נשלח ב - 21:9 7/6/2006
איך האב נישט רשות כתובה אין באבוב – קענסט דאס ארויפלייגען?
איך קען נישט גלייבען אז קיינער האט נאך נישט באשריבען דעם מייסטערליכע און אינהאלטסרייכע מארטש-טאנץ וואס די קינדער האבען אהערגעשטעלט פאר'ן בענטשען ביי די חתונה.
זייענדיג איו די ימי המילואים פון שבועות האט דער מארטש געהאט א טעמע פון קבלת התורה.
קודם האבען אריין געטאנצט עטליכע גרופעס פון קינדער, איין גרופע אויף א מאל. יעדע גרופע איז געווען פארשטעלט ווי איינער פון די אומות העולם – ענגלאנדער, אראבער, אמעריקאנער, און אזוי ווייטער. די לעצטע גרופע איז געווען פארשטעלט ווי זיך אליין – איידעלע באחן'טע אידישע קינדער.
ביי יעדער גרופע האט געשפילט מוזיק פאסיג פאר זיי – ביי די אראבער האט געשפילט אראבישער סטייל מוזיק, הגם ס'איז געווען אידישער ניגונים. און באזינדער האבען עטליכע פון די קינדער באוויזען קינצליכע טאנצען – ס'איז געווען הערליך.
דערנאך האט אריין געטאנצט א יונגערמאן פארשטעלט ווי א מלאך, מיט א קליין ספר תורה'לע אין די הענט. ער האט צוגעטאנצט צו יעדער גרופע באזינדער און אזוי ווי חז"ל זאגען האבען זיי אלע געפרעגט מאי כתיב ביה. ער האט אויפגעמאכט די תורה'לע און געוויזען, זיי האבען אלע געגעבען א קיק און אוועק געמאכט מיט די הענט – דאס איז נישט פאר אונץ.
דערנאך האט ער צוגעטאנצט צו די אידען וואס האבען עס מקבל געווען אהן קיין שאלות. דער מוזיק האט אנגעהויבען שפיעלען תורת ה' תמימה און דער גאנצע עולם האט מיטגעזינגען- ס'איז געווען עפעס צו געדענקען.
| |
einekel |
 |
|
|