בית פורומים כל העולם כולו

גרעסטע עולם דעם יו"ט שבועות פון די היסטאריע

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/6/2006 07:50 לינק ישיר 
גרעסטע עולם דעם יו"ט שבועות פון די היסטאריע

ס'איז נישט צום באשרייבן מ'האט גענדיגט א האלבע שעה צוריק ווער ס'קען עס באשרייבן זאל עס באשרייבן

איין זאך קען איך יא שרייבן ווען איך בין געווען און ביהמ"ד אדער און טענעט בין איך געווען צודריקט פון אזויפיל מענטשען בליע"ה



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 08:06 לינק ישיר 

איך האלט ס'איז געווען א גיטע 10,000 ביי די טיש, און די באגלייטן.

ווער ס'האט בילדער זאל לייגן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 08:27 לינק ישיר 

א ברודער מיינע וועלעכע איז פארבליבן אין וויליאמסבורג אויף יו"ט זאגט מיר אז די גאסן און די בתי מדרשים אויסגעקוקט ווי אינמיטן זומער.


אומגלויבליך.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 09:41 לינק ישיר 

בלויז פאר א ביישפיל וואספארא ריזיגער ציבור עס איז געווען אין קרית יואל: פאר'ן דוכנ'ען האט מען געמוזט אריינברענגען וואסער אין בית המדרש אין גרויסע פעילס, און עס אריבערגעפירט פון איין האנט צום אנדערן, ווייל צוליב דעם גרויסן געדרענג האבן די כהנים נישט געקענט ארויסגיין זיך וואשן ביי די סינקס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 09:56 לינק ישיר 

אײנער פון די נײן באװארפן-חתנים האט באקומען גלילה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 10:06 לינק ישיר 

איך בין אנגעקומען די ערשטע נאכט אביסעל שפעט צום דאווענען,
איך רעדט שוין נישט אז מיין זיץ האב איך שוין נישט געהאט, כ'האב געזוכט פון וועלכע טיר מ'קען נאר אריינקוקן אין ביהמ"ד, און כ'האב נישט געטראפען.
מענטשען זענען געשטאנען ביי די האלוועיס נעבן חדר יחזקאל און חדר הספרים ביז אינדרויסען צו די גאס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 10:27 לינק ישיר 

קרישקעלעך פונעם יו"ט. - אין ביהמ"ד איז געווען איבער 2800 זיצן. מיט נאך ארום 1400 שטיי פלעצער. - אין טענט ביי די פולסטע צייט (נעילת החג) איז געווען ארום 5500 מענטשן. - אין פאליש פון ביהמ"ד איז געווען מער שטריימלעך ווי דער סיגוטער האט געהאט ביי זיין פולסטע צייט ביי די טישן, און אפשר אויך ביים דאווענען. - אסאך רבי'ס וואלטן זיך געוואונטשן צו האבן אויף יו"ט אזא עולם וואס איז געשטאנען ביי קהל'ס אפיס ווייל זיי האבן פארגעסן צו מאכן עירוב תבשילין... - די בעסטע פלאץ אין ביהמ"ד איז געווען די נייע צוגעבויטע שטיקלעך אויף דרום, וואו אלעס איז געווען געהעריג, און מ'האט געקענט זען די גאנצע ביהמ"ד. - די "היט" פונעם יו"ט טיז געווען די תורה מיט די זינגען "והבדילנו מן התועים" ביים כתובה טיש. - די שענסטע זאך איז געווען די אהבה רבה דעם ערשטן אינדערפרי, בעיקר ווען מ'האט געהערט דעם רבי'ן אנהייבן נאכאמאל די ניגון ביי "ורחמיך הרבים" מיט א געשטיקטן קול. - פון די טישן איז די שענסטע צייט געווען ביי והאר עינינו ביים תיקון ליל שבועות טיש. - אויב איינער איז ארויס אינמיטן דאווענען צו הכנות וכדו', האט ער עפ"י רוב שוין נישט געקענט אנקומען צוריק צו זיין פלאץ. - מ'האט נישט פארקויפט מער ווי דריי פיר עליות דעם גאנצן יו"ט, מפטיר דעם ערשטן טאג האט געקאסט צען 'מיליאן', פאר ר' ישעי' וואלף לעוו וואס האט געשנאדערט א האלבן מיליאן (עכטע...) פאר די מוסדות אין וויליאמסבורג. דעם צווייטן טאג האט עולה געווען (צווישן אלע חתנים...) זיין זון ר' אשר לעוו, וואס האט געגעבן הונדערט טויזנט דאלער. - די קידושים זענען געווען אין כולל אויבן, וואו מ'האט זיך נישט געקענט רירן. - ס'איז געווען זייער אסאך חידושים דעם יו"ט פון אומגערישטע געסט, כ'וועל נישט אויסרעכענען די נעמען, וייל כ'בין נישט אינטערסירט מ'זאל זיי מארגן אין ביהמ"ד משוגע מאכן. - ביי די תורה האט מען געמוזט אויסלעשן די עירקאנדישאן אז מ'זאל קענען הערן אינעם גאנצן טענט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 10:33 לינק ישיר 

