| נשלח ב-1/6/2006 05:27 |
|
| |
די עמקות פון קדש עצמך במותר לך
חברינו באטשי צייכנט צו אין בח"ח א מוראדיגע ישמח משה אין פרשת קדושים
קדש עצמך במותר לך (יבמות כ' ע"א), מתקיים על פי שני דרכים, או שממאס במותרות, ולפעמים
ההיפך כמבואר בשו"ע שמשביע עצמו מן ההיתר כדי שלא יבא לידי איסור, והכל לפי מה שהוא אדם באותה
שעה ובלבד שיהיה כונתו לשמים. והיינו גם כן קדש עצמך במותר לך, שעל ידי המותר הוא מקדש על
עצמו שלא יבא לידי איסור, וגם אם עושה לכונה זו, הוי עבודה לשם ב"ה וב"ש ומקדש עצמו,
והבן:
איז דא נאך וואס לייגן אראפ דעם יסוד? איז דא וואס קריגן זיך דערויף?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2006 21:11 |
|
| |
יא, עס איז דא וואס קריגן זיך דערויף:
ויהי לעת הערב ויקם דוד מעל משכבו וגו' אמר רב יהודה שהפך משכבו של לילה למשכבו של יום ונתעלמה ממנו הלכה אבר קטן יש באדם משביעו רעב ומרעיבו שבע.
רש"י: שהיה משמש מטתו ביום כדי שיהא שבע מתשמיש ולא יהרהר אחר אשה כל היום ונתעלמה ממנו הלכה, שהמשביע אברו בתשמיש, רעב ומרבה תאוה.
סנהדרין דף ק"ז ע"א.
עס איז לעולם נישט קיין סתירה, וועל מיר לאזן פאר א צווייט מאל.
א גוט שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/6/2006 16:58 |
|
| |
ווי איך פארשטיי איז דאס נישט נאר געזאגט געווארן אויף די ענינים, עס ענהאלט א מוראדיגע יסוד
וואס טאר נישט פארהוילן ווערן. איך ווייס נישט צו א מענטש פאר זיך אליין איז דער וואס מעג דן
זיין אויף זיך, אבער לויט ווי עס קוקט אויס איז פארהאן א חילוק צווישן בפרהסיא או בצנעא, צו
טון זאכן פאר זיך אליין וואס נייגט אוועק פונעם דרך מיטן ציל נתעלה צו ווערן קען אסאך מאל גאר
זיין א מעלה.
די שאלה איז נאר וואס דער גבול איז, ווייל אך און וויי ווען מען איז דן פאר זיך אליין.
דאס איז מיר שווער געווען ווען ער שרייבט והכל לפי מה שהוא אדם באותה שעה ובלבד שיהיה
כונתו לשמים
מיין תיבה אישית האט ערהאטלן צוויי מעלדונגען איך צענזוריר עס:
1)
כדאי לציין דבר הדרכה בענין הנ"ל וואס איך האב געהערט פון א חשובע איד א ת"ח. אז ער האט אמאל
געפרעגט מרן אדמו"ר מסאטמאר הגה"ק בעל ויוא"מ זצ"ל וועגן משבת לשבת, האט ער אים גארנישט
געענטפערט נאר צוגעוויזן דער אויבנדערמאנטע ישמח משה.
ובזה נסתיים השיחה.
2)
כ'האב דיר נאר סתם געוואלט זאגן אז דער ישמח משה איז מיר אויך א מורא'דיגער חידוש, און
ס'וואלט זיכער כדאי געווען אז די דעבאטע זאל זיך אנהייבן לכל הפחות צוזאמען מיטן רמב"'ן אויף
קדש עצמך במותר לך.
