בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-5/6/2006 01:39 לינק ישיר 

יא פעשי ס'איז טאקע אויך דא 5 רייעס בענק פון ביידע זייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 03:34 לינק ישיר 

אזוי ווי איך גיי אלץ צו ביידע רבי'ס, האב איך יעצט שבועות דאס ערשטע מאל נישט געקענט מעסטן, ווייל עס איז אוממעגליך צו זיין אין די זעלבע צייט אין וויליאמסבורג און אין קרית יואל, און אזוי ווי איך בין געווען אין וויליאמסבורג בין איך אריבער נעילת החג צו אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שליט"א.

לדעתי, האט זיך די יעצטיגע שבועות טיש גארנישט וואס צו שעמען פאר די פריערדיגע טישן פון אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א אין וויליאמסבורג, דאס רבי'סטעווע פון רז"ל איז אין פולן קראפט. טויזנטער בחורימ'לעך און יונגעלייטלעך טאנצן און שפרינגען, מען קלאטשט און מען ווארפט זיך אין דער לופטן ביי די לעבעדיגע ניגונים, מען שאקלט זיך און מען דביקות'ט ביי די ווארימע ניגונים, אלטע אידן שטופן זיך און מיטליעריגע שטייען מיט קינדער און ווייזן וואו דער רבי זיצט.

דאס בילד פונעם נעילת החג טיש איז באמת געווען אויג-פארכאפנד. איך וואלט עס געשאצט אויף 4 א האלב ביז 5 טויזנט מענטשן (ביים באגלייטן בין איך שוין נישט געווען), א טראפ מער וויפיל איך האב געשאצט דער טיש פון אדמו"ר מהר"א שליט"א אין ערשטן שבת אלס רבי אינעם ריזיגן שאטער אויף ווילסאן סטריט (דער ביהמ"ד איז גרעסער אין מיין אויגן).

דעם יו"ט איז ביי מיר פערזענליך געווארן פעסטער און שטערקער מיין ביז יעצטיגע אפשאצונג, אז סאטמאר איז צעטיילט גלייך אויף גלייך 50-50, ביידע רבי'ס זענען וועלטס-רבי'ס מיט טויזנטער טויזנטער חסידים, אין די גאנצע וועלט שלאגט מען זיך פאר זייער כבוד און זייער השפעה. א ודאי האט איינער איין אלטן חסיד און א צווייטער אן אנדערן אלטן חסיד, יעדער האט קאמפיין סלאגאנען, מסרבים לדין אדער מוסרים ומלשינים, יונגעלייטלעך אדער פארשלאפענע, ברך משה'ס משמשים און אמת'ע חסידים, ר' אהרן'ס שונאים אדער משה גבאי'ס שונאים - אלעס איז אבער סתם שטותים און הבלים!

דעם מציאות קען מען נישט לייקענען, עס פאטשט אין פנים. סאטמאר איז היינט קאמפלעט צעטיילט מיט מענטשן, און אלע קומען פון זעלבן טייג געקנאטן. יעדער נוצט אנדערע מעטאדן וויאזוי צו הייבן דאס חסידות ביי זיין פארטיי. אין בנינים איז מען אויך פולשטענדיג געטיילט: ר' אהרן איז בעה"ב און קרית יואל, ר' זלמן לייב איז בעה"ב און וויליאמסבורג - און אין די גאנצע וועלט וועט מען זיך שלאגן.

א פרייליכן אסרו חג טייערע סאטמארער אידן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 03:54 לינק ישיר 

חלילה וחס. פרוביר נישט צו פארשטעלן דיין אידענטיטעט, יעדער ווייסט אז דו ביזט א זאלי, און ס'איז א שאד אז דו פרובירסט עס צו פארוואסערן. קודם בין איך פערזענליך שטארק צופרידן איבער דעם "הודאת בעל דין" אז ביי אונז איז געווען איבער 4 טויזנט מענטשן דעם ערשטן שבת... און אז ביי אונז איז דא מינימום האלב סאטמאר... פאר זיבן יאר צוריק האבן ענק זיך געשוואוירן אז אונזער רבי וועט האבן א שיין בית מדרש'ל אין מאנסי. לענינינו, איך בין גרייט אנצונעמען אז דו האסט ביי ביידע פלעצער געשאצט לויט דיינע געפילן, וואס וואלט געלאזט אראפרוקן די ציפערן אביסל ביי אונז און ארויפרוקן ביי אייך, אבער איך קען באמת נישט פארשטיין וויאזוי דו וואגסט זיך צו שרייבן אזוינע ציפערן, אינדערצייט וואס דער פלאץ וואס איר האט אנגעגרייט איז אזוי קליין, אז מען קען כהרף עין זען א ציפער וואס איז שטארק קרוב לאמת פון וויפיל מענטשן עס האבן זיך געפינען ביי אייך. אויף די בילדער זעט מען ווי פאלגנד: 2 ברענטשעס אויף די צוויי זייטן, פון צען שטאק יעדע איינע, ארום 60 מענטשן פער שטאק (עטליכע מער, עטליכע ווייניגער), צוזאמען = 1200 מענטשן. עלף רייען זיצן (אזוי האט מען געזען אויפן בילד פון ערב יו"ט, די היינטיגע בילדער ווייזן א קלענערן ציפער, אבער עס איז מעגליך אויגן פארבלענדעניש, וואס איז נארמאל ביי בילדער), ארום 50 מענטשן פער רייע, צוזאמען = 550 מענטשן (טראץ וואס כפי השמועה וכפי הראי' איז עס נישט געווען אינגאנצן פול). נאך איין שורה שטייערס פון ביידע זייטן, ארום 50 פער רייע = 100 מענטשן. די אונטערשטע ברענטשעס האט מען צוליב אומבאקאנטע סיבות נישט געוויזן געהעריג ביי די פארשטעלונג (וואס מען האט מתיר געווען צו שפילן אום יו"ט, לצורך השעה), אבער איך וואלט נישט געגעבן דארט מער ווי 100 מענטשן, לאמיר עס פאררונדיגן צו 150. אלעס צוזאמען איז 2000 מענטשן. א שיינער ציפער בהחלט, דוכט זיך אז נאך אלץ פיל גרעסער ווי סיי וועלכער רבי אין אמעריקע, און ווי מערסטנ'ס רבי'ס אין ארץ ישראל. אבער צו סאטמאר קומט עס נישט צו. נאר אזעלכע וואס האבן נישט געזען קיין סאטמארע טיש די לעצטע 25 יאר, פאר זיי קען מען פארקויפן אז דאס איז די גרעסטע טיש אין די סאטמארער היסטאריע (ווען אין פאקט האט שוין רז"ל זעלבסט געהאט מער מענטשן, ביי די חתונה וכדו'), פאר סאטמארע אידן האט עס בלויז געשטארקט דעם שוין לאנג באוואוסטן פאקט אז דער סאטמארער ציבור איז אויף איין פלאץ = דער זעלבער פלאץ וואו זיי זענען געווען די לעצטע צוואנציג יאר ! בלויז דער רבי האט זיך געטוישט, אמאל איז עס געווען תחת נשיאותו פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, און היינט איז עס בראשותו והדרכתו פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ! תוקן על ידי - בא_ללמד - 05/06/2006 3:57:04



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 03:58 לינק ישיר 

בא ללמד

גוט געזאגט! עי 1!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 04:03 לינק ישיר 

העי בא_ללמד

די אינטערשטע בארענטשעס זעט מען יא אויף איין קליפ

דארט זענענן די קינדער!!!!!!!!!!!!!!!!

כ'האב די קליפ
כ'מיין אז זיי האבן עס שוין אויס געמעקט
ווער עס האט זאל עס ארויפלייגען!!!!!!!!!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 04:04 לינק ישיר 

סתם, פאר ווער עס ווייסט נישט,

לעולם איז זלמן לייב  קעגען כאפען בילדער פין זיינע טישען,
מהאי טעמא איז נישט געווען פאר קיין רפואה קיין איין בילד פין זיין עולם ביז יעצט, אזוי האבן זיי געזאגט

אבער איצט, אויב עס ווערט געכאפט דורוך א פראפעשענעל גיט באצלטער מענטש,
וואס ווייסט ווי אזוי עס צי כאפן, דאן  קען מען טרעפן א היתר

ל"ג בעומר האבן זיי נישט געלאזט דאס אויך נישט, ווייל וויסענדיג אז דער עולם וועט האבן אייגענע קעמערעס
וועט עס צי שטערן דעם באצאלטן פאטאגראפער, אין יעדער וועט זען דעם אמת

אבער נעילת החג וואס קיינער האט נישט די כלים מיט זיך האט מען יא מייחד געעווען א מקום מיוחד
אז מען זאל גיט ארויסזען די 1000-1500 מענטשן וואס ער האט

סארא לצנות תשס"ו........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 04:37 לינק ישיר 

אקעי כ'האב עס געטראפן

דא האט איר דעם לינק ווי מען זעט אביסל  {בטעות, פאר נישט מער ווי 4-5 סקונדעס.....} דעם מערב זייט
פין רז"ל טיש, מען זעט די בארענטשעס דארט

אזוי אויך, ווי באלד עס אביסל א קלארע ווידאיו זעט מען די ליידיקייט פין די בארענטשעס

לכאורה וועט עס ווערן גאר שנעל אראפגענימען ווערן  פין דארט, ממילא ביטע, דאנלאודען ווי פריער

http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=D9EB034A4FCA3CB2 תוקן על ידי - kj_village - 05/06/2006 4:44:22



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 05:38 לינק ישיר 

די ספליט פון 50-50 פון וואס חלילה_וחס רעדט, איז אמת ויציב, נאר עס איז זייער זייער אלטע מעשיות, ער רעדט כאילו ער האט ערפינדן אמעריקא, דאס איז שוין 27 יאר אלט, פון תיכף נאכן הסתלקות פונעם דברי יואל זצ"ל, איז סאטמאר צושפאלטן געווארן אין 50- 50, 50% סאטמאר זענען די וואס זענען אלס געווען די לויאל חסידים פונעם ברך משה זצ"ל, די 50% האט אלע ר' אהרן געירשנ'ט, ווידער די אנדערע 50%  זענען די וואס זענען געווען צוזייעט און צושפרייט בארבע רחות העולם, זיי האבן זיך נישט געקענט מכניע זיין אונטער די א.ג. "היינטיגע" רבי'ס, ביז פאר 7 יאר צוריק ווען זיי האבן זיך אלע געטשענדשד זייער מיינד און זיי האבן זיך אלע מאחד געוען אונטער דעם "היינטיגן" רבי, ר' זלמן לייב..אין אנדערע ווערטער ר' זלמן לייב האט נישט צוטיילט סאטמאר, עס איז שוין געווען 20 יאר צוטיילט, וואס ר' זלמן לייב האט בלויז געטאן ער האט גענומען די אנדערע 50% סאטמאר וואס זענען זיך צולאפן נאך די פטירה פונעם דברי יואל זצ"ל, און זיי געגעבן די וומ"ס בנינים, וואס ער האט צוגע'גנב'עט פון די אנדערע 50%, און אלס א באלוין טוען איהם די אנדערע 50% איהם מכיר טובה זיין און קלאטשען פאר איהם פון צו צייט צו צייט, ווען עס פעלט זיך אויס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 06:15 לינק ישיר 

WOW!!!!!!!     WOW!!!!!!!!    WOW!!!!!!!!!!! WOW

ענדליך ענדליך.. נאך 5 שווערע שווערע וואכן. שבתים מיט שלשים. און מצבה שטעלן. ל"ג בעומר.

בבברוך השם!! ס'איז געלונגען......

נאכ'ן זעהן אז ס'טויג נישט דער מצב, איך רעד שוין נישט פון די ערשטע שבת  - וואס ממש די געלעכטער איז מיר נאך אלס אויפ'ן פנים נאכ'ן אריינסטעפן צום סיגוטער -  אפילו נאכדעם די צווייטע און די דריטע און פערטע שבת וואס די אנגעפאקטע באסעס פון אראנדזש קאונטי זענען שוין נישט אריינגעפארן צום רבי'ן, און דאך איז געווען הערליכע געפאקטע מלא תוכן'דיגע שבתים, איז ביים סיגוטע לאגע נעבעך.. נעבעך.. זייער ביטער, אזוי ווייט אז מיין חבר זאגט מיר אז דעס וואס איז געשטאנען אויף הייד פארק אז ער האט געהאט 48 צו 50 שטריימליך פאריגע וואך ביי קידוש איז אויך נישט אמת, ער איז דארט געווען און געציילט נאר 40.

און די צייט וואס 'און גשמיות'דיגען שטאנדפונקט' איז ביי אונז הערליך שיין יעדן טאג ווי די רבי שליט"א גייט נאר, צו אין די ישיבה צו אין בית השחיטה, דאווענען מיט די ישיבה קטנה א.א.וו. יעדע ריר, ווער רעדט נאך פון שבת אלעס איז הערליך שיין פול געפאקט מיט מענטשען.
די מציבה שטעלן, שלושים, ל"ג בעומר, פון אלעם איז דא הערליכע הערליכע בילדער.

אבער ביי די סיגוטע איז ניטאמאל איין בילד נישט צום געפונען, מיט'ן אויסרייד אז "די רבי לאזט נישט" וואס היינט ווייסען מיר שוין זייער גוט וואס דאס מיינט.

אלזא, האבען זיי באשלאסן אז זיי מוזען פאר אלע און טאקע אלע געלטער אהערשטעלן א בילד וואס זאל זיין א היט,

ס'האט זיך אנגעהויבן מיט פראפאגאנדע אז ס'גייט זיין א טיש, מ'מוז נישט קומען א גאנץ יו"ט, ס'איז גענוג אז מ'קומט צו נעילת החג,
מ'האט באשטעלט א סיין פאר שווערע געלטער ס'זאל שלעפן א עולם,
מ'האט אריינגעלייגט שווערע געלטער אין ביהמ"ד,
ועל כולם מ'האט אויסגעשטעלט די פלאץ אזוי אז ס'זאל קענען אריין נעמען ווי ווייניגער מענטשען (לויט מיין ציילונג איז דא נישט מער ווי 1100 -אויך אסאך געזאגט-)אבער אזוי אז ס'זאל אויסזעהן מעכטיג אויף די פיקטשערס.



און נאך אלעם קען מען זאגען יא ס'איז געלונגען! שיינע פיקטשער! זייער שיינע! אלעס קלאפט, די פארענטשעס די סינערי די 16 פיס ברייטע טיש אלעס אלעס.



אבער




ס'קומסט נישט צו צו א שפיץ נאגעל פון סאטמאר!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 06:33 לינק ישיר 

איך האב שוין פריער געשריבן איך בין געווען אין וויליאמסבורג אין מיטגעהאלטן יו"ט ביים סיגוטער חוץ נעילת החג וואס איך האב פשט נישט געהאט קיין נערווען צו גיין אין זיך דרייען מיט פארשוינען וואס איך קען נישט , זיי קענען נאר אנדרייען ווייל קיינער האט נישט געזעהן ביידע איך האב געקוקט אויפן ה' מלך קליפף פין וויליboy  אפשר איין פארענטש האט ער געהאט,
 "אויך נישט זיכער" אין ראדני יו"ט צופרי בין איך דארט געווען די חלל איז געווען גאנץ פיל אבער דער עולם איז געווען  באקוועם מען האט געקענט א דורך גיין איבראל חלילה_וחס די ביסט אויך דא געווען האסט עפעס מוסיף צו זיין ? אויב יא רעדט קלארער זאג נישט סטיטמענטס מיט דיין סיגוטע געפיל. 

 די פאליש  איז געווען ליידיג עס איז געווען אנגעגרייט 6-7 שורות עס האט אויסגעזעהן א נערמאלער שבת פאר די סיגוטער איז געקומען קיין וויליאמסבורג [אין געמאכט ראדני פאר א קלענערע שול אין מתפללים ווי נייטרא] ,

לאמיר זאגן ער האט געהאט צופרי 1000 מענטשען פליז.... די קענסט זאגן אז פאפא וואס דערקלערן זיך גרעסער ווי אים לעצטנס. האבן פארלוירן יו"ט דעם פארמאסט [אגב פאפא האט אויך זייער א ענליכע בילד ווי זיי האבן ביי נעילת החג] .

איך בין נישט געווען שבועות היי יאר ביים סאטמארער רבין אבער אויב האט ער נאר געהאט אזוי ווי די ערשטע שבת אין וויליאמסבורג איז עס געווען די זעלבע פארמעסט אין איך פארזענליך האלט ביידע האבן געוויזען סיי די ערשטע שבת אין סיי שבועות זייער עולם אין די ערשטע שבת האט זיי נאר געפעלט זיך אויסצושפרייטן אין אויסשטעלן די פארענטשעס העכער עס איז נישט געווען 1 מענטש מער ,

צי די סאטמארער חסידים זאג איך עס איז נאריש זיך צי טענהן , מארגן וועסטו ענפערן פאר דעם פאפאנער וואס וועט זאגן אז .. אב אין קרית פאפא האבן זיי געהאט מער מענטשען ביים יארצייט טיש ווייל די פארענטשעס האבן אנגערירט דעם דאך עס איז נאריש סאטמאר זאל זיך טענהן מיט סיגוט ,
פאר די סיגוטער חסידים וויל איך זאגן איך האב מיטגעהאלטן יו"ט מיט ענק איך האב דאס ווארט "אהרונים" געהערט 50 מאל בלי גוזמא פין בחורים אדער יונגעלייט ענק וואלטן געדארפט זינגען דער רבי זאל לעבן אונז פירען אקעגען אהרן [רבינו שליט"א], מיין חבר א זאלי וואס האט מיך אהין געשלעפט האט מיך געזאגט אויפן וועג ארויס עס איז עקעלדיג קינדעריש אין נעריש וועגען דעם איז לעצטע וואך ביים טיש נאר געווען 80 קעפ , 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 06:54 לינק ישיר 

מצורף קובץ

חילילה_וחס די דערקלערסט דיך אלס נעטראלער די זאגסט אז דער סיגוטער האט געהאט מאר וויפיל סאטמארער רבי האט געהאט די ערשטען שבת אינעם טענט איך לייג 2 בילדער דערנאך לייג די 2 בילדער דא אין מען וועט בעטן א נעטראלער מענטש ווי קוטשמע אדג זאל איבערנעמען דאס ווארט ,[ ווען וואלט איך נישט דא געווען קען זיין אז איך וואלט דיר געגלייבט ........איך האב איין לימוד זכות אויף דיר אז די ביסט א סאטמארער חסיד וואס וויל רייטען אויף די סיגוטע חמורים....]

#1



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 06:55 לינק ישיר 

מצורף קובץ

#2



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 07:03 לינק ישיר 

מצורף קובץ

די בעסטע בילד וואס עס איז דא דערווייל פין די רעכטע זייט [אז איינער האט בעסער זאל ער ברענגען] #1

תוקן על ידי - דערסיגעטער - 05/06/2006 7:11:01



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 07:15 לינק ישיר 

שאקעלדיגע בילד פין די לינקע זייט אבער דאס בעסטע עס זעהט אפי' אויס טאפעלט אויפן בילד #2


תוקן על ידי - דערסיגעטער - 05/06/2006 7:26:39



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/6/2006 07:35 לינק ישיר 

די בעסטער קליפף פין סיגעט שבועות וואס איז פראפעשענעל געכאפט געווארן פין אויבן מיט א פראפעשינעל ווידיאו קעמערע וואס קאווערט די גאנצע שפיל
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=CC3DFCF873E7FC06
די איינציגסטער קליפף פין סאטמאר געכאפט מיט א דיגיטעל קעמערע וואס קאווערט בעיקר דעם רבין אין די רעכטע זייט פארענטש דארט איז געווען 3 זייטן
http://www.yousendit.com/transfer.php?action=download&ufid=37E6ADC640F9F2D4


יעצט געב איך איבער דאס ווארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.