בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/6/2006 07:53 לינק ישיר 
שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב

די פלעי אין וויליאמסבורג מוצאי יום טוב איז געווען שרעקליך אויסגעשפילט. עס איז געווען הערליכע סינעריס פון א בית המדרש און פון מענטשן מיט פארענטשעס, אבער דער עולם איז נישט געהעריג געקומען און דער הויפט עקטאר איז געווען א טאטאלער דורכפאל.

ווער ס'האט מער פרטים זאל ביטע באריכטן.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 08:03 לינק ישיר 

איך האב יעצט גערעדט צו איינעם וואס ס'איז דארט געווען ער זאגט מיר אז די 5 רייעס בענק זענען געווען זייער שיטער ס'איז געווען אסאך גאנצע ליידיגע בענק די פארענטשעס איז יא געווען גאנץ פיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 08:43 לינק ישיר 

עס איז געוועהן ווייט פון ליידיג ביי רז"ל'ס טיש מוצאי יו"ט. עס איז נישט געוועהן קיין גרויס געדרענג, אבער וויפיל מ'האט אנגעגרייט איז געוועהן פיל, חאטש מ'האט נישט אנגעגרייט אזא גרויסע שטח.

מוראדיג אינטרעסאנט איז געוועהן די ליידיגע וויליאמסבורגע גאסן איבער שבועות. עס האט זיך שטארק דערקענט אז די עולם איז געפארן אויף ק"י. די גאסן האבן אויסגעזעהן ענליך צו די וואכן וואס די עולם איז אין קאנטרי. אפילו פארקינג איז געוועהן ברווח אפילו הארט פארן זמן, א זאך וואס איז כמעט נישט שייך ערב א יום טוב אין וויליאמסבורג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 09:18 לינק ישיר 

דא קענט איר זעהן לייוו דעם טיש ביים סיגוטער http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=1522E85E16A6E32D תוקן על ידי - כל_העולם - 04/06/2006 9:26:26



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 10:36 לינק ישיר 

ווי איך האר האט אין סאטמאר עולה געווען ר' מאיר זעליג ריספלער אין ר' ישעי וואלף לעוו אין ר' חיים לאקס אין ביי די סיגוטע האב איך געזעהן עולה זיין מנחם מארקאוויטש אין אהרן נאה אין איינער קליין



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 12:53 לינק ישיר 

דער גרעסטער פלאפ פון סיגעטער רבי'ן איז געווען די ליידיגע גאסן און ליידיגע מקוואות ערב יום טוב. דער עולם האט ממש דעזערטירט די שטאט. עס האט אויסגעקוקט פונקט ווי שבת אין קאנטרי סיזאן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:06 לינק ישיר 

עס איז נאריש צו שרייבן "שרעקליך אויסגעשפילט", אפילו אז ווער עס איז געווען אין סאטמאר אויף יו"ט ווייסט אז דארט איז געווען כאפס וכאין אקעגן וואס עס האט זיך געטון אין סאטמאר. איז נאריש צו שרייבן אויף א ציבור פון מינימום 1500 אידן "שרעקליך אויסגעשפילט". ס'איז קלאר אז עס האט זיך אים אויסגעצאלט זיין שווערע הארעוואניע, די פראפאגאנדע אפאראטן וואס ארבעטן שוין וואכן לאנג, אינאיינעם מיט דעם רייץ פון די "נייע שול", צוזאמען מיט דעם דורכגעפאלענעם פרואוו פון די אהרונים זיי צו שטערן פון נוצן דעם נייעם ביהמ"ד, האט ארויסגעברענגט זיין גאנצן ציבור וואס ער האט איבער די גאנצע וועלט (איך רעד נישט פון שונאי סאטמאר, איך רעד פון די מענטשן וואס ער קען שלעפן צו זיינ'ס א טיש אין יו"ט און אויפהאלטן א האלבע שעה). ער האט נישט איבערגעלאזט כמעט קיינעם וואס ער וועט ווען אימער האבן ביי א טיש וואס ער האט נישט געברענגט יעצט. אבער דאס אלעס איז נארישקייטן אין פארגלייך מיט דעם הערליכן יו"ט וואס מיר זענען נארוואס אדורך, ווען סאטמארע חסידים האבן אויסגעשריגן מיט שטאלץ "אשרי העם שככה לו", און ב"ה אשר לא השבית לנו גואל און האט אונז איבערגעלאזט דעם מנהיג רוחני, וואו מען איז נישט פארנומען א גאנצן יו"ט נאר מיט די קליינליכקייטן פון ווער ווען און וויפיל, עלטערן הייבן אויף זייערע קינדער צו ווייזן די הייליגע צורה, טאטעס שמועסן איבער מיט די בחורים די הערליכע תורות, כולל אינגעלייט און מרביצי תורה גייען איבער איינער מיטן צווייטן "זאג מיר איבער די תורה פון נעכטן נאכט, כ'האב עס נישט געהעריג געהערט", "כ'האב נישט פארשטאנען דעם פשעטל, וואו קומט דא אריין דער רמב"ן", "וואס האט דער רבי געזאגט היינט ביי די סעודה מיט די געסט", איז געווען די נארמאלע פראגן דעם יו"ט, און דאס איז אונזער שטאלץ, און דערויף איז אונזער פרייד ! מיר פרייען זיך מיט וואס מיר האבן יא, נישט מיט וואס מיר האבן נישט !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:18 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:21 לינק ישיר 

*-- _mName *
.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:29 לינק ישיר 

זימער מ'האט ארויסגענימען אפאר בענק?

ווייל פאר יו"ט איז געווען אנגעגרייט 5 רייעס בענק דא זעה איך נאר 4 רייעס

נאך אזאך זעה איך פארשוויטצט ביזטו נישט געווארן איך זעה דער עולם שטייט שיין גראד ברייט אויף די פארענטשעס ביי אינז האט מען געדארפט שטיין זייטיג ציקוועטש



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:31 לינק ישיר 

נאך איין מזל אז די איסור אויף פיקטשערס איז אראפגעגאנגען,

ווען זיי שרייבען גרעסטע טיש אין היסטאריע אן א פיקטשער וואלט איך געמיינט אז ס'איז טאקע געווען עטליסט א פערטל פון ק"י,
אבער אזוי אז ס'איז ב"ה אראפגעגאנגען די איסור קען מען דאך זעהן וואספארא געלעכטער דאס איז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 19:37 לינק ישיר 

זימער

איך האב יעצט אפגעציילט די מענטשן דא אויף די בילד ס'איז דא 46 מענטשן אויף א רייע נעבך נעבך

ביי אינז איז געווען איבער 100 אויף א רייע



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:50 לינק ישיר 

עכטע_נייעס

אז די האסט טאקע נישט יעצט וואס צוטון נאר ציילען מענטשען,
וויל איך דיר געבן וואס צו טון,

איך האב לעצטענס געהערט אז "מעכעל'ס טוי סטאר" האט זיך עקספענדעט עפעס מעיזשאר,
ס'איז געווארען א ריזיגע סטאר א קעגן וואס ס'איז געווען,
יעצט טו מיר א טובה צייל אפ די חילוק וויפיל מענטשען גייען איינקויפן איין טאג ביי מעכעל און וויפיל ביי WAL MART



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 19:51 לינק ישיר 

*-- _mName *
.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 19:57 לינק ישיר 

וואס ווייטאגן ענק אזוי ענק האבן דאך געהאט 
 25,000-30,000

וואס גייט ענק אן אז ער האט געהאט
4,000-5,000




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 20:01 לינק ישיר 

איך מיין אז ס'איז נאריש צו זאגען אז ער האט געהאט א אויסגעשפילטע טיש.

ווייל ער האט נישט געהאט אפס קצהו וואס סאטמאר האט געהאט ווערט ער נאך נישט אויסגעשפילט,
ווען סקאליע רבי האט ווייניגער ווי סאטמאר ווערט ער שוין אויסגעשפילט?

מ'קען זאגען אויסגעשפילט אקעגן וואס א סאטמאר'ע טיש איז 'געווען' און 'איז'
אבער פאר סיגוט דאכט זיך מיר איז עס א שיינע טיש,
די רבי ז"ל (ברך משה) האט אלס סיגוטע רב געהאט אביסעל א קלענערע עולם.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext