בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/6/2006 20:22 לינק ישיר 

דער קעפל פונען אשכול איז זייער נאריש, איך וואלט ווען געשריבן, "מוצאי יו"ט: די סצענע עפענט זיך!".

לאמיר זיך נישט פאפן, דער בילד איז א הערליכע בילד, עס איז ראוי צו איינפרעמען אין עס ניצן פאר א דעקארעישן.

וואס יא אפאר פונקטן:

1. פאר די וואס ווייסן נישט, דער גאנצער מזרח וואנט איז נישט מער ווי א בילד, דאס איז געמאלאנע קונץ ווערק פון א קאמפיוטער, וואס לכאורה האט דאס געקאסט א מינימום פון א 25 אלף, ווי איך הער האבן זיי געהאט א נדבן דערפאר.

2. די גאנצע יו"ט איז די ביהמ"ד החדש געווען אפגעשפארט, אלעס די פארענצ'עס, די שיינע בילד, האט געשטויבט, די גאנצע הארוואניע און שווערע געלטער איז בלויז געווען פאר די 2 שעה "נעילת החג" פלעי, וואס מ'קען כאפן בילדער.

3. דורכן יו"ט ווייס איך נישט וויפיל מענטשן ער האט געהאט, אין לכאורה האבן זיי נישט געברויכט צופיל מענטשן, זייער גאנצער ציל איז געווען אז ווען דער סצענע עפענט זיך ביי נעלת החג, זאל זיין די מאקסימום מענטשן.

4. ווי איך הער האבן זיי פאר יו"ט ארומגעשיקט מעסעדשעס אז עס איז "קריטיש" וויכטיג צו קומען צו "נעילת החג", ברמז האבן זיי אויך געשריבן אז דורכן יו"ט קען זיך יעדער גוט אויסריען און נישט קיין חויב צו קומען (מ'קען דאך פארט נישט באמיטשען די חסידים), אבער למען השם, זיכער מאכן אז די איינע שעה זאל יעדער דארט זיין.

5. מיין שאצונג איז אז זיי האבן ערייכט זייער ציל, די מציאות איז אז זיי האבן פראדוצירט א שיינער בילד און דאס האבן זיי געוואלט, און זיי האבן דאס באקומען.

6. יא איך ווייס אז ביים סאטמאר רבי אין קר"י איז געווען הערליך און אסאך מער מענטשן, אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די שיינקייט פון די בילד, וואס זיי האבן ערייכט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 20:43 לינק ישיר 

וועם גייט אן וואס דארט איז געווען? סאטמאר איז דא נאר איינס! און די גאנצע וועלט ווייסט שוין ווער סאטמאר איז! פון יעדעם וואס איז געווען אין שטאט הערט מען די זעלבע זאך, אז די שטאט איז געווען פונקט אזוי ליידיג ווי אמאל! אפילו סאיז שוין דא היינט מער ענטשן אין וויליאסבורג, האט מען קלאר געזען ווער די עכטע סאטמאר איז! די גאנצע שטאט האט מען געזען אז די סאטמארע עולם איז געפארן צום רבין אויף שבועות. אין ביהמ"ד האט מען ווייטער געזען "אלע" היימישע פענימער, אויסער די פארשאלטענע רשעים קליקע האט "קיינער" נישט געפעלט! נאר די הייליגע רבי זי"ע האט אונז נאך געפעלט צו משלים זיין די פיקטשער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 21:02 לינק ישיר 

יעדער איינער אין דער גאנצע וועלט ווייסט ממילא אז ביים רבי'ן אין קרית יואל איז געווען צען מאל אזויפיל מענטשן, ספעציעל איבער'ן גאנצן יו"ט, ווי למשל ביי אקדמות, וואס לויט וואס איך הער איז ביי דער סיגעטער געווען היבש ליידיג, (כ'וויל טאקע בעטן ווער ס'קען אראפלייגן די געפילן פון די אקדמות ביים הייליגן רבי'ן זאל ביטע פאסטן, איך בין פערזענליך נישט געווען אין קרית יואל, אבער ווי איך האב געהערט זענען די הערצער און די געפילן ממש צוגאנגען ווען דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט דער אקדמות, אויך ביי אהבה רבה האב איך געהערט איז נישט געבליבן קיין איין טריקענע אויג אינעם גאנצן ביהמ"ד).

אבער צו אונזער מזל, איז דערווייל נאכנישט ארויפגעלייגט געווארן קיין איין גוטע בילד פון אונזער טיש ביי נעילת החג, דער פאקט איז אז זייער בילדער זעען אויס סאך בעסער. (נאר אויבנאויף זעהן זייערס אויס בעסער, און ווען מען ציילט די מענטשן קען מען זעהן אז ביי אונז איז דא מער).

ווער ס'האט בעסערע בילדער זאל ארויפלייגן ווי שנעלער. תוקן על ידי - כל_העולם - 04/06/2006 21:13:32



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 21:29 לינק ישיר 

ליצי ליצנות. זאליס כאפן זיך אז ארון הקודש בילד האט נישט קיין בלומען. א היסטעריע נעמט ארום הויכע שישקעס.

אינמיטן יום טוב האבן זיך די זאליס געכאפט אז די גאנצע געמאלענע סינערי איז א מורא'דיגע פלאפ. זיי האבן פארגעסן ארויפצולייגן בלומען אויפ'ן ארון הקודש. זיי האבן געוואוסט אז נאך יום טוב וועט עס זיין די גרעסטע ליצנות ווען מענטשן וועלן זען די בילדער און זיך וואונדערן צו זען אן ארון הקודש אין שבועות אן קיין בלומען. א שרעקליכע היסטעריע האט ארומגענומען די גרויסע שישקעס פון זיי, און זיי האבן זיך גענומען דעבאטירן וואס מען טוט דא צו לייזן דעם פראבלעם. איינער האט פארגעשלאגן אז מען זאל אראפנעמען דעם גרויסן בילד און אהינלייגן א פשוט'ן ליילעך, אבער דאס איז תיכף אויסגעשלאסן געווארן, ווייל עס האט געקאסט טויזנטער דאלאר צו צושטעלן די סינערי, און מען האט עס נישט געקענט אראפפלאשן אין ביה"כ.

פאר א שטיק צייט האבן זיי אפילו געטראכט אז וויבאלד עס איז במילא א סינערי וועט מען פשוט הייסן שמואל שפיצער, דעם פאטאשאפּ עקספערט, צו צולייגן בלומען נאך יום טוב, אזוי ווי ער לייגט אלעמאל צו מענטשן צו זייערע בילדער.

וועלן מיר זען די וואך אין דער איד וואס די גרויסע חכמים האבן באשלאסן צו טאן זיך צו ספראווען מיט דעם פלאפ.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 21:33 לינק ישיר 

מה_טובו

וואס גייט דיך אן וואס מען טראכט?

איך לייג די פיקטשערס ווייל די מענטשען וואס האבען נישט געקענט קומען זאלען הנאה האבען,

על כן זיי נישט אזוי באזארגט!!!

קוק ווי סאך פלאטץ ס'איז דא צווישען איינעם אין צווייטען, ביים סיגעטער!
 שטעלט דיך פאר אז ביי אינז ביים רבין וואלט מען אזוי געשטאנען וואלט קיינער נישט געשוויטצט,
כאטש ס'איז געווען פין די בעסטע ערקאנדישען סיסטעם,
 
איך וועל באלד לייגן א פאר קליפס וועט מען זען א חילוק,

איך האב געטרייט אריינצינעמען איין זייט ברענטשעס, ס'איז אימעגלעך געווען פין א נארמאלע קעמערע ( נארמאל מיינט  35mm wide angle )
אז מען האט געקענט אריין נעמען דאס גאנצע ביי זיי ווען ס'איז געווען נאכדערצי א סאך שמעלער,

איז נישט געווען קיין גרויסער עולם !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/6/2006 21:38 לינק ישיר 

ווען דער סיגעטער איז אריינגעקומען נעכטן נאכט צום טיש האט ער זיך אויסגעדרייט צום ארון הקודש און עס געגעבן א קוש...

אגב, י.ה. וויינשטאק זאגט אז אזוי קוקט מען אויס ווען אלעס וואס מען מאכט איז פאר שאו שפיל: עס איז א געפארבטע ארון הקודש, א געפארבטע רבי, א געפארבטע רביסטעווע און געפארבטע חסידים...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/6/2006 22:45 לינק ישיר 

ביים באגלייטן מוצאי יו"ט אין ק"י האב איך געטראפן ר' בערל קליין הי"ו פין וומ"ס
האט ער מיר געזאגט אז דע דיפערענס פין דע סאטמאר חסידים מיט דע סיגעטער חסידים איז אז
סאטמאר חסידים האבן אויפגענומען א רעבין זאל זיי פירן קעגן משיח
סיגעטער חסידים האבן אויפגענומען א רעבין זאל זיי פירן קעגן ר' אהרן
ודפח"ח וד"ל 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 00:06 לינק ישיר 

איך האב נישט געקענט כאפן קיין גוטע בילדער ווייל איך האב מורא געהאט א גאנצע צייט פון אלע עלטערע אידן וועלכע האבן פארפירט געפערליך קעגן נעמען בילדער. און אויך אז פארדעם האבן מיר נישט גענומען קיין ספעציעל פאטאגראפירער. ווייל די אלע עלטערע אמת'דיגע תלמידים וחסידים פון רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע, און תלמידים וחסידים פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, זענען זייער שטארק קעגן נעמען בילדער און זיי פארפירן יעדעס מאל עס גייט א פלעש.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 00:12 לינק ישיר 

איך וויל דא ברענגען א קליפ וואס די סיגוטער האבן ארויפגעלייגט, ס'איז טאקע זייער א שיינע קליפ, די זעלבע סטייל וואס מ'זעט אין באבוב, קלויזנבורג, און נאך אנדערע NEW AGE חסידות'ער וואס איך וויל נישט אויסרעכענען, וואו מ'שטעלט אלעס צו אויפן בעסטן און שענסטן אבי מ'זאל קומען פאר א האלבע שעה. אבער איך וויל אנצייכענען אפאר זייטיגע נקודות וואס איך זע אויף דעם קליפ. [יעצט האבן זיי עס ארויפגעלייגט אויף גוגל ווידיאו:] http://video.google.com/videoplay?docid=-3902716377683347205 - פון די שיינע אידן האב איך נאר געקענט אידענטיפייען שלמה לייב וויינבערגער און יעקב בער (אויב ער זעט אויס זאל ער מיר מוחל זיין אז איך שרייב נישט אויף אין סיגוטער, זיין טאטע לאזט מיך נישט), וואו זענען די אלע מענטשן וואס האבן געשריגן אז מ'דארף האבן דעם סיגוטער? וואו איז ז"ל פיליפף, די שטערן פונעם סיגוטער לבנה? וואו איז דער ראב"ד [...]? וואו זענען אלע ערליכע אידן וואס זיי שטאלצירן אלץ אז זיי האבן? - איך דאנק דעם אייבערשטן אז ער האט געגעבן "שכל" פארן סיגוטער צו האלטן נאנט צו זיך דעם לאנגן שוטה פרידמאן, אז ער האט באגראבן א הייליגן איד, וועט ער זיכער קענען באגראבן אזא שטריק און פויער ווי דעם סיגוטער. ספעשל איז גוט צו זען וויאזוי די "אויפגעקלערטע, נישט פאנאטישע, אפענע קעפ" פון קווינס, פאטשן צום טאקט פון דעם לאנגן שוטה, וואס כלאפערשט איז אלע יארן ער געווען זייער פראבלעם. - עטץ זעטס אויך וואס איך זע? מ'קלאטשט דארט אויף די פארענטשעס? אין לאנגע שיינע שורות? ווער ס'איז נאר געווען נעכטן אויף די פארענטשעס אין סאטמאר האט געזען אז מ'קען זיך נישט רירן, אנגעשטויסן ווי הערינג, מ'האט כסדר געטרייט צו קלאטשן אבער ס'איז געווען ממש אוממעגליך, קוים שטיין אויף די פיס האט מען געקענט געהעריג. איך נעם ארויס פון דעם אז דער סיגוטער האט ארויסגעברענגט זיין מאקסימום, וויפיל מענטשן ער האט געהאט האט ער געברענגט, ווייל אז ס'איז נאך דא דארט אזופיל ליידיגע פלאץ וואו זענען געווען די איבעריגע? מילא אין סאטמאר, זענען אויסער די 5500 מענטשן געווען נאך מינימום טויזנט ביז 1500 מענטשן וואס זענען געווען ארום דעם טענט און אין ביהמ"ד ווייל ס'איז נישט געווען קיין פלאץ. אבער אז דארט איז געווען פלאץ פארוואס זענען זיי נישט אריין? - ועל כולם, וויל איך קוואוטן וואס די סיגוטער האבן געשריבן אין זייער פארום נישט אזוי לאנג צוריק: דער טענטער איז א רבי, אבער א "נייער סארט". ער מאכט פארשידענע סארט שטיק וואס איז אפילו געווען "אפגעפרעגט אין סאטמאר, אבער ער איז בארעכטיגט. אין סאטמאר ווען דער רבי דער ברך משה האט איבערגענומען דאס רבנות פון דודו בעל "ויואל משה" (אנטשולדיגט פאר די טענטער חסידים פארן שרייבן "ויואל משה" אנשטאט "דברי יואל"...) האט ער נישט געטון קיין שום התחדשות, ער האט נישט געמאכט מיט די הענט און די פיס. ממש גאר זעלטן האט דער ברך משה געפאטשט מיט די הענט און דאן איז געווען א חידוש, אבער אזוי , איז ער געזעצן ביים טיש כאילו נישט אים מיינט מען דא. אפגערעדט פון זיך באנוצן מיטן ווארט "איך" 100 מאל ביי א דרשה. דער רבי דער ויואל משה, האט קיינמאל אפילו נישט מיטגעזונגען קיין ניגונים מיטן ציבור און כמעט קיינמאל נישט געמאכט האוויעס מיט די הענט. דער רבי דער ברך משה האט קיינמאל נישט געזוכט קיין אטענשאן מיטן ענדיגן דאס דאוונען צי דער טיש. די בעיבישע שטיק האבן ביי אים און ביים עולם נישט פארנומען קיין פלאץ, ער האט אייביג געזוכט נישט אויפצוהאלטן זיין ציבור און עס איז נישט געווען אין די מחשבה צו ענדיגן שפעט וואס די אינגלעך וואלטן זייער ענדשויט צו זאגן "ביי אונז האט מען געענדיגט צו דאווענן 4:00 נאכמיטאג א "פלעינעם שבת"... צי דער רבי האט געענדיגט דעם טיש ביים עלות... וכהנה וכהנה. אין סאטמאר איז פאראן "פרינציפן" וויאזוי די רביים לבית סיגוט האבן זיך געפירט און אזוי פירט זיך כ"ק אדמו"ר שליט"א. עס האט יעדער געזען די ענוה און דאס פשטנות פון רבי'ן היי יאר ל"D בעומר. איצט צום טענטער רבי'ן. יא ער איז רבי, אבער נישט קיין סאטמארער רבי, ווייל א סאטמארער רבי קען נישט מאכן מיט די הענט וויאזוי ער האט דאס געמאכט. יעצט קוקטס נאכאמאל גוט אויף דעם קליפ, און נאכדעם זאלט עטץ מיר זאגן, אויב דער סיגוטער האט עפעס שייכות מיט סאטמאר - לויט זייערע אייגענע ווערטער ! תוקן על ידי - געגאנגען - 05/06/2006 0:26:42



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 01:03 לינק ישיר 

איך פרעג היינט א חבר א זאלי וואס מ'האט געטאן מיט די קינדער און ראדני, זאגט ער מיר וואס הייסט לעבן מיר איז געווען דריי ליידיגע זיטצן איך האב זיי דארט געזטץ, איך האב עם געזאגט איך דארף נישט מער ווי דאס ס'פארציילט מיר געניג ווי אזוי ס'איז געווען שבועות ביי רז"ל,

נאך אזאך רז"ל האט געפירט טיש די ערשטע נאכט און די צווייטע נאכט און פאליש. נישט קיין ווינדער ער האט נישט אנגעטון די ווייסע בעקיטשע.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 01:04 לינק ישיר 

בנוגע וואס געגאנגען שרייבט וועגין די טענה פון משנה זיין, איז כדאי צו אנמערקן דאס פאלגענדע.

רביה"ק בעל דברי יואל האט זיך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט טאנצן ביים טיש, חוץ שש"פ צו די שירה, און אחש"פ צו חסל סידור פסח, ביי אנדערע נעילת החג האט ער זיך נישט אויפגעשטעלט טאנצן.

אזוי ווי ער האט ליידער נישט געמאכט קיין שמחות איז נישט אויסגעקומען צו טאנצן חוץ די 2 מאל א יאר, איך געדענק נישט כ"א כסלו, אפשר אין די געזונטע יארן.

דאס זעלבע רבינו הברך משה, אין די ערשטע 15 צו 20 יאר, ער האט נאר מוסיף גווען שמחת בית השואבה און כ"א כסלו, און פארשטייט זיך ביי אייניקלעך שמחות.

די לעצטע יארן ווען מ' האט ליידער געטון וואס מ' האט געוואלט מיט אים, איז דאס אויך געווארן איינגעפירט, ביי יעדע יומא דפגרא און סעודת יו"ט האט מען אים אויפגעשטעלט טאנצן.

די עצם זאך איז נישט קיין עוולה, וויייל די היינטיגע דורות וואס די קדושת המנהיגים איז ליידער נישט אזוי גרויס אריין צו שיינען אין אידן בלויז מיט קוקן אויפ'ן צדיק, עס פעלט אויס ווארעמע טישן מיט היימישע ניגונים מעורר זיין אידן, (עיין בייט"ל בפרשתנו עה"כ ומבן חמישים שנה לא ישוב מצבא העבודה, וכעי"ז אמר האהבת ישראל לרביה"ק בעל ד"י כמובא בהקדמה לשו"ת דברי יואל),

אבער די וואס טענה'ן אז זיי טוען דאס נישט, ווייל זיי ווילן נישט משנה זיין,וויל איך פרעגן די פאלגענדע פראגעס.

דאס אויבן דערמאנטע, טאנצן ביי יעדע געלעגענהייט מעג מען יא?

מוזיק ל"ג בעומר ביי די סעודה (נישט היייאר) מעג מען יא?

משנה זיין דעם דרך הלימוד כדי בחורים זאלן נישט גיין אין די פרעמד מעג מען יא?

וועלעכער רב אין א סאטמארע קהלה האט געפירט באטעס (ביז ווען מענטשן זענן געקימען) מיט זינגען וכדומה, פארוואס דאס מעג מען יא?

בטל מאכן די תקנה פון בחורים נישט גיין צו חתונות, און ברבים עס עמטליך מתיר זיין, דאס מעג מען יא?

ווי איז די גרעניץ, וואס מ' מעג יא אדער נישט, דאס וואס רז"ל קען, טוט מען, און וואס ער קען נישט שרייט מען היתכן מ' איז משנה?

ילמדנו רבינו?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 01:13 לינק ישיר 

שפיטצער, נאר די ערשטע נאכט האט ער געפירט אין פאליש, די צווייטע נאכט שב"ק האט ער געפירט אין ראסס סט.

עס איז א פשוטע סברה, די ערשטע נאכט איז יעדער במילא אויף, וועט יעדער קענען באשטיין קומען צום טיש, (און עס איז אזוי אויך גענוג געווען די פאליש),

די צווייטע נאכט דארף מען שוין אויפבלייבן און ארויסגיין ספעציעל פון דערהיים, האט מען עס געמוזט מאכן אינטערסאנט, איז מען געגאנגען אין נייעם ביהמ"ד ווי מענטשן וועלן האפענטליך קימען קיקן פאר אינטערסאנטקייט.

צי עס איז געווען מענטשן ווייס איך נישט, אבער ביים דאווענען דעם צווייטן טאג איז געווען שיטער בערך אזוי ווי ביין ברך משה די ערשטע טעג סוכות און פסח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 01:25 לינק ישיר 

אמת דאס קעפל וואס FAIRD האט א נאמען געגעבן דעם אשכול, איז לכאורה גרייזיג, ווייל למעשה זעט זיך אן גאנץ א שיינעם עולם, ער האט געהאט כמעט אזא עולם ווי דער אנטווערפענער רב שליט"א האט געהאט דעם פארגאנגענעם שביעי של פסח אין הופפער סטריט, און דאס אנרופן "אויסגעשפילט" איז נישט ריכטיג, אמת, דער נאמען  "פלעי" איז זייער פאסיג פאר דעם שפיל פון דעם סיגוטער, אבער פארט נישט קיין אויסגעשפילטער פלעי.

אבער עם כל זאת, HAVING SAID THAT, מיז איך צו קומען צו מיין סך הכל, אז דא איז נישט די אישוי צו זלמן לייב האט יא א עולם צו נישט, ווייל, זייער פלאן  און זייער ציל איז נישט געווען, "צו האבן א עולם" , זייער פלאן איז קלאר געווען און זיי האבן דאס כסדר געזאגט, אז זייער ציל איז זיכער צו מאכן אז רבינו שליט"א זאל "קיין סאטמארער רבי נישט זיין" און זיי האבן פאר די לעצטע 7 יאר מיט דעם טרומפייטערט, אז זיי האבן עם אינטער געהאקט די פיס, און ער וועט שוין קיין סאטמארער רבי נישט זיין, "אפשר א קליין בית המדרש'ל אין פלעטבוש" ,  און אצינד פראבירן זיי צו מאכן דעם פנים, אז זיי האבן געווינען ווייל דער סיגוטער האט יא געהאט א שיינעם עולם,

ביי די סיגוטער טענה'עט מען זיך צו עס זענען געווען 800 מענטשן צו טויזענט, און איינער מיט קאראזש האט היינט זייער דרייסט געזאגט אז ער איז זיכער אז עס זענען געווען איבער 1500 מענטשן, יא, איך האב באמערקט דאס אינטער שמייכלען פון די זאלונים, אבער פארפאלן, א מענטש מיט ב... און איז זיך גרייט צו שווערן אז יא, 1500 מענטשן, איי, נארישע זאלונים'לעך, היפש מער פון  1500 מענטשן האבן מיר געהאט אין פאליש, ביי אונז הייבט זיך אן דער וויכוח, צו עס זענען געווען 8000 מענטשן צו 10000 מענטשן, און די דרייסטע קאראזשפולער מענטשן שווערן זיך אז ביי שלש סעודות זענען געווען אריבער 12000 מענטשן,

זאלונימ'לעך, 7 יאר שווער געארבייט, מבזה געווען דעם רבן של ישראל, אנגעשפאנט דעם פורים בית דין, שלום געמאכט מיטן רבין'ס גרעסטע שונאים, און לחרפתכם איז דער וויכוח, צו אונזער רבי שליט"א, האט 5 מאל מער פון ענק צו 10 מאל מער פון ענק, יא, דער זעלבער רבי אהרן, וואס האט גערופן דעם טאטן אין קארט, וואס האט חתונה געהאט מיט א אגודיסטע, וואס קלאטשט ביי זיינע טישן, און האט שוין ארום געטראגן די ווייסע זאקן אין טאש פאר די לעצטע 7 יאר, האט איבער געקליגט, די גרויסע פיקחים, פיליפ, וויינבערגער, פריעדמאן (ר' ישאל חיים)  און פריעדמאן (משה), קעסטענבוים, צוזאמען מיט די די צוויי אחים הידועים לשמצה וואס האבן שווער געארבייט די לעצטע יארן, צו באגראבן דעם רבי אהרן, און דא, אזא ביטערער פיל, ער האט איבער גענומען די מלוכה, ביתר שאת ויתר עוז, סאטמאר האט נאך אזא ציבור אידן קיינמאל נישט געזען, און ווען איך שרייב "סאטמאר" מיין איך טאקע מסלתה ומשמנה, אידן וואס האבן זיך געווייקט ביים הייליגן דברי יואל זי"ע און ביי זיין ממשיך דרכו דער הייליגער ברך משה זי"ע, די אלע שרייען אויס קבל עולם ומלואו, "הוא ולא אחר", עס העלפט  נישט ענקערע צוואות, און קיין חרמות, דער פורים בית דין איז לגמרי נישט מאסגעבענד, יעדער ווייסט אז צענדליגע טויזענטער סאטמארע אידן האבן מקבל מרות געווען פון רבינו הקדוש שליט"א זיי שרייען אויס "ימים על ימי מלך תוסיף", און די זאלונים'לעך טרייסטן זיך מיט זייער 800/1500 מענטשן,