ס'איז בלתי שום ספק אז דער ישמח משה איז נאר פאר קליינע מענטשעלעך כמונו, אבער ס'איז א
געוואלדיגער לימוד זכות אויף אסאך זאכן, און איך וועל פרובירן אפירזוכן אנדערע וואס רעדן דערפון.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-16/6/2006 08:35 |
|
| |
דעת ותבונה - דיפלאמאט
לכאורה איז די מעשה פון דוד המלך נישט קיין סתירה צו דעם מהלך פונעם ישמח משה, ווייל דאס איז קלאר אז ביי יענעם ספעציפישן ענין איז דער פאקט אזוי אז משביעו רעב ומרעיבו שבע, און דער נתעלמה ממנו הלכה מיינט לכאורה נישט אז דוד האט פארזען א הלכה נאר ער האט פארזען דעם ענין, און עס קען נאך אלץ זיין אז ביי אנדערע זאכן איז יא דא אזא כלל אז מ'זאל זיך נאכגעבן בהיתר ווייל עס וועט צוריקהאלטן פון איסורים.
אבער בכלל קען זיין אז דער ישמח משה רעדט ווען ער איז זיכער אז דער איצטיגער היתר האלט אים צוריק פון אן איסור, וואס דאן איז שווער אז איינער זאל זאגן פארקערט, ווייל עס איז דאך קלאר א גדר, און דאס מיינט ער לכאורה מיט והכל לפי אותו שעה , ווי איינער זאגט, אז יענער ווייסט דעמאלטס קלאר ביי זיך אין הארץ אז עס לוינט אים יעצט צו טון דער היתר ווייל אז נישט איז דא גרויסע שאנסן אז ער וועט צוקומען צו אן איסור, דעריבער איז דאס זיכער אויסגעהאלטן אויב נישט א חיוב דאס צו טון.
ווידער דער רמב"ם רעדט בעצם פון זיך נאכגעבן יעדע זאך וויבאלד עס איז נישטא קיין איסור דערויף, כלשונו: הענין כי התורה הזהירה בעריות ובמאכלים האסורים והתירה הביאה איש באשתו ואכילת הבשר והיין, א"כ ימצא בעל התאוה מקום להיות שטוף בזמת אשתו או נשיו הרבות, ולהיות בסובאי יין בזוללי בשר למו, וידבר כרצונו בכל הנבלות, שלא הוזכר איסור זה בתורה, והנה יהיה נבל ברשות התורה:
זעט מען דאך קלאר אז ער רעדט פון זיך סתם נאכגעבן אלעס וויבאלד עס איז נישטא קיין בפירושע איסור דערקעגן און ער וועט זיין "נבל ברשות התורה", און דאס איז גאר פארשטענדליך אז עס איז נגד רצון הבורא, און דער ישמח משה וועט לכאורה קלאר מודה זיין דערצו, נאר דער ישמח משה רעדט פון מילדערע פעלער ווען דער מציאות שטעלט זיך קלאר פארקערט אז מען דארף יא עפעס נאכגעבן ווייל אז נישט וועט מען גאר קומען צו ערגערס, דעריבער איז פשוט אז מען זאל ענדערש טון דעם היתר ווי צוקומען צו אן איסור.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/11/2008 06:09 |
|
| |
עס איז א שאד אז מ'האט געעפנט אזא שמועס אין א פאבליק פלאץ, אבער די חילוק איז פון א נארמאלע סדר, און עפעס וואס איז מער ווי נארמאל. די מעשה פון דוד המלך איז ווייל ער האט געטאן עפעס וואס נארמאל טוט מען נישט, און דאס ברענגט א רייץ צו ברעכן נאך גדרים. די ישמח משה איז בכלל נישט דער ערשטער וואס זאגט אז וויפיל עס פעלט אויס בהיתר נארמאל, איז בעצם מונע פון עבירה, עס שטייט אין גמרא (דיין שמצילות אותנו מן החטא) און אין די ראשונים (די מדרגות...) אויף מערערע פלעצער. דער חידוש איז נאר אז מיט דעם איז מען אפילו צקיים די מצוה פון "קדש עצמך במותר לך"
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|