהלה אן קיין איין שאס

אלעס צו פארדאנקען די זאליס פארן פרובירן צו פארגרעסערן די פייער דורך גיין צום קארט און צום סוף איז עס געווען פאר אונז טובה און אוודאי פאר מאנטריאלער רב שליט"א א טובה

די גרעסטע ראיה איז אז מרדכי קאהן בעל כרחו יענה אמן
אזוי ווי כ'האב ענק פראנאויס געזאגט

און אפילו טאמער די עקסטרעמע זאליס וועלן גיין ווי לערנער מייזלס וועט עס זיין קוים מנין
ווייל נאמאלע מענטשען אפילו זלונים האלטן זיך צו א דיעל חוץ משוגעים און אז משוגעים גייען מיינט נישט אז אונז מאכן מחלוקת



תוקן על ידי - פאטאקי08 - 30/05/2006 2:58:13



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ברעיקינג: הסכם בקהלתינו מאנטריאל!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext