איך קען זאגן מער ווייניגער וואס איך האב געהערט, אז ס'איז טאקע מ. וו. קליין, ער וויל נאר אז די אהרונים זאלן עס קויפן פאר דעם לייגט ער בילדער פון רבינו שליט"א. און דער עיקר וויל ער זאגן אז אויך דער סיגעטער איז אן אדמו"ר מסאטאמר (וואס דער גאנצע וועלט האט שוין איינגעזעהן אז נישט) כ'האב אויך געהערט אז ס'איז דא נאך א וויזניצער פון מענדלס חברה, וואס האט אויך א יד דארט, ער האט שוין אן אלטע סכסוך מיט'ן כל העולם כולו, איינער חיים מאיר מ. וואס איך מיין אז ער האט אפילו שוין געהאט א דין תורה מיט כל העולם. (ער פלעגט זיין דער דיסטריבעטער דא אין אמעריקע, און זיי האבן זיך צוקריגט).
בקיצור ס'איז א צאמשטעל פון אפאר צעבראכענע אידן, וואס זוכן צו האקן און זעצן יענעם (אזוי ווי מ'קען זעהן האט ער געלייגט זייער שוואכע בילדער פון ר' ישראל האגער ווי מ'זעהט זייער ווייניג מענטשן און ס'איז שטארק פארנעפעלט).
א זאך וואס איז אויפגעשטעלט אונטערצוברענגן און באגראבן דעם צווייטן, קען נישט אנהאלטן צו לאנג, ס'וועט מסתמא אינטערגיין שנעל, איך האלטן אז ס'וועט נישט אנהאלטן מער ווי 2 חדשים.
|
|