וואס עס איז יא מערקווערדיג, און לעכערלעך צו זעהן, אז די אידן וואס האבן 27 יאר געשריגן אז זייט די פטירה פון רבינו בעל דברי יואל זי"ע האט זיך גענדיגט דער באגריף "רבי" און זיי האבן זיך געקנייטשט דעם שטערן און מסביר געווען דאס גדלות פונעם רבין זי"ע, און אז זיי קענען אויף זיך נישט נעמען קיין רבי, ווייל עס עקזעסטירט שוין מער נישט אזא זאך, פאר די אידן שריי איך אויס, "בלאפערס וואס איר זענט" זיצן ביים טיש ביי איינעם וואס לא קרא ולא שנה, דער איז ממשיך דרכו פונעם רבין זי"ע?, איר שעמט אייך נישט צו זיצן ביי עם, עם צו קישן די האנט, און פילייכט עם צו געבן א קוויטל?, איז דאס דען נישט דער גרעסטער בזין פאר רבינו זי"ע, ראו מה בין בני לבן חמי, מיר האבן א רבי, א אמת'ער ממשיך דרכם פון רבותינו  הקדושים בעל דברי יואל ובעל ברך משה זכותם יגן עלינו, קודם כל איז ער א למדן עצום, א מתמיד עצום, א ממית עצמו באהלו של תורה, דערצו א ירא שמים מרבים, א דאווענען בהתלהבות נוראה, מיט בכיות עצומות, א בעל חסד אין לשער, וויפיל פון זיינע אייגענע שונאים האט ער חתונה געמאכט די קינדער?, און וואס מיינט איר האט ער באקומען דערפאר?, נאך אביסעלע בזיונות, אבער,  והוא שעמדה לאבותינו ולנו, די דאזיגע בזיונות, האבן עם געקרוינט פאר סאטמארער רבי שליט"א, יא, עס איז אפשר דא א גרעסערער גאון פון עם בדורינו, אפשר איז דא א גרעסערער ירא שמים פון עם, און אפשר איז דא א גרעסערער בעל צדקה ובעל חסד פון עם בדורינו, אבער אלע דריי צוזאמען איז זיכער נישטא, און מיט דעם איז ער גלייך צו זיינע פאארגייערס, און דריבער האט עם כלל ישראל געקרוינט פאר סאטמארער רבי בכל קצוי תבל, וועגן דעם זענען געקומען צו פארן הונדערטער אידן פון די גאנצע וועלט און טויזענטער מענטשן פון גרעיטער ניו יארק צו עם אויף שבועות, אידן וואס האבן געוואלט זיין ביים הייליגן דברי חיים זי"ע בדורינו, ביים הייליגן דברי יואל זי"ע בדורינו, און ביים הייליגן ברך משה זי"ע בדורינו, און איר זאלונים'לעך מיטן סיגוטער צוזאמען, שפילט ווייטער רבי, מיר פארגינען ענק דעם סיגוטער מיטן גאנצן הארץ, מיר האבן נישט פארלוירן קיין 50 סאטמארע מענטשן צום סיגוטער, און איך וועל אייך אנטפלעקן א סוד, מיר האבן פאר אייך במילא נישט קיין פלאץ, על כן יהי לך את אשר לך, סוף כל סוף, דארפן דאך די שונאי סאטמאר אויך א רבי א מורה דרך, און ער איז פאר אייך דער פאסיגסטער מענטש.

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 05/06/2006 1:34:18



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 01:35 לינק ישיר 

מצורף קובץ

יאנקעלע קוק  מענדלע'ס טיש נעילת החג שביעי של פסח



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 01:39 לינק ישיר 

יישר כח פעשי,
איך האב געזיכט דעם בילד,
און זעסט פעשעלע, מיין זכרון האט מיך נישט גענארט,
יא, זלמן לייב האט אויך כמעט אזא עולם,
אמת, מען קען דאס נישט רופן אויסגעשפילט?,

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 05/06/2006 1:41:22



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.