ר' אשר זעליג לעוו האט נאר באקומען הגבה און ביי דע מי שברך האט ער מנדב געווען דע סכום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 10:57 לינק ישיר 

די קינדער האבן געדאװנט עקסטער אין היכל התורה, פארמײנדיג סכנות נפשות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 12:45 לינק ישיר 

נאך א מזל אז די 800 קינדער האבן געדאוונט עקסטער אין היכל ראזנבערג, וואס האט א טראפ געלינדערט דעם שרעקליכן געדרענג און אויך אוועקגענומען פרעשור פון זייערע עלטערן.

אגב, געגאנגען האסטו שלעכט גערעכנט.

אין בית המדרש איז געווען ביים דאווענען א קנאפע 5,000 מענטשן.

אין טענט איז געווען ביי די נעילת החג טיש א גוטע 8,000 ביז 10,000 מענטשן.

סאטמאר האט נאך אזא טיש נישט געזען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 12:48 לינק ישיר 

צום ערשטן מאל אין די סאטמארע געשיכטע זענען געווען אזויפיל באווארפנס אז עס איז פשוט נישט געווען גענוג עליות.

איין חתן (דער יונגסטער) איז באווארפן געווארן ביי גלילה. עס איז געווען אזא היסטארישער מאמענט אז אויף מערב וואנט האבן זיך מענטשן אויפגעשטעלט אויף די בענק עס מיטצוהאלטן...




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 12:50 לינק ישיר 

וואס הייסט ביי גלילה די באווארפן? א חתן איז א חיוב גמור, לדעתי וואלט מען איהם געדארפט באווארפן אין מנחה.
אגב, אין "גער" איז געווען די שבת 17 באווארפן! בליעה"ר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 16:51 לינק ישיר 

SIM
איך וואלט דיר נישט געדארפט ענטפערן ווייל די קומסט שוין אז מ'האט געטון קעגן די הלכה.

איך ענטפער נאר פאר די אנדערע וואס וויל פארשטיין

דער חתן האט עולה געווען אינדרויסן. נאר די באווארפן איז געווען ביי הגבה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 17:46 לינק ישיר 

קען עימיצער דא איבערשרייבן די תוכן פון די דברי תורה'ס? אדער כאטש קורצע מאמרים, צי הויכפונקטן פון די געדאנקען וואס רבינו שליט"א האט ארויסגעברענט?
כ'האב געהערט איין גוטס, ביי די סעודה וואס רבינו שליט"א האט געגעסען מיט די געסט האט ער אראפגעלייגט וויאזוי ס'איז צוגעגאנען דער "כפה עליהם הר כגיגית" און דערנאך זיך געשטעלט אז לכאורה נאכדעם וואס דער רבוש"ע האט אריינגעכאפט כלל ישראל אונטערן בארג און געצווינגען צו נעמען די תורה, ווי ממוז האלטן 613 מצוות, נו, האט מען לכאורה געברויכט מאכן דעם טאג פאר א תענית און טרויער, און דערווייל זעה מיר גאר אז "הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם"? - מ'מאכט סעודות און מ'פרייט זיך?
נאר - האט רבינו שליט"א אויסגעפירט - מיר זענען גאר שטארק צופרידן פון דעם געשעפט, מיר דאנקן דעם אויבערשטען אז ער האט אונז אזוי אריינגעכאפט...
איך בין נישט דארט געווען, אבער איך קען זיך פארשטעלן וויאזוי מרן רבינו הגה"ק שליט"א האט דאס אראפגעלייגט מיט א געשמאק. ווער עס קען עס בעסער איבערגעבן ווערט געבעטן "אל תמנע טוב מבעליו".



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 17:55 לינק ישיר 

זענטער

דע תורה מיט דע בחינה האט ער געזאגט ביים כתובה טיש



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 19:13 לינק ישיר 

צווישען די כתובה טיש און של"ס ווען די רבי איז געגאנגען דאווענען מנחה,
איז געווען א ליין ביי די ביה"כ אין ביהמ"ד נעבן היכל ראזענבערג צפון זייט ביז ארויס אויפ'ן גאס דרום זייט.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > גרעסטע עולם דעם יו"ט שבועות פון די היסטאריע
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext