בית פורומים כל העולם כולו

שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/6/2006 19:29 לינק ישיר 

דער באלאן קראכט נישט פון אן איינמאל א יובל ארגענאזירטע "בילדער" צערעמאניע, און נאכדעם גייט זיך יעדער לכרמו ולזיתו, פונקט פארקערט, דעמאלטס בלאזט זיך אויף א גרויסע באלאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 19:32 לינק ישיר 

אזוי, אן שרייעדיגע קעפלעך?.

איך בין מודה אז אין בלאט איז געווען מער (לדעתי צו סאך), אבער אין איד די העליינס אין צווייטן אפטיילונג די לעצטע 2-3 וואכן איז געווען  וועגן די די גרויסע צוגרייטונגען אויף שבועות, און עקסטרע באשרייבונגען וועגן די נעילת החג טיש מיט די גאנצע פאמפע.

אמת, טאקע נישט ווי אין בלאט, אבער פאר די "עכטע סאטמארע" פאסט דאס נישט, ביי רביה"ק בעל דברי יואל און בעל ברך משה (ביז אפאר יאר צוריק) ז"ל איז קיינמאל געשטאנען נישט פאר דעם און נישט נאכדעם וויאזוי די שבועות איז געווען, וואס איז א נפק"מ מער אדער ווייניגער, יעדער מאכט די מערסטע פראפאגאנדע וויפיל ער קען, די לעצטע פאר וואכן שמועסט מען שוין פון די נעילת החג טיש וויאזוי עס גייט זיין, דער עולם, די שיינע סינערי, קום נישט יעצט דאגן אז עס איז נישט געווען קיין פראפאגאנדע



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 19:37 לינק ישיר 

אם אין דעת הבדלה_מנין

איך האב לעצטענס ארויס געווארפן מיין אלטן קויטש פונעם ליווינגרום, וואס איך האב געירשנט פונעם פריריגן טענענט פון מיין אפארטמענט, ס'האט שוין געהאט עטליכע לאטעס, געווען היפש אפגעקלאפט אויף צוויי זייטן, אלזא האט מיין עקרת הבית באשלאסן, אז ס'האט אפגעדינט, ס'איז צייט פאר א טשענדש, מיר זענען אראפ געפארן קויפן א שיינעם נייעם לעדערנעם קויטש, מיט צוויי שיינע נייע פאטעלן, יא, ס'האט געקאסט א שיינע אפוטיקי, אבער ב"ה מיר קענען זיך ערלויבן, אלזא אשיינעם טאג קריג איך א פאן קאל אז מארגן דעליווערט מען דעם נייעם קויטש, די עקסייטמענט איז געווען געוואלדיג, אך האב אריבער גערופן מיינע צוויי שוואגערלעך זאלן מיר העלפן ארויס טראגן און  דאמפן דעם אלטן קויטש, וכך הוה, פארנאכטס האבן מיר ארויס געווארפן דעם אלטן קויטש פארן הויז, און מיט גרויס עקסיידמענט געווארט צו באקומען דעם נייעם קויטש.

א צוויי שעה שפעטער זעה איך פון פענסטער ווי דער שכן בערקאוויטש דער מיט די 12 קינדער, א עני ואביון מגוזלו, קומט ארויס מיט א האלבן דאזן קינדער און מען הייבט אן אריין צו שלעפן דעם אלטן קויטש צו זיך א היים, נו, טראכט איך צו מיר, אבי א איד האט הנאה, און הנאה איז נישט קיין ווארט, דעם נעקסטן אינדערפרי ביים דאווענען, קומט דער הרב בערקאוויטש צו מיר און הייבט זיך אן צו באדאנקן, ער זאגט ר' יאנקעלע, איר האט נישט קיין אנונג וואס פאר א מצוה איר האט, דער קויטש איז דאך צוויי בעטן, און מיינע צוויי בחורים זענען זיך פשוט מחי', ער וואונטש מיר עולם הזה ועולם הבא, בקיצור איך האב אריין געכאפט א מצוה אזוינס און אזעלעכס, מיר זענען שוין געווארן נאנטע מחותנים דורכן "נייעם" קויטש וואס מיר האבן עם "געשענקט"...

צוריק צו אונזער נייעם קויטש, ארום 4 אזייגער נאכמיטאג, מיר ווארטן שוין קוים אויף די גליגלעכע מינוט, און דא באווייזט זיך דער טראק, און מען ברענגט בשעה טובה  אריין דעם נייעם קויטש מיט די פאטעלן, און אאאפס..., דער קאליר פון די לעדער איז נישט גענוי וואס מיר האבן באשטעלט, מיר רופן אן דעם סוחר און ער זאגט מיר, דאנט ווארי, מען קען לייכט טוישן די אפאלסטרי, און ביז א צוויי וואכן וועט דאס זיין ערלעדיגט, עס גייט דורך צוויי וואכן, פיר וואכן, זעקס וואכן, און אין קול ואין עונה, מיר רופן דעם סוחר יעדן טאג, און שערי תירוצים לא ננעלו, יא, נעקסטע וואך קמט די נייע לעדער און מיר גייען אייך צופרידן שטעלן, און ער איז מיר מסביר אז סוף כל סוף קענט איר דאך נוצן דעם קויטש מיט די פאטעלן, איז מה כל הרעש, און איך מאך מיט עם דעם חשבון אז פאר מיינע 2800 דאלאר, וואס אויף דעם בין איך שולדיג געבליבן נאר 1000 דאלאר דאס הייסט איך האב שוין באפלאטיעט 1800 דאלאר און איך עקספעקט צו באקומען עקזעקטלי וואס איך האב באשטעלט.

הבדלה זיסער,  מיין שכן ואס איז אין זיבעטן הימל, ער איז מלא שמחה, ער איז גליקלעך און צופרידן, אבער מיט וואס מיט א אפגעשמוסענען צופליקטן אלטן קויטש, און איך בין מלא חשבונות, קשיות ותירוצים , אבער איך האב נאך אלץ ב"ה א שיינעם נייעם באטעמטן לעדערנעם עלעגאנטן קויטש,
קאמענטארן זענען איבעריג...

תוקן על ידי - יענקעלע11 - 06/06/2006 19:41:55



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 19:42 לינק ישיר 

ווי איך הער זייער קראנט איז ביים תיקון ליל שבועות טיש אין ראדני געווען א לכל היותר 200 שטראמלעך, די טיש איז געווען אין פאליש פון שול.

איינער זאגט מיר אז ערב יו"ט האבן זיי ארומגעשיקט אזא מעסעדש:

NAAILAS HACHAG TISH IS CRUCIALY IMPORTANT TO ATTEND, WE NEED TO SHOW OUR POWER, PLEASE PASS ON TO ALL YOUR FRIENDS AND NEIGHBOURS

(פרייע אידיש איבערזעצונג: נעילת החג טיש איז קריטיש וויכטיג צו קומען, מיר מוזן ווייזן אונזער כח, ביטע איבערגעבן פאר אלע פריינד און שכנים)

TALK ABOUT A BALOON



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 20:04 לינק ישיר 

ישר כח ר' יונה  אין  שורשנגח

די פיקטשער איז געוואלדיג
אזוי גיט אויסצורעכענען,
איך האב עס איבער געציילט עס שטימט, דאס איז שוין מיט די ציגעלייגטע
שטעלט זיך פאר אן די ציגעלייגטע,

פאר וואס האבען זיי נישט ארויף געלייגט אזא פיקטשער?

זיי האבען עס געוואלט ניצען פאר?

אה!  זיי שעמען זיך מיט דעם!

פארוואס?

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 20:27 לינק ישיר 

יענקעלע זייער א שיינע מעשה און אויב אמת איז טאקע אשריך אז די האבסט זוכה געווען משמח צו זיין א משפחה אידן.

דיין שיינע מעשה, וואס איז נישט דומה צום נמשל ווייל עטס זענטס דאך געבליבן מיטן אלטן זון, איז ווייטער אזוי ווי איך האב לכתחלה געשריבן ,נאך א תירץ/פשט/הסברה וואס עטס זענטס פול מיט זייט דעם הערליכן יום טוב אין וויליאמבורג.

חז"ל האבן אונז געלערנט איזה עשיר השמח בחלקו און ווען מען איז נישט צופרידן מיט דעם אייגענעם חלק, נאך דערצו ווען דער אייגענער חלק איז גרויס, דארף מען צוקומען צו טענטס און תירוצים.
כאשר יענו אותם כן ירבה וכן יפרוץ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 20:34 לינק ישיר 

הבדלה with all due respect איין ווארט קלעבט נישט מיטן צווייטן.
איך האב געמיינט ביסט קליגער פון דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 20:54 לינק ישיר 

יאנקעלע, A-1

You are the best



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 21:26 לינק ישיר 

יענקעלע
כבר קדמוך
די רעפארמער וכל שום וחנוכא דאית להוא האבען שוין אסאך פאר דיר ארויסגעווארפען זייער אלטע קויטש
זיי ווארטען נאך אלץ אויפען פארקויפער פון זייער נייעם קויטש ער זאל זיי קומען געבען וואס ער האט זיי צוגעזאגט

(יקרה ויאה את אין ...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 21:40 לינק ישיר 

עכטענייעס, אנטשולדיגט פאר נישט בעסער מסביר זיין מיין ענטפער צו יענקעלע אזוי אז די זאלסט עס אויך פארשטיין אבער ביז ווי לאנג יאנקעלע פארשטייט עס יא וועל איך עס אזוי לאזן.

אין איין וועגס וויל איך דיר זאגן אז די באריכט וואס די האסט פריער געשריבן איז נישט קראנט, עס זענען געווען צוויי גרויסע טישן אין דעם נייעם בהמ"ד, פרייטאגס צונאכטס מיטל נאכט יום טוב איז אויך געפראוועט געווארן דארט ברב עם טראץ די שלאַגס רעגן און שלעכטע וועטער אויף די גאס.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 21:49 לינק ישיר 

 verbeenich 
עס איז זייער שווער נישט צו ענטפערן,
אבער מה אעשה,
דער רבי שליט"א לאזט נישט,
ומי אני, ווער בין איך
צו ווידערשפעניגן דעם בפירוש ציווי פון רבינו הקדוש שליט"א,
יא, א שאד א שאד, אז ער לאזט נישט, מיר וואלטן מיט דיר געהאט אסאך אסאך פאן.
אבער דעם רבי'ןס הוראה איז נר לרגלי, איך ווי שווער עס זאל נאר נישט זיין
וועל איך מיך אנשטרענגען דאס איינצוהאלטן.
ווען איך מעג ווען ענטפערן, וואלט איך זייער גרינג געקענט איבערצייגן ווי קלוג דו ביסט,
אבער וואס זאל איך טוהן, גזירה הוא,  ואין לי רשות להרהר אחריה...
על כן בדלית ברירה, וועל איך שווייגן...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 21:59 לינק ישיר 

ניין הבדלה,
איך האב קיין אנונג נישט וואס די שרייבסט,
און איך האב א חשד אז דו ווייסט אויך נישט וואס דו שרייבסט,
דאס הייסט אויף לשון הקודש רזין דרזין.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/6/2006 22:59 לינק ישיר 

עטס זאלטס מיר אלע זייער מוחל זיין אבער די אהרונים זענען געזונטע FOOLS, עכ"פ דא אויף הייד-פארק, יעדער זעהט אז ר' זלמן לייב האט געהאט א הערליכע ציבור, עס איז נישט מעגליך עס צו פארלייקענען, זענען זיי ביזי מיט בילדער אהער בילדער אהין.

זיי האבן דאך אויך געהאט, לכל הדעות א געוואלדיגן ציבור, נו פארוואס דריקט זיי אזוי צו דיסקרעדיטן די זאלונים? יא, דו האסט, און אסאך, אבער ר' זלמן לייב האט "אויך", פארוואס קענט עטס נישט לעבן מיט דעם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 23:15 לינק ישיר 

איגריקע. גערעכט אויף הונדערט פראצענט. מיר למשל גייט בכלל נישט אן וואס עס טוט זיך דארט, מער ווי מיין נאטורליכער נייגער, וואס טראגט מיר אויך צו גער און בעלז (נישט בפועל, דורך בילדער...) צו זען וואס דארט טוט זיך. איך פארשטיי די וואס זענען זיך יא מטפל מיט די הבלים, ס'איז פארט אינטערעסאנט צו זען דעם שקר אויף וואס די זאליס האלטן אן זייער חיות, אבער מיר פריוואט גייט עס נישט אן, און איך האלט אז ס'איז אביסל קינדיש זיך בכלל וויסנדיג צו מאכן פון יענע זייט. איך האב שוין געשריבן קלאר, לויט מיין אויבנאויפיגן חשבון האבן זיי צוזאמגעקראצט ארום 2000 מענטשן, א שיינער ציבור בליעה"ר, אסאך רבי'ס זענען אים מקנא פאר דעם, אבער צו א יום טוב אין סאטמאר, בפרט שבועות, קומט עס נישט צו.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/6/2006 23:17 לינק ישיר 

אקעי אז די ווילסט איך זאל ארויס שרייבן מיין ענטפער מער באריכות, פיין.
דיין שיינע מעשה פון די נייע קאוטש איז נאך אן הסברה און פשט וואס די פראבירסט זיך צו טרייסטן מיט און פארענטפערן די שמחה און נחת וואס דער יום טוב האט געברענגט פאר די חסידים פון ר' זלמן לייב, אזוי ווי איך האב לכתחלה געשריבן אז עטס זענטס מלא חשבונות ותירוצים.

איך פארשטיי עס איז א ביטערע פּיל אין עטס מיזט דרייען און קייען מיט חשבונות, פשטים, משלים און הסברים צו פארענטפרן פארן מוח אז וואס די אויגן האבן געזעהן איז נאר א חלום און ר' זלמן לייב האט באמת נישט קיין מענטשן וכדומה.

צווייטענס, חז"ל האבן אונז געלערנט איזה עשיר השמח בחלקו, דאס הייסט אז דיין שכן וואס איז בשמחה מיט דעם אלטן קאוטש שטייט בעסער ווי די מיט דיין נייעם קאוטש וואס ערגערט דיר ווייל עס איז נישט ווי אזוי די האסט באשטעלט און נישט ווי אזוי די גלייכסט.
לענינו ווען ר' אהרן וואלט געווען א שמח בחלקו און פארגינען פאר זיין ברידער אויך עפעס וואלט זיין ברידער אפשר נישט אזוי שטארק מצליח געווען, אבער ער איז דאך נישט געווען א שמח בחלקו ער האט עם אפילו נישט פארגינען ירושלים! איז קוק ווי גרויס זיין ברידער איז געווארן און ער בליעט נאך ווייטער.
כאשר יענו אותם כן ירבה וכן יפרוץ

איך האף אז יעצט פארשטייסטו שוין יא.
אויב נישט קען איך דיר נישט העלפן און איגנאר וואס איך האב אויבן געזאגט.

אויב האסטו יא פארשטאנען און די האסט נישט קיין ענטפער אויף דעם דעמאלט קענסטו זיך ארויסדרייען מיט דעם זעלבן תירץ וואס די האסט געגעבן פאר ווערביןאיך ווען די האסט עם נישט געקענט ענטפערן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שרעקליך אויסגעשפילטע פלעי אין וומס"ב
